מעגלעכע פּערסישע שרשים פֿון חסידישע נסיעות קיין אומאַןPossible Persian roots of the Hasidic pilgrimage to Uman
נישט געקוקט אויף דער מלחמה אין אוקראַיִנע, האָבן הײַאָר איבער 20 טויזנטער ייִדן, ווי געוויינטלעך, זיך פֿאַרזאַמלט צו פּראַווען ראָש־השנה אין אומאַן.
מיט וואָס קען מען דאָס פֿאַרגלײַכן? בעת דער מלחמה אין איראַק און דערנאָך, נישט געקוקט אויף אַזאַ שרעקלעכער אַנטי־שיִיִטישער טעראָריסטישער גרופּע, ווי „אײַסיס‟, האָבן מיליאָנען שיִיִטן זיך כּסדר פֿאַרזאַמלט אין דער איראַקער שטאָט קאַרבאַלאַ, וווּ עס ליגט באַערדיקט דער טראַגיש אומגעקומענער אימאַם כוסיין, דאָס אייניקל פֿונעם מוסולמענישן נבֿיא מוחמד, אַ זון פֿון זײַן טאָכטער פֿאַטימאַ. אינעם 7טן יאָרהונדערט, זײַענדיק אַ יושרדיקער פֿריִיִקער מוסולמענישער מנהיג, איז ער דערמאָרדעט געוואָרן אויף אַן אַכזריותדיקן אופֿן דורך די אָפֿיציעלע פֿירער פֿונעם איסלאַמישן כאַליפֿאַט. ווי באַלד די שיִיִטן האַלטן אים פֿאַר אַ גרויסן צדיק, גלייבן זיי, אַז סכּנותדיק צי נישט, איז וויכטיק אָפּצומערקן זײַן יאָרצײַט אין קאַרבאַלאַ.
איז דאָס אַ צופֿעליקע ענלעכקייט? לאַוו־דווקא. רבי נחמנס הויפּטווערק, „ליקוטי מוהר״ן‟, הייבט זיך אָן מיט אַ סעריע פּירושים אויף די וווּנדערלעכע ים־נסיעות פֿונעם אמורא רבה בר בר חנה. דער דאָזיקער גמרא־פּערסאָנאַזש איז געבוירן געוואָרן אין בבֿל – דהײַנו, אין דער אַמאָליקער גרויסער פּערסיע, אויפֿן שטח פֿונעם הײַנטיקן איראַק – און געלעבט אינעם דריטן יאָרהונדערט. צי דער דאָזיקער חכם האָט טאַקע אַ סך געוואַנדערט, צי איבערדערציילט פֿאַרשיידענע מעשׂיות פֿון אַנדערע וואַנדערער, בלײַבן זײַנע געשיכטעס אַ וויכטיקער קוואַל פֿונעם אוראַלטן פֿאָלקלאָר.
די היסטאָריקער האָבן שוין לאַנג אויפֿגעוויזן, אַז רבה בר בר חנהס וווּנדער־נסיעות קלינגען ענלעך אויפֿן באַקאַנטן אַראַבישן מעשׂה־ציקל וועגן דעם לעגענדאַרן סינדבאַד דעם ים־וואַנדערער, וועלכער האָט, אמת צי נישט, געלעבט אינעם אַכטן יאָרהונדערט אין באַגדאַד. ביידע פּערסאָנאַזשן – אָדער גיכער די העלדן פֿון זייערע וווּנדער־מעשׂיות – האָבן זיך כּסדר געלאָזט אין אויסערגעוויינטלעך מסוכּנע נסיעות, וווּ זיי ביידע טרעפֿן, צום בײַשפּיל, אַ ריזיקן פֿיש גרויס ווי אַ גאַנצער אינדזל.
ס׳איז אינטערסאַנט, אַז רבה בר בר חנה דערציילט כּסדר וועגן זײַן וועגווײַזער – אַן אַראַבער („טעיא‟). דער בילדערישער סטיל פֿון די לעגענדעס איז אָבער אַ פּערסישער. ווי עס באַמערקן די פֿאָרשער ד״ר ראובֿן קיפּערוואַסער און ד״ר דן שאַפּיראַ, זענען דאָ פֿאַראַן קלאָרע פּאַראַלעלן מיט דער אוראַלטער איראַנישער זאָראָאַסטרישער טראַדיציע. ווײַזט אויס, אַז נאָך אין דער גמרא־תּקופֿה האָט זיך, צוליב דעם קולטורעלן קאָנטאַקט צווישן די איראַנער און אַראַבער, געשאַפֿן דער אימאַזש פֿון אַנטשלאָסענע העלדן, וואָס לאָזן זיך אין ווײַטע נסיעות איבער דער וועלט, נישט געקוקט אויף כּלערליי סכּנות.
די גרויסע השפּעה פֿונעם אוראַלטן זאָראָאַסטרישן איראַן אויפֿן שיִיִטישן איסלאַם איז נישט קיין חידוש. צי האָט אָבער די פּערסישע ירושה פֿון רבה בר בר חנהס מעשׂיות טאַקע משפּיע געווען אויף די בראַצלעווער נסיעות קיין אומאַן?
אין 1798 – 1799 האָט רבי נחמן באַזוכט ארץ־ישׂראל. לויט די בראַצלעווער ספֿרים, איז דער וועג געווען זייער אַ געפֿערלעכער. אין זײַן לעבן האָט אויך אַ גרויסע ראָלע געשפּילט זײַן נע־ונד איבער אוקראַיִנע מחמת אָפֿטע רדיפֿות מצד די מתנגדים און אַנדערע חסידים, ווי אויך דאָס התבודדות – תּפֿילות און מעדיטאַציע אין מיטן דער נאַכט אין אַ וואַלד. רבי נחמן האָט בפֿירוש אָנגעזאָגט זײַנע חסידים נישט מורא צו האָבן זיך לאָזן לשם עבֿודת־השם אין סכּנותדיקע ערטער.
דער אורקוואַל פֿון אַזאַ אַנטשלאָסענער אויפֿפֿירונג איז פֿאַר רבי נחמנען טאַקע געווען, ווײַזט אויס, רבה בר בר חנה. אַזוי ווי אַ ריי אַנדערע גרויסע ייִדישע דענקער, אַרײַנגערעכנט דעם ווילנער גאָון, האָט רבי נחמן אָפּגעטײַטשט די וווּנדער־נסיעות פֿונעם גמרא־פּערסאָנאַזש ווי טיפֿע משלים; ער פֿלעגט אַליין דערציילן וווּנדערלעכע וואַנדער־מעשׂיות, וואָס ווערן הײַנט פֿאַררעכנט פֿאַר מוסטערווערק פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. רבי נחמן באַטאָנט אָבער כּסדר, אַז דאָס מענטשלעכע לעבן גופֿא, בגשמיות און ברוחניות, וויל מען צי נישט, איז אַ סכּנותדיקע נסיעה.
וואָס שייך רבי נחמנס מעשׂיות, שטאַמט צום ווייניקסטן איינע פֿון זיי פֿונעם באַקאַנטן סופֿי־משל וועגן דעם „וואַסער פֿון משוגעת‟, וואָס האָט, לויט דער מעשׂה, אַמאָל משוגע געמאַכט די גאַנצע וועלט – אַחוץ איין מענטש; ס׳איז אים אָבער נמאס געוואָרן, אַז מע האַלט אים אַליין פֿאַר אַ משוגענעם, דערפֿאַר האָט ער שוין אויך געגעבן אַ טרונק פֿונעם „משוגעת־וואַסער‟ און איז אַראָפּ פֿון זינען ווי אַלע אַנדערע. לויט רבי נחמנס ווערסיע, געבראַכט אינעם ספֿר „כּוכבֿי אור‟, וואָס דערציילט וועגן דער „משוגענער תּבֿואה‟, האָבן די מענטשן זיך געגעבן אַ קלוגע עצה: אָנצושרײַבן אויף זייערע שטערנס, אַז זיי ווערן משוגע. ווען איינער דערזעט אַזאַ אויפֿשריפֿט אויף אַ צווייטן, דערמאָנט ער זיך, אַז ער איז אויך אַ צעדרייטער. דער משל איז, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער ירידת־הדורות און דעם מצבֿ, וווּ די מאַטעריאַליסטישע וועלט קוקט אויף אַ רוחניותדיקן מענטש ווי אויף אַ צעדרייטן, הגם פֿון דער גײַסטיקער פּערספּעקטיוו איז דווקא מאַטעריאַליזם דאָס אמתע משוגעת.
די פֿאַרבינדונג צווישן די מעשׂיות איז אָבער פֿאַרשטענדלעך. רבי נחמן האָט געהאַלטן, אַז אין אַלע פֿאָלק־סוזשעטן אַרום דער וועלט שטעקן גרויסע עצות און טיפֿע סודות־התּורה, אַבי מע זאָל זיי פֿאַרשטיין. ס׳רובֿ זײַנע סיפּורים שטאַמען פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן פֿאָלקלאָר, נאָר אין דעם פֿאַל האָט ער געקאָנט באָרגן דעם מאָטיוו פֿון די מוסולמענער.
אויב מײַן השערה איז טאַקע ריכטיק, און סײַ די חסידישע, סײַ די שיִיִטישע צי סופֿישע טענדענץ צו פֿאָרן אויף קבֿרי־צדיקים, נישט געקוקט אויף שוועריקייטן און סכּנות, שטאַמט טאַקע פֿונעם אוראַלטן איראַן – לאַנג פֿאַרן אויפֿקום פֿון איסלאַם – איז עס אַ גוטע אילוסטראַציע צו רבי נחמנס מחשבֿות וועגן דער וועלט־מיטאָלאָגיע: אַ געוויסע מעשׂה צי אַ קולטורעלע טענדענץ קאָן זיך נאָך הונדערטער און טויזנטער יאָרן דערקײַקלען ביז גאַנץ אומגעריכטע ערטער.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor