Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי איז געווען אַ ייִדישע „מאַפֿיע‟ אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור?Was there a Jewish Mafia in American literature?

אין זײַן בוך שרײַבט דזשאַש לאַמבערט אַז ייִדן האָבן גיכער געמוטיקט אַ מאָדערנעם ליטעראַרישן געשמאַק איידער פּשוט געשטיצט אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן.

שלום עליכם האָט פֿאָרגעשטעלט די ייִדישע ליטעראַטור װי אַ מין משפּחה, מיטן „זײדן מענדעלע‟, שלום-יעקבֿ אַבראַמאָװיטש, בראָש. אין דער אמתן איז אַבראַמאָװיטש געװען קנאַפּע 23 יאָר עלטער פֿון שלום-עליכם, אָבער שלום-עליכם האָט געװאָלט שאַפֿן אַ גרעסערע דיסטאַנץ צװישן זיך און זײַן עלטערן קאָלעגע, כּדי צו מאַכן די ייִדישע ליטעראַרישע געשיכטע װאָגיקער.

דער באַגריף פֿון דער ליטעראַרישער משפּחה איז געװאָרן פּאָפּולער צװישן ייִדישע ליטעראַטן. מען האָט גערעדט װעגן די ליטעראַרישע משפּחות פֿון װאַרשע און אָדעס, פֿון סאָװעטן–פֿאַרבאַנד און אַרגענטינע, װעגן דער ליטעראַרישער משפּחה אַרום י. ל. פּרץ און נאָך אַנדערע משפּחות.

דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער רעכט-קאָנסערװאַטיװער פּובליציסט נאָרמאַן פּאָדהאָרעץ האָט באַנוצט דעם באַגריף „די משפּחה‟ פֿאַר דער גרופּע ייִדישע מחברים, קריטיקער און פֿאַרלעגער, װאָס האָבן געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור זינט די 1950ער יאָרן. װי עס באַמערקט פּראָפֿעסאָר יהושע לאַמבערט אין זײַן נײַעם בוך „די ליטעראַרישע מאַפֿיע: ייִדן, פֿאַרלעגערײַ און די אַמעריקאַנער ליטעראַטור נאָך דער מלחמה‟, האָט „די משפּחה‟ נאָר אַ באַטײַט אױף ענגליש, דהײנו „די מאַפֿיע‟. און דװקא דעם באַטײַט האָט אין זינען געהאַט פּאָדהאָרעץ, אַװדאי אַ ביסל אױף קאַטאָװעס. אָבער אײניקע ניט–ייִדישע ליטעראַטן האָבן טאַקע ערנסט געמײנט, אַז עס איז דאָ אַ ייִדישע „מאַפֿיע‟, װאָס האַלט די גאַנצע ביכער-אינדוסטריע אין אירע הענט. אַװדאי קען מען מיט רעכט אָפּוואַרפֿן אַזאַ גלױבעניש װי אַ מין אַנטיסעמיטישע רכילות. אָבער לאַמבערט װיל זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן, װאָס איז טאַקע געװען די ראָלע פֿון ייִדן אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור, צי מען קען טאַקע רעדן װעגן די ביז גאָר פֿאַרשײדענע ייִדישע ליטעראַרישע פּערזענלעכקײטן װי אַ „משפּחה‟ אָדער אַפֿילו אַ „מאַפֿיע‟.

עס איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אַן ענלעכע לאַגע איז געװען אין אױך דער דײַטשישער קולטור מיט בערך הונדערט יאָר צוריק. אַ היפּשע צאָל דײַטשישע פֿאַרלאַגן און צײַטונגען האָבן געהערט צו ייִדן און ייִדן זײַנען געװען צװישן די סאַמע פּראָמינענטע און פּאָפּולערע שרײַבער און זשורנאַליסטן אין דײַטשלאַנד און עסטרײַך. אָבער אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן איז דאָס געװען אַנדערש. אין די 1920ער-1930ער יאָרן זײַנען צװישן די אַמעריקאַנער שרײַבער געװען אײניקע ייִדן, װי הענרי ראָט און אַנזיע יעזערסקאַ, אָבער ייִדן זײַנען ניט געװען דעה-זאָגערס אין דער אַמעריקאַנער קריטיק, זשורנאַליסטיק און פֿאַרלעגערײַ. די פּראָפֿעסאָרישע שטעלעס אין די ענגלישע אָפּטײלן פֿון די חשובֿע אַמעריקאַנער אוניװערסיטעטן זײַנען געװען פֿאַרמאַכט פֿאַר ייִדן.

די דאָזיקע לאַגע האָט זיך געביטן אין די 1950ער יאָרן. דרײַ ייִדישע שרײַבער האָבן באַקומען די בכּבֿודיקע „נאַציאָנאַלע ביכער-פּרעמיע‟: סאָל (שאול) בעלאָו (1954), בערנאַרד מאַלאַמוד (1959) און פֿיליפּ ראָט (1960). שפּעטער האָט בעלאָו באַקומען די דאָזיקע פּרעמיע נאָך צװײ מאָל, מאַלאַמוד אײן מאָל, און צװײ שרײַבער–אימיגראַנטן, יעזשי קאָסינסקי און יצחק באַשעװיס, האָבן באַקומען די דאָזיקע פּרעמיע אין די 1970ער יאָרן. אַלע װערק זײערע האָבן אַזױ אָדער אַנדערש באַרירט ייִדישע טעמעס, און איצט װערן זיי באַטראַכט פֿאַר אַ װיכטיקן בײַטראָג צום אַמעריקאַנער ליטעראַרישן קאַנאָן.

איז דער דאָזיקער דערפֿאָלג געװען אַ פּעולה פֿון דער „ייִדישער מאַפֿיע‟? לאַמבערט שרײַבט, אַז צװישן די ריכטער, װאָס האָבן אַרױסגעגעבן די דאָזיקע פּרעמיע, זײַנען כּמעט ניט געװען קײן ייִדן. און פֿאַרקערט, אין די יאָרן, װען עס זײַנען יאָ געװען עטלעכע ייִדן אינעם פּרעמיע–זשורי, זײַנען די געװינער געװען ניט–ייִדן, װי למשל דער אַפֿראָ–אַמעריקאַנער שרײַבער ראַלף עליסאָן. זײַן ביאָגראַף האַלט, אַז עליסאָן האָט באַקומען די פּרעמיע דװקא אַ דאַנק די „דרײַ יונגע פּראָגרעסיװע ייִדישע שרײַבער‟ אינעם זשורי: אַלפֿרעד קעזין, אױרװינג האַו און סאָל בעלאָו. עס גײט דאָ ניט אין דעם, װאָס ייִדן װילן שטיצן אַנדערע ייִדן, נאָר אינעם נײַעם מאָדערנעם ליטעראַרישן געשמאַק. די ייִנגערע אַמעריקאַנער ליטעראַטן האָבן געשטיצט ליטעראַרישע עקספּערימענטן און געװאָלט אַרײַנברענגען נײַע שטימען אינעם ליטעראַרישן הױפּטשטראָם. אַזױ אַרום, פֿאַרסך–הכּלט לאַמבערט, גײט עס ניט אין געצײלטע ייִדישע יחידים, נאָר אין אַ גאַנצער עסטעטישער טענדענץ, װאָס װערט צומאָל מאַרקירט װי „ייִדישע‟. דערצו קען מען צוגעבן, אַז אַן ענלעכע מאָדערניסטישע עסטעטיק האָט מען אַ מאָל געהאַלטן פֿאַר אַ „ייִדישער‟ אױך אין דײַטשלאַנד און אין רוסלאַנד.

ענלעך צו ייִדן, זײַנען פֿרױען נאָך דער צװײטער װעלט–מלחמה געװאָרן מער פּראָמינענט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. אַזױ װי ייִדן, האָבן זײ געדאַרפֿט גובֿר זײַן אײַנגעװאָרצלטע סאָציאַלע מניעות. די דאָזיקע אַטמאָספֿער װערט געשילדערט אין די ראָמאַנען פֿון ייִדישע מחברטעס פֿון יענער תּקופֿה, אַזעלכע װי ראָנאַ יפֿהס ראָמאַן „דאָס סאַמע בעסטע‟ (1958). די העלדין מוז זיך ראַנגלען מיט כּלערלײ פּניות און פֿאָראורטיילן במשך פֿון איר קאַריערע־װעג פֿון אַן אַסיסטענטקע צו אַ רעדאַקטאָרשע אין אַ גרױסן אַמעריקאַנער פֿאַרלאַג.

דער ראָמאַן ענדיקט זיך מיט איר אַװעקפֿאָרן פֿון ניו–יאָרק קײן האָליװוּד, אַ סימן, אַז קינאָ איז מער חשובֿ אײדער ביכער. די האַנדלונג אין יפֿהס ראָמאַן קומט פֿאָר אין דער ניו-יאָרקער ייִדישער סבֿיבֿה, אָבער די ייִדישע טעמע איז דאָ נאָך ניט בולט.

שפּעטער, אין די 1960ער און 1970ער יאָרן, װערט די ייִדישע טעמע מער פּראָמינענט, װי למשל אין דער קריטישער שילדערונג פֿון אָט דער ליטעראַרישער סבֿיבֿה אינעם ראָמאַן „דיקיס רשימה‟ פֿון חנה בירשטײן, דער פֿרױ פֿון אַלפֿרעד קעזין. אין אירע זכרונות האָט בירשטײן פּרטימדיק דערצײלט װעגן כּלערלײ באַלײדיקונגען, װאָס זי האָט געמוזט אױסשטײן מצד איר מאַן און זײַנע מאַנצבלישע חבֿרים.

די בלי–תּקופֿה פֿון ייִדן אין דער דײַטשישער ליטעראַטור איז ברוטאַל איבערגעהאַקסן געװאָרן מיט היטלערס אױפֿקום צו דער מאַכט אין 1933. די ליטעראַרישע משפּחות אין דער ייִדיש–ליטעראַטור האָבן אױך לאַנג ניט געדױערט. חוץ אײניקע אױסנאַמען, װי די משפּחה צײַטלין, זײַנען די קינדער און אײניקלעך פֿון ייִדישע ליטעראַטן אַװעק פֿון ייִדיש. שלום עליכמס אײניקל בעל קאַופֿמאַן איז געװאָרן אַ באַקאַנטע אַמעריקאַנער שרײַבערין אױף ענגליש.

אָבער אַ היפּשע צאָל קינדער און אײניקלעך פֿון די אַמעריקאַנער־ייִדישע ליטעראַטן פֿונעם ערשטן דור האָבן געבויט און בױען ווײַטער זײערע קאַריערעס אױף דער ירושה פֿון זײערע אָבֿות און אימהות. די עלטערן גיבן איבער זײערע קינדער דעם „סימבאָלישן קאַפּיטאַל‟ פֿון פּראָפֿעסיאָנעלע באַציִונגען און פֿרײַנדשאַפֿטן. לאַמבערט האַלט, אַז הונדערטער זין און טעכטער פֿון שרײַבער, פֿאַרלעגער, רעדאַקטאָרן און פּראָפֿעסאָרן פֿון דער ענגליש־שפּראַכיקער ליטעראַטור באַקומען שטעלעס אין אוניװערסיטעטן, רעדאַקציעס און אַנדערע קולטורעלע אַנשטאַלטן. אָבער, פֿאַרסך–הכּלט ער, דאָס איז ניט געפֿערלעך פֿאַר דער ליטעראַטור. ייִדן האָבן דורכגעלײגט אַ װעג פֿאַר מינאָריטעטן אין דער הױפּטשטראָמיקער קולטור און נאָך זײ װעלן קומען אַנדערע עטנישע עדות, די אַפֿראָ־אַמעריקאַנער און לאַטײַנער, און זײ װעלן אַליין מאַכן זײער בײַטראָג אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.