יום־כּיפּור אין שול (פֿראַגמענט פֿון אַ ליד פֿון אַבֿרהם ליעסין) Yom Kippur at shul (excerpt of a poem by Avrom Liessin)
נישט געקוקט אויף זײַן טרײַשאַפֿט צום בונד, האָט ליעסין קריטיקירט די ייִדישע סאָציאַליסטן פֿאַר זייער גײַסטיקער אָרעמקייט.
דער ייִדישער פּאָעט אַבֿרהם ליעסין (דער פּסעוודאָנים פֿון אַבֿרהם וואָלט) איז געבוירן געוואָרן אין מינסק, ווײַסרוסלאַנד אין 1872. זײַן מאַמע איז געווען אַן אָפּשטאַמיקע פֿונעם מהרש”ל. דאָס ייִנגל האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע דערציִונג אָבער האָט גאַנץ פֿרי אָן אַרויסגעוויזן אַן אינטערעס צו פֿילאָסאָפֿיע, השׂכּלה־ליטעראַטור און סאָציאַליזם.
ווען דער ייִדישער אַרבעטער בונד איז פֿאַרלייגט געוואָרן אין 1897 איז ליעסין געוואָרן אַן אַקטיווער מיטגליד און איז באַקאַנט געוואָרן ווי אַ רעוואָלוציאָנערער ייִדישער פּאָעט און געזעלשאַפֿטלעכער סאַטיריקער. צוליב זײַנע אומלעגאַלע טעטיקייטן האָט ער אָבער געמוזט אַנטלויפֿן קיין ניו־יאָרק וווּ ער איז געוואָרן אַ שרײַבער און רעדאַקטאָר בײַם פֿאָרווערטס.
אין 1901 האָט ער חתונה געהאַט מיט ליבע גינזבורג, אַן אָפּשטאַמיקע פֿון אַ רבנישער משפּחה אין סמאַרגאָן, און זיי האָבן געהאַט אַ טאָכטער, רחל.
נישט געקוקט אויף זײַן איבערגעגעבנקייט צום בונד, איז ליעסין געווען אַ שטאָלצער ייִד און האָט קריטיקירט די ייִדישע סאָציאַליסטן פֿאַר זייער גײַסטיקער אָרעמקייט. אַ צאָל פֿון זײַנע ווערק זענען אינספּירירט געוואָרן פֿון ייִדישע רעליגיעזע פֿיגורן און פֿאָלקסהעלדן ווי יהודה המכּבי, בר כּוכבא, ר׳ מאיר פֿון ראָטענבערג און הירש לעקערט.
אין 1938, לייענענדיק אַ ליד אויף דער לוויה פֿון זײַן נאָענטן פֿרײַנד, ברוך טשאַרני וולאַדעק, האָט ליעסין געליטן פֿון אַ האַרץ־אַטאַק און איז געשטאָרבן מיט עטלעכע טעג שפּעטער. 6,000 מענטשן זענען געקומען אויף זײַן לוויה, אָנגעפֿירט פֿונעם פֿאָרווערטס רעדאַקטאָר הילל ראָגאָף, און עס האָבן אים מספּיד געווען די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן שלום אַש, דוד פּינסקי, אַבֿרהם רייזען און ה. לייוויק. [רעד׳]
יום־כּיפּור אין שול
עס ברענען נשמה־ליכט מיד, מעלאַנכאָליש,
און סומנע די וועקסענע שטראַלן,
זיי בייגן זיך, קאָרטשען זיך אום אין אַן אימה,
ווי ווער וואָלט געהיים זיי באַפֿאַלן.
און פֿול איז די קלויז מיטן פֿלאַטער פֿון פֿלעמלעך
און וויינענדע מענטשן אין ווייסן;
עס הוידען זיך קיטלען, עס וואַרפֿן זיך אַרבל;
עס רײַסן זיך שאָטנס און רײַסן.
עס הוידעט זיך ווײַס אין די קיטלען דער עולם,
און וואַרפֿט מיט די אַרבל צעשראָקן,
און קלאַפּט אין פֿאַרצווײַפֿלונג די הענט אָן די שטענדערס
און טופּעט אין היי מיט די זאָקן.
און ס’הייבט זיך דער היי־ריח אויף און פֿאַרכּישופֿט,
און געלבלעך אַ שטויב אַ געדיכטער
פֿאַרנעפּלט די קלויז און די ליכט און די שטענדערס,
פֿאַרבלײַבט און פֿאַרגעלט די געזיכטער.
און אימהדיק קוקן די אַלע געזיכטער,
פֿאַרהילטע בײַנאַכט אין טליתים,
אַזוי ווי עס וואָלט זיך דאָס הוידען און שאָקלען
אַ גרויזאַמער קהל פֿון מתים.
עס הוידעט און שאָקלט זיך גרויליק די קהל,
און ס’טראָגט פֿון פֿאַרשידענע זײַטן
אַ הודיען פֿון תּפֿילות און אַלטע ניגונים,
פֿון אַלטע, גרויזאַמע צײַטן.
און ס’טוליעט זיך נאָענט צום פֿאָטער אַ ייִנגל,
אַ שטילער, אין מיטן די גוואַלדן,
פֿאַרטיפֿט אין מחשבֿות, דעם שטערן דעם הויכן
אין מחזור פֿון זיידעס באַהאַלטן.
ער טראַכט פֿון דער גרויסקייט פֿון מלך־המלכים,
ווי קליין און ווי שוואַך און ווי אָרעם
איז קעגן אַלמעכטיקן גאָט כּבֿיכול
דאָס שטערבלעכע מענטשל, דער וואָרעם.
ער טראַכט, און ער ציט זיך צו גאָט און באַהעפֿט זיך,
און בעט בײַ אים רחמים און כּוח,
צו קענען פֿאַרטרײַבן די שרעקלעכע ספֿקות
פֿון שוואַכן, פֿון קינדערישן מוח.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO