Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ מעשׂה וועגן אַ בראשית-שלאַנג — אין ציילאַןA tale about the serpent from Genesis — found in Ceylon

די לעגענדע געפֿינט זיך אין קלמן שולמאַנס ספֿר פֿון 19טן יאָרהונדערט, „ארץ הקדם“.

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.

דער מייסטער שרייבער פונעם ניינצנטן יארהונדערט, קלמן שולמאן, דער וועמענס חיבורים זענען געשריבן געוואָרן אין א שיינעם רייכן פסוק לשון, האט מחבר געווען א ספר, „ארץ הקדם“. מיט „ארץ הקדם“ מיינט ער אינדיע. ווי די לעגענדע דערציילט, ווען אברהם אבינו האט פארשיקט זיינע בני פלגשים אויף מזרח קיין ארץ קדם – מיינט עס טאַקע אינדיע.

שרייבט ער, קלמן שולמאן, אין א פרק פונעם ספר, וועגן א שלאנג איום ונורא, א כיטרער שלאנג וואס באהאלט זיך אויף א פאלמען בוים, און כהרף עין – אין אן אויגנבליק, ווי ער זעט נאר ווי א באשעפעניש גייט פארביי, קייקלט ער זיך אראפ, און שלינגט עס איין ווי עס שטייט און גייט.

וועלן מיר ציטירן זיינע ווערטער אין פרייער איבערזעצונג, זיך האלטנדיק צו זיין פסוק׳ישן געשמאק, די גאנצע מעשה מתחילה ועד סוף וואס עס האט פאסירט מיט א געוויסן ענגלענדער, ראבערט עדווין. לייענט און האט הנאה:

בשליחות פון מיין אויבער-האר בין איך אפגעהאלטן געווארן געציילטע חדשים אינעם שטאט קאנדי וואס איז א מאל געווען די הויפט שטאט פונעם ציילאנער אינזל. מיין וואוינונג איז געווען אויפן שטאטישן גאס וועלעכע קוקט ארויס צום וואלד. נאנט צו יענעם גאס האט זיך דערהויבן א בערגל וואס אויף איר שפיץ ציען זיך אויס פיר טייטלביימער – הויך ווי א פיל־שטאקיג הויז, פרעכטיג שיין — א גלוסטעניש פאר די שווארצאפלען.

ויהי היום, ארויסקוקענדיג פארטאגס פונעם פענסטער, האבן זיך מיינע אויגן געהויבן אויף די הייכן פון יענעם בערגל זיך צו דערקוויקן מיטן פראכט פון די פאלמישע „בעזעם“ צווייגן, און איך בין דערשטוינט געווארן זעענדיג אז איינע פון די בוים צווייגן וואקלט זיך אהין און אהער מיט קראפט, טראסקעט זיך אראפ ביזן שטויב פון דער ערד, קערט זיך אום, און הייבט זיך ווידער ארויף צו די הויכן. אזוי ווי עס איז יענעם פרימארגן געווען נישט קיין פארוואלקנטער, אפילו קיין לייכט ווינטל האט נישט געבלאזן, האב איך נישט פארשטאנען דעם באטייט פון דעם מאדנעם בילד.

אז איך האב זיך אומגעקערט, פארזונקען אין מיינע געדאנקען, האט זיך די טיר אויפגעמאכט און א מאן פון די געבוירענע פונעם ציילאנער אינזל איז געקומען מיך באזוכן. גיב איך אים א פרעג וועגן דער זאך, און אט, באלד ווי דער מענטש האט נאר געזען דאס שאקלען אויפן בוים, איז זיין פנים בלאס געווארן און ער האט אויסגעשריגן: פאר דיינעט וועגן, פארשפאר די טירן פונעם הויז און די פענסטער! ווייל דער שאקלעדיגער צווייג וואס דו האסט געזען, איז א נחש, א שלאנג, איום ונורא, וואס פון די שפיצן ביימער לאקערט ער אויף יעדן פארבייגייער זיך ארויפצואווארפן אויף אים און אים איינשלינגען לעבעדיגערהייט!“

אזויווי איך האב זיך פארזאמט צו קוקן אויף יענעם טייטלבוים, האב איך זיך איבערצייגט אז דער מענטש האט געזאגט דעם אמת. און באלד האב איך טאקע געזען ווי יענער שלאנג פארצוקט א באשעפענישל, און ברענגט איר נבלה ארויף ביזן שפיץ בוים.

„אוי!“ האט דער מענטש ווײַטער דערציילט מיט א ציטער, „אוי, א סך שלעכטס האט אונז דער דאזיגער שרעקליכער משחית אנגעטון! מערערע מאל האט ער זיך פארשטעקט צווישן די געדיכעניש פון די וועלדער נאנט צו אונז און געלאקערט און אנגעפאלן אויף פיל מענטשן און זיי פארצוקט, אויפגעגעסן זייער פלייש, און זייערע ביינער האט ער צעמאלן, און פיל מאל איז ער געקומען אזש ביז אונזערע וואוינהייזער, און פארטיליגט פיל ווייבער, און איבער דער שטאט האט זיך געטאן א קלאגעניש און געוויין.“

מיר רעדן און שמועסן נאך, און דער קלאנג האט בליץ שנעל זיך פארשפרייט איבער דער גאנצער שטאט אז דער משחית הנורא איז געקומען צו שעדיגן אירע איינוואוינער, און שנעל האבן זיך צוזאמענגעקליבן צוועלעף מאן, פערד רייטער, באוואפנט מיט געווער אפצוריכטן א מלחמה מיטן נחש, און אויך איך האב אפירגענומען מיין געווער, און געריטן אויף מיין פערד זיי צו העלפן מיטן קאמף.

מיר האבן אריינגעריטן אין די ברעגן פון וואלד, צווישן די געדיכטע ביימער, וואס פון דארטן וועלן מיר האבן די מעגליכקייט צו שיסן פון באהעלטעניש אויפן שלאנג. ווען מיר האבן זיך דערנענטערט צו אים, נאר דאן האבן מיר זיך איבערצייגט וואס פארא פארכטיגער ריז יענער נחש איז, און א שרעק איז אנגעפאלן אויף אלע אנשי מלחמה, די קאמפסלייט, אזש קיינער האט נישט געהאט דעם מוט צו שיסן אויף אים, טאמער וועט עס חלילה נישט טרעפן אין ציל און דער שיסער וועט זיין לעבן אנווערן. אלע יעניגע לייט האבן עדות געזאגט אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזען אזא ריזיקע שלאנג. א שטארקער באגייסטערונג האט געווירבלט אין מיינע געדערים ביים באטראכטן דעם דאזיגן שרעקליכן מזיק, און אזוי אויך – זיין פרעכטיגער שיינקייט און גלוסטיגער שרעק-אנווארפנדיקן אנבליק.

די אנשי מלחמה וועלעכע זענען ארויס מלחמה האלטן מיטן שלאנג, האבן זיך באראטן אז היות דער נחש ווייזט זיך אויס צו זיין אצינד הונגעריג און פאר׳חלש׳ט, וועט דערפאר נישט העלפן קיין שום מלחמה קעגן אים, ווייל געוואוסט האבן זיי דעם סוד, אז כל זמן דער שלאנג איז הונגעריק קען מען אים נישט באזיגן, ער איז דאן פלינק ביז גאר אזש קיין שום כלי נשק, קיין שום געווער, וועט אים נישט קענען בייקומען. דערפאר, איז דער איינציגסטער וועג וויאזוי אים צו קענען בייקומען געווען נאכדעם וואס ער האט זיך אנגעגעסן צו דער זאט. און אלע שטאטסלייט זענען געשטאנען געשפאנט און מיט אנגסט, ווער וועט דאס זיין דעם נחש׳ס קומענדיגער קרבן, אים צו זעטיגן און אים אפצושוואכן פון זיינע מערדערליכע כוחות?

פלוצלינג איז ביים בוים אריבער א גרויסער פארכטיגער נמר (טיגער/לעמפערט), די גרייס פון א יונגער קו, און ביז א רגע האט זיך געהערט דאס קול פונעם גערויש פון די צווייגן פונעם בוים, און דער נחש האט זיך א ווארף געטון מיט זיין אייפערדיגן קראפט און מיטן געוויכט פון זיין וואג – אויפן נמר, און מיט זיין שארפן פיסק אפגעריסן און אפגעשניטן פלייש פון זיין רוקן – א גרויסער שטיק ווי די גרייס פון א מענטשליך קאָפּ.

עס האט דעם נחש גענומען גאנצע צוויי שעה פון געראנגל ביז ער האט דעם נמר גענצליך אפגעפארטיגט. און אזויווי דער שלאנג האט געגעסן צו זיין פילער זאט, האט טאקע פאסירט גענוי ווי די אנשי מלחמה האבן פאראויסגעזאגט, דער שלאנג האט גענצליך פארלוירן זיין כוח פון קענען שלעכטס טון, אזש זיך נישט געקענט רירן, ווי ער זאל זיין געבונדן אין קייטן.

יעצט זענען די אנשי המקום ארויסגעקומען מיט העק אזויווי א באנדע האלץ-האקער, און אים איינמאל פאר אלעמאל געטייט. די שטאטסלייט האבן דעם שלאנג אויפגעשניטן, אים צעשניטן אויף שטיקער, און זיך געטיילט מיט זיין פלייש, וואס איז געווען ווייכער און ווייסער ווי דאס פלייש פון א יונג קעלבל, וואס בײַ די אינדישע איינוואוינער ווערט דאס פאררעכנט ווי א דעליקאטעסע.

כן יאבדו כל אויבך ה׳ 

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.