אַ זום־לעקציע מיט יצחק ניבאָרסקי וועגן אַהרן צײטלינס חורבן-פּאָעזיע Online lecture with Yitskhok Niborski on the Holocaust poetry of Aaron Zeitlin
צייטלינס שורה, „אין די נאָך-מײַדאַנעק יאָרן אָן גאָט“, וואָס דינט פֿאַר אַ טיטל פֿונעם רעפֿעראַט, איז בשום-אופֿן נישט קיין אויסדרוק פֿון גאָט-לייקענונג מצד דעם דיכטער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זונטיק, דעם 6טן נאָוועמבער וועט דער אָנגעזעענער וויצע־פּרעזידענט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער, יצחק ניבאָרסקי, אָפּהאַלטן אַ לעקציע, „אין די נאָך-מײַדאַנעק יאָרן אָן גאָט“ וועגן דער חורבן-פּאָעזיע פֿון אַהרן צײטלין. די לעקציע וועט זײַן אויף ייִדיש.
די פּראָגראַם איז דער נײַנטער יערלעכער רעפֿעראַט דורכגעפֿירט פֿונעם ייִדיש־קאָמיטעט בײַ דער „יו־דזשיי־איי“ אין אָנדענק פֿונעם טאָראָנטער ייִדישן פּאָעט שׂמחה סימכאָוויטש (1921־2017).
דער שרײַבער אַהרן צייטלין (2017-1898) איז אָנהייב 1939 געקומען פֿון זײַן שטאָט וואַרשע אויף אַ וויזיט אין ניו-יאָרק. דורך דעם איז ער געבליבן לעבן. ער איז דער איינציקער אַנטרונענער פֿון זײַן גאַנצער משפּחה — אַ משפּחה וואָס האָט געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אינעם גײַסטיקן לעבן פֿון די פּוילישע ייִדן זינט אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט. די צווייטע העלפֿט פֿון זײַנע יאָרן, שוין אין אַמעריקע, שטייט אונטערן צייכן פֿונעם אומקום פֿון מיזרח-אייראָפּעיִשן ייִדנטום. דאָס איז די צענטראַלע טעמע פֿון זײַנע נאָכמלחנהדיקע ווערק.
צייטלינס שורה, „אין די נאָך-מײַדאַנעק יאָרן אָן גאָט“, איז בשום-אופֿן נישט קיין אויסדרוק פֿון גאָט-לייקענונג מצד דעם גרויסן דיכטער. ער כאַראַקטעריזירט נאָר דעם צושטאַנד פון אַ פֿאַרפֿינצטערטער וועלט אין וועבאַצייכנט ווי „אַן אמונהדיקער פּאָעט“, ראַנגלט זיך מיט דעם אייגענעם ייִאוש כּדי אויפֿצוהיטן און ווידער צעבלאָזן דווקא דעם פֿונק פֿון גלויבן.
אין זײַן לעקציע וועט ניבאָרסקי באַטראַכטן די בולטסטע אַספּעקטן פון דעם דאָזיקן געראַנגל, וואָס מוז כּסדר צוריק זיך אָנהייבן און קען זיך קיין מאָל נישט אײַנשטילן. ניבאָרסקיס ציל איז, דורך געציילטע ציטירטע שאַפֿונגען, לאָזן שפּירן דעם גרויסן קינסטלערישן כּוח פֿון צייטלינס לידער, וווּ צווישן אָפּגרונטן פֿון דערשלאָגנקייט לײַכט זיך דורך אַ שײַן פֿון טרייסט. ער וועט באַקענען די צוהערערס מיט אַזעלכע אַספּעקטן ווי פֿאָרגעפֿיל ערבֿ דער קאַטאַסטראָפֿע, פּאָעזיע אינעם גײַסט פון קינות, דאָס אַמפּערן זיך מיט ספֿקות און דאָס דערשלאָגן זיך צו גלייביקע זעונגען.
כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויפֿן רעפֿעראַט, גיט אַ קוועטש דאָ.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
