Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ קריסטלעכע פֿרוי ווענדט זיך צום „בינטל בריוו“ נאָך אַן עצהA Christian woman turns to the Bintel Brief for advice

איר פֿראַגע און דעם רעדאַקטאָרס ענטפֿער שפּיגלען אָפּ מערקווירדיקע אַספּעקטן פֿונעם עמאָציאָנעלן און סעקסועלן לעבן פֿון פֿרױען אין די 1940ער.

דעם 18טן פֿעברואַר 1940 האָט די עצות־רובריק בײַם פֿאָרווערטס, „אַ בינטל בריװ“, אָפּגעדרוקט אַן אומגעריכטן בריװ. די שרײַבערין איז געװען אַ יונגע קריסטין װאָס האָט זיך געװענדט צום פֿאָרווערטס דורך אַ נאָענטער חבֿרטע — אַ ייִדישע טאָכטער װאָס לײענט געטרײַ די רובריק.

די מחברטע, װאָס האָט אַװדאי געשריבן אױף ענגליש, שרײַבט זיך אונטער װי „די פֿאַרצװײפֿלטע קריסטלעכע פֿרױ“. זי דערצײלט אַ דראַמאַטישע געשיכטע װעגן אַ קריזיס מיט איר מאַן (אויך אַ קריסט) װאָס האָט זי כּמעט געטריבן צו זעלבסטמאָרד. די מעשׂה און דעם רעדאַקטאָרס ענטפֿער שפּיגלען אָפּ אינטערעסאַנטע אַספּעקטן פֿונעם עמאָציאָנעלן און סעקסועלן לעבן פֿון פֿרױען — און מענער — אין ניו־יאָרק פֿינעף חדשים נאָכן אָנהײב פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה אין אײראָפּע.

לױט דער „פֿאַרצװײפֿלטער“, װאָס איז 28 יאָר אַלט, איז איר חתונה מיט אַכט יאָר פֿריִער געװען אױס ליבע פֿון בײדע צדדים. זי זאָגט אָפֿן אַז זי איז אַ שײנע פֿרױ װאָס האָט אױסגעקליבן איר מאַן צװישן עטלעכע קאָנקורענטן. ער האָט אַ גוט געשעפֿט און פֿאַרדינט גוט. זײ האָבן אַ שיין הױז און צװײ יונגע קינדער. ביז אַ פּאָר חדשים פֿריִער איז זײער לעבן געװען — אָדער האָט זיך געדאַכט — אַ גליקלעכס. אָבער מיט אַ מאָל האָט די שרײַבערין באַקומען אַן אַנאָנימען בריװ — און נאָך דעם אַ צװײטן, אַ דריטן, אַ פֿערטן. זײ האָבן זי געװאָרנט אַז איר מאַן פֿירט אַ ליבע מיט אַן אַנדער פֿרױ.

נאָך פֿיר בריװ, װאָס האָבן דערמאָנט דאַטעס װען איר מאַן איז „געבליבן שפּעט אינעם ביוראָ“, האָט די שרײַבערין אָנגעהױבן נאָכצושפּירן איר מאַן. מיר הערן נישט קײן פּרטים װעגן אירע אַקטיװיטעטן װי אַ שפּיאָן; נאָר אַז זי האָט באַשטעטיקט אָן אַ ספֿק אַז איר מאַן האָט געפֿירט אַ ליבע. און די צװײטע פֿרױ איז געװען עלטער װי אים און — לױט דער שרײַבערין — אַ מיאוסע.

אַװדאי איז די מחברטע פֿאַרייִאושט געוואָרן. אין דער הײם האָט זי אויפֿגעהערט צו רעדן מיט איר מאַן: זי האָט אים נישט קאָנפֿראָנטירט װעגן דער ליבע, נאָר האָט אים געשטראָפֿט דורכן שווײַגן. זי האָט געקלערט װעגן אַװעקגײן פֿון אים מיט די קינדער, אָבער האָט באַשלאָסן צוצוּװאַרטן. אױסערלעך, צװישן די חבֿרים, האָבן זײ געפֿירט דאָס לעבן װי פֿריִער. ביז אַ פּאָר טעג אײדער זי האָט געשריבן צום „בינטל בריװ“ האָט זיך גאָרנישט געביטן צווישן זיי.

דערנאָך איז געקומען נאָך אַ קריזיס: אַ יונגערמאַן, אַ מיטאַרבעטער פֿון איר מאַן, האָט באַזוכט דאָס הױז — אַ פּנים צופֿעליק — װען די שרײַבערין איז געװען אַלײן. ער האָט זי אײַנגעלאַדן אין קינאָ. זי, פֿול מיט כּעס און בושה צוליב איר מאַנס בגידה, איז אַרױס מיט אים. נאָך דעם האָבן זײ געגעסן אין אַ רעסטאָראַן און נאָך דעם אַװעק אין אַ קאַבאַרעט. זי איז אַהיימגעקומען זײער שפּעט און, װי זי זאָגט, „ניט אַזױ אומשולדיק װי איך האָב [דאָס] הױז פֿאַרלאָזט!“

בשעת דער נאַכט האָט זי זיך אויפֿגעגעסן פֿון שולד און חרטה, און האָט כּמעט געטרונקען יאָד זיך צו פֿאַרסמען. אין דער לעצטער רגע האָט זי זיך באַרעכנט און האָט צעבראָכן די פֿלאַש אױף דער פּאָדלאָגע פֿון װאַשצימער. איר מאַן איז אַרײַן, האָט געזען דעם מצבֿ און האָט כּמעט געחלשט. ער האָט זי אַרײַנגעלײגט אין בעט און איז אַרױס — מיר װײסן נישט װוּהין. אױף װיפֿל מען װײסט האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק שוין מער נישט געטראָפֿן. טיף אין דער נאַכט אָדער גאַנץ פֿרי איז די שרײַבערין אַנטלאָפֿן צו איר ייִדישער חבֿרטה, װאָס האָט איר געעצהט צו שרײַבן דעם פֿאָרווערטס. עס דאַכט זיך אַז די צװײ חבֿרטעס האָבן געװאַרט בײַ דער ייִדישער טאָכטער אין דער היים אױף אַן ענטפֿער.

צום גליק האָט דער רעדאַקטאָר טאַקע געענטפֿערט דעם בריוו. ער האָט אויסגעדריקט מיטגעפֿיל מיט דער שרײַבערין און האָט קריטיקירט איר מאַנס עגאָיִסטישן און רישעותדיקן אױפֿפֿיר. ער האָט אָבער געטענהט אַז דער מאַן האָט זיכער ליב זײַן שײנע, יונגע פֿרוי און פֿילט מסתּמא נישט קײן אמתע ליבע צו דער צװײטער פֿרױ – װאָס איז נאָך אַלעמען געװען עלטער װי אים און נישט קיין שײנע. דער רעדאַקטאָר באַדויערט װאָס די שרײַבערין איז אַרײַנגעפֿאַלן אינעם זעלביקן טעות װי איר מאַן און געהאַט אַ סעקסועלע טרעפֿונג מיט אַ מענטש װאָס איז איר אַפֿילו נישט געפֿעלן. דער רעדאַקטאָר זאָגט אָבער אַז זי זאָל זיך אומקערן אַהיים און דערצײלן דעם מאַן די גאַנצע מעשׂה. אַװדאי דערנאָך װאָלטן זײ מוחל געװען אײנער דעם אַנדערן און דער מאַן װאָלט פֿאַרגעסן די אַנדערע פֿרױ. צום סוף ציטירט דער רעדאַקטאָר יעזוסן, װאָס האָט געזאָגט: „זינדיקט ניט מער“ – אַן עצה װאָס ער האָט מסתּמא געהאָפֿט אַז דאָס קריסטלעכע פּאָרפֿאָלק װאָלט אפֿשר גיכער געפֿאָלגט.

עטלעכע אינטערעסאַנטע טעמעס קומען אַרױס פֿונעם בריװ און פֿונעם ענטפֿער. ערשטנס, דאָס חשיבֿות פֿונעם „בינטל בריװ“, װאָס האָט אַפֿילו 34 יאָר נאָך זײַן גרינדונג נאָך אַלץ געהאַט אַזאַ כּוח בײַ די לייענער און זייערע באַקאַנטע. צװײטנס, איז מערקווירדיק די טיפֿע חבֿרשאַפֿט צװישן דער קריסטין און דער ייִדישער טאָכטער. מיר װײסן נישט װי אָדער װוּ זײ האָבן זיך געטראָפֿן און זײַנען געװאָרן אַזױ נאָענט. די קריסטין גייט נישט צו דער אַרבעט, האָט זי נישט באַגעגנט די ייִדישע װי אַ מיטאַרבעטערין (סײַדן זי האָט זי געקענט נאָך איידער זי האָט חתומה געהאַט). מען באַקומט דעם רושם אַז די צוויי זײַנען אין די זעלביקע יאָרן, אָבער אַז זײער סאָציאַלע און קולטורעלע סבֿיבֿה איז גאָרנישט ענלעך. נישט געקוקט אױף דעם איז די חבֿרשאַפֿט אַ װערטיקע׃ די שרײַבערין זאָגט אַז זי האָט זיך פֿאַרטרױט נאָר אין דער דאָזיקער פֿרײַנדינע – און אַפֿילו נישט אין איר אײגענער מאַמען. אַװדאי איז ניו־יאָרק נישט געװען אײראָפּע, און אַזאַ פֿרײַנדשאַפֿט איז טאַקע נישט אַזױ אױסערגעװײנטלעך – אָבער די מאָס פֿון זײער נאָענטקײט איז טשיקאַװע.

אַ צווייטער חידוש איז דאָס וואָס  דער רעדאַקטאָר באַשולדיקט נישט די שרײַבערין מער װי איר מאַן פֿאַר דעם חילול־⁠הזיװג. אין זײַנע אױגן האָבן זײ בײדע גלײַך געזינדיקט: אפֿשר די פֿרױ אַ ביסל װײניקער װײַל דער מאַן האָט זי פּראָװאָצירט.  בײַ ס׳רובֿ פֿעלקער שױן טױזנטער יאָרן לאַנג, איז די שטראָף פֿאַר אַ פֿרױ אין אַזאַ מצבֿ געװען אַ סך שטרענגער װי פֿאַר איר מאַן: די װײַבערישע רײנקײט איז אָפֿט געװען אַ מין אָבסעסיע. אַפֿילו אױב אַ מאַן האָט אױך מחלל־⁠זיװג געװען, האָט ער געהאַט דאָס רעכט אָפּצוּװאַרפֿן זײַן פֿרױ אױב זי האָט געהאַט אַ סעקסועלע טרעפֿונג מיט אַן אַנדערן. אָבער אינעם דאָזיקן פֿאַל איז נישטאָ קײן רמז פֿון אַזאַ שטעלונג. 1940 איז אין סאַמע אָנהײב פֿון דער מלחמה, אײדער אַמעריקע האָט זיך אָנגעשלאָסן אין איר. נעמענדיק אין באַטראַכט די טיפֿע בײַטן װאָס די מלחמה האָט גורם געווען פֿאַר אַמעריקאַנישע פֿרױען, איז אַזאַ צוגאַנג פֿון אַ מענלעכן רעדאַקטאָר אומגעריכט און שטאַרק אינטערעסאַנט.

פֿונדעסטװעגן פֿאַלט דעם רעדאַקטאָר אָדער דער שרײַבערין אַ פּנים נישט אײַן אַז דער מאַן האָט זיך אפֿשר טאַקע פֿאַרליבט אין דער צװײטער פֿרױ. זיי האַלטן ביידע אַז בלויז ווײַל זי איז נישט יונג און כּלומרשט נישט שײן, מוז זײַן ליבע מיט איר זײַן בלויז אַ דערװײַליקער און מאָדנער שגעון. אָבער אפֿשר איז פֿאַרקערט? אױב ער האָט גוט פֿאַרבראַכט מיט דער צווייטער האָט זי מסתּמא אַנדערע מעלות: חכמה און גוטהאַרציקײט. אָבער אַפֿילו דער רעדאַקטאָר גיט אָנצוהערן אַז אױב דער מאַן האָט אמתע געפֿילן פֿאַר דער צװײטער פֿרױ (װאָס איז, לױט זײַן מײַנונג, שװער צו גלײבן) װעט דער גורל פֿון זײַן פֿרוי טאַקע נישט זײַן אַזוי פֿויגלדיק.

ווי ס׳האָט זיך אויסגעלאָזט ווייסן מיר נישט.  די געשיכטע שילדערט אָבער פֿאָרט אָפּ אַ פֿאַרכאַפּנדיקע שפּאַנונג צװישן טראַדיציע און די נײַע צײַטן, אין שײַכות מיט פֿרױען׃ װאָס זײ האַלטן טײַער אין זיך אַלײן, און װאָס מענער האַלטן טײַער אין זײ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.