די טשיקאַווע פֿאַר־מלחמהדיקע מנהגים לכּבֿוד שׂימחת־תּורהThe curious pre-war customs of Simchat Torah
אין איין שטעטל האָט אַן אַלטיטשקער אַרויפֿגעקלעטערט אויף אַ טורעם, און געוואָרפֿן עפּל צו די קינדער וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אונטער אים.
ווען מיר האָבן זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול אין די 1960ער יאָרן, האָט מען שׂימחת־תּורה יעדן קינד געגעבן אַן ארץ־ישׂראל־פֿאָן מיט אַן עפּל פֿון אויבן, און אַ ליכטל אַרײַנגעשטעקט אינעם עפּל. בילדער פֿון דער דאָזיקער שׂימחת־תּורה־טראַדיציע זעט מען אויך אין בילדער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין מיזרח־אייראָפּע. אָבער הײַנט, וועלכער טאַטע, אָדער מאַמע, וועט דערלאָזן זייער קינד אַרומשפּאַצירן מיט אַן אָנגעצונדן ליכטל לעבן אַ פּאַפּירענער פֿאָן? דאָס איז אַ משל פֿון אַ מינהג פֿון דער „אַלטער היים“, וואָס איז אויסגעשטאָרבן אין דער „נײַער היים“ צוליב די בײַטנדיקע פֿאָדערונגען פֿון דער געזעלשאַפֿט; אָבער לכּבֿוד דעם פֿריילעכן יום־טובֿ שׂימחת־תּורה שאַפֿן זיך כּסדר נײַע טראַדיציעס.
אין איין רעקאָנסטרוקציאָניסטישער סינאַגאָגע אין ניו־יאָרק האָט מען אײַנגעפֿירט די טראַדיציע פֿון צעוויקלען אין גאַנצן די ספֿר־תּורה. אַן ערך 40 מענטשן אין אַ קרײַז האַלטן די תּורה און דער ראַבינער ווײַזט אָן פֿאַר די קינדער אין מיטן, וווּ פֿאַרשיידענע סדרות געפֿינען זיך אויף אין דעם לאַנגן הייליקן פּאַרמעט.
ס׳איז אַלע מאָל אינטערעסאַנט ווען די נאַטור און זמן פֿון יאָר שפּיגלען זיך אָפּ אין די מינהגים. די עפּל און אַנדערע פֿרוכט און גרינסן ווערן צײַטיק סוכּות, איז נישט קיין חידוש וואָס זיי ווערן אַ טייל פֿונעם יום־טובֿ. אין די זכרונות פֿון אַ ייִדישער היים אין אוקראַיִנע, האָט מען געדענקט, אַז אין דער סוכּה האָט מען אַרויסגעלעפֿלט די אָראַנזשענע דיניעס/קירבעסן [„פּאָמפּקין“ אויף ענגליש] און זיי געניצט ווי לאַמטערנס; נישט אַנדערש ווי אין דער חגא „האַלאָיִן“ אין אַמעריקע! אין אַן אַנדער שטעטל, האָט דער „אַלטיטשקער“ פֿונעם שטעטל אַרויפֿגעקלעטערט אויף אַ טורעם, און געוואָרפֿן עפּל צו די קינדער וועלכע האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אונטער אים.
אַז בײַ די ליובאַוויטשער הוליעט מען שׂימחות־תּורה ווייסט יעדער איינער. אַפֿילו חסידים פֿון אַנדערע גרופּעס, וואָס האָבן ווייניק צו טאָן מיט ליובאַוויטש במשך פֿונעם יאָר, קומען קיין קראַון־הײַטס, ברוקלין, זיך צו פֿרייען דאָרטן מיט דער תּורה. אין חב״ד־הויז פֿון אָסטין, טעקסאַס, האָב איך זיך באַקענט מיט אַן אייגנאַרטיקער חב״ד־טראַדיצע. מען האָט מיר צוגעטיילט אַ הקפֿה, און מיך באַגריסט — „איז מען מכבד איציק מיט אַ קוליע“ און צוויי סטודענטן האָבן מיך איבערגעקערט מיטן קאָפּ אַראָפּ און מיט די פֿיס אַראָפּ — ווי אַזוי זיי האָבן דאָס געטאָן אַזוי פֿלינק פֿאַרשטיי איך עד־היום נישט — מיך אין גאַנצן איבערגעדרייט ביז איך בין צוריק געווען אויף די פֿיס.
צווישן די ספֿרדים, האָט מען אין סאַלאָניקי, גריכנלאַנד, ספּעציעל געהאַט אינטערעסאַנטע מינהגים. יעדע סינאַגאָגע אין דער קהילה האָט געהאַט אַ צונאָמען און נאָר אינעם טאָג פֿון שׂימחת־תּורה האָט מען עפֿנטלעך זיי אָנגערופֿן בײַ זייערע צונעמען און זיך שטאָלצירט מיט דעם. אויב די סינאַגאָגע האָט געהייסן די „רײַז־סינאַגאָגע“, למשל, האָט מען דאָרטן צעטיילט רײַז; אויב „ראַקי“ (אַ געוויס געטראַנק) האָט מען צעטיילט ראַקי. אין דער „בענקל־שיל“ האָט מען צוגעבונדן דעם „חתן“ פֿון שׂימחת־תּורה צו אַ בענקל בעת ער האָט געהאַלטן די ספֿר־תּורה.
אין דער בראָנקסער „יאָנג־איזרעל“־שיל, וווּ איך האָב געדאַוונט אין דער יוגנט האָט דעם רבֿס זון, דעמאָלט אַכט אָדער צען יאָר אַלט, געטאַנצט אין מיטן פֿון אונדזער רעדל און צוגעזונגען אַ לידל אויף ייִדיש, וואָס ער האָט מסתּמא זיך אויסגעלערנט אין חדר. דעמאָלט האָב איך נישט געכאַפּט דעם באַטײַט פֿונעם ליד, אָבער שפּעטער האָב איך געפֿאָרשט דעם מינהג פֿון זינגען ייִדישע לידער שׂימחת־תּורה, וואָס מאַכן חוזק פֿון די „געצן־דינער“, די נישט־ייִדן, הייסט עס; און דאָס ליד פֿונעם רבֿס זונדל האָט געהערט צו דער דאָזיקער קאַטעגאָריע.
מיר האָבן פֿאַרשריבן עטלעכע וואַריאַנטן פֿון איין ליד פֿון דעם מין וואָס מע האָט געזונגען אין פּוילן און אוקראַיִנע. און אפֿשר אין אַנדערע קאַנטן אויך. דער שורש פֿונעם ליד זענען די ווערטער פֿון הלל (קאַפּיטל תּהילים 115), און די לשון־קודשדיקע פּסוקים טײַטשט מען אויס אויף ייִדיש מיט קאָמישע צוגאָבן. איין געדרוקטער נוסח איז אין דער זאַמלונג „פֿאָלקסגעזאַנגען לויטן נוסח פֿון חיים קאָטיליאַנסקי“ (1944). דער מחבר פֿונעם ביכל איז אויך געווען אַ פֿײַנער זינגער און האָט רעקאָרדירט אַכט לידער נאָך אין 1924 אויף די אַלטע 78־גיכקייט־פּלאַטעס. דאָס ליד „עצביהם כּסף וזהב“ [זייערע געצן זענען געמאַכט פֿון גאָלד און זילבער], שרײַבט קאָטיליאַנסקי, זינגט מען „בײַ אַלע יומים־טובֿים וווּ מע זינגט הלל“. כּדי צו הערן דאָס שיינע פֿאָלקסליד, אָט איז אַ רעקאָרדירונג פֿון די 1980ער יאָרן, אין וועלכער מרדכי באַומען, אַ ייִד אין בראָנקס, ניו־יאָרק, זינגט עס.
עס זענען דאָפֿאַרשידענע נוסחאָות פֿון דעם ליד. אָט איז איינער פֿון זיי:
עצביהם, כּסף וזהבֿ — זייערע אָפּגעטער זענען פֿון זילבער און גאָלד
מעשׂי ידי אָדם — א מענטש האָט זיי געמאַכט.
אוי, פּה להם ולא ידברו — זיי האָבן אַ מויל און קענען נישט רעדן.
אַז אָך און וויי איז צו זיי
אַ שטומען גאָט האָבן זיי, ער האָט אַ מויל און קען ניט רעדן,
אַז אָך און וויי איז צו זיי און זייער גאָט.
אוי, אַבֿל אלוקנו שבשמים, אָבער אונדזער גאָט, וואָס איז אין הימל,
כּל אשר חפֿץ עשׂה — וואָס ער וויל, טוט ער, וואָס ער וויל טוט ער
וועמען ער וויל גיט ער, אַז ווויל איז צו אונדז און צו אונדזער גאָט.
די ווײַטערדיקע סטראָפֿעס פֿאַרגלײַכן די פֿיס און די אויערן פֿון די ייִדן און נישט־ייִדן.
אַ שכן אין בראָנקס האָט פֿאַר אונדז געזונגען זײַן לאָדזשער וואַריאַנט, און אַרײַנגעמישט פּוילישע ווערטער באַשרײַבנדיק „זייער גאָט“. אַן אַנדער זינגער פֿון אוקראַיִנע האָט צוויי־טײַטשיק געזונגען די סטראָפֿע וועגן די הענט —
הענט האָט זייער גאָט, און קען נישט טאַפּן —
אוי וויי, אַ בראָך צו זיי, אַ גאָט אַ שלימזל האָבן זיי.
שׂימחת־תּורה, אַפּנים, קען מען זיך לאָזן וווילגיין, אַביסל איבער די גרענעצן פֿון געוויינטלעכע נאָרמעס, און פֿאַר וואָס נישט — פֿון דער פֿרייד פֿונעם יום־טובֿ געניסט מען נאָר איין מאָל אַ יאָר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor