Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אליהו בחור, אַ ייִדישער מחבר בעת דעם איטאַליענישן רענעסאַנסElia Levita, a Yiddish poet during the Italian Renaissance

אַרנאָ ביקאַר שרײַבט אַז די ייִדיש־פֿאָרשונג דאַרף זיך מער קאָנצענטרירן אויף ווי טיף איז געװען דער אָנטײל פֿון ייִדיש־שרײַבער אין דער װעלט–ליטעראַטור.

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור װערט אָפֿט צעטײלט אין צװײ קאַטעגאָריעס. די אַזױ-גערופֿענע אַלט־ייִדישע ליטעראַטור האָט געבליט צװישן דעם 16טן און דעם 18טן יאָרהונדערט, לכתּחילה אין צפֿון־איטאַליע און דערנאָך אין מיטל־אײראָפּע. די נײַע תּקופֿה הײבט זיך אָן סוף-18טן יאָרהונדערט מיט דער השׂכּלה אין פּרײַסן און דער נײַער צענטער פֿון ייִדיש קומט אױף אין מזרח–אײראָפּע אינעם 19טן יאָרהונדערט. לױט דער דאָזיקער השׂגה, זײַנען די בײדע תּקופֿות, די אַלטע און די נײַע, געװען גאָר אַנדערש פֿונעם שפּראַכלעכן, קולטורעלן און עסטעטישן קוקװינקל.

אַ נײַע מאָנאָגראַפֿישע שטודיע אויף פֿראַנצייזיש, „דער איטאַליענישער רענעסאַנס אין די גאַסן פֿון געטאָ: די ייִדישע דיכטונג פֿון אליהו לויטה (1469־1549)‟, פּרוּװט צו פֿאַרריכטן די דאָזיקע השׂגה. צום שלוס פֿונעם בוך דערמאָנט דער מחבר, אַרנאָ ביקאַר — דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש אינעם פּאַריזער אינסטיטוט פֿון אָריענטאַלישע שפּראַכן און ציװיליזאַציעס — פּרצעס אױפֿרוף צו דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור: „מען דאַרף אַרױס פֿון געטאָ און זען די װעלט, נאָר מיט ייִדישע אױגן‟. הײַנט, האַלט ביקאַר, „הונדערט יאָר נאָך דעם װי פּרצעס פּראָגראַם איז טײלװײַז מקוים געוואָרן אָבער אױך ברוטאַל איבערגעריסן געװאָרן, דאַרף די ייִדישע פֿאָרשונג גײן אין אַ פֿאַרקערטער ריכטונג: דערװײַזן, װי ברײט און פֿאַרשײדנאַרטיק איז געװען דער אָנטײל פֿון אַשכּנזישע ייִדן אין דער װעלט–ליטעראַטור‟.

פּרצעס אױסדרוק, „ייִדישע אױגן‟, קען מען אויסטײַטשן אויף צוויי אופֿנים: די אױגן פֿון ייִדן אָדער די אױגן פֿון ייִדיש. עס איז דער צװײטער מײן, װאָס די הײַנטיקע פֿאָרשער פֿון ייִדיש דאַרפֿן האָבן אין זינען, שרײַבט ביקאַר. אַזאַ מין קוק „מיט ייִדיש–אױגן‟ לאָזט דערקענען די המשכדיקײט פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור איבער די פֿאַרשײדענע תּקופֿות.

דער העלד פֿון ביקאַרס שטודיע, ר׳ אליהו בן אשר הלוי אשכּנזי, װעלכער איז אױך באַקאַנט בײַ ייִדן אונטערן נאָמען אליהו בחור (און צװישן די אומות–העולם — װי אלי לויטה), שטאַמט פֿונעם שטעטל נײַשטאַדט לעבן נירנבערג, דרום–דײַטשלאַנד. נאָך דעם גירוש פֿון ייִדן פֿון זײַן געגנט האָט ער געפֿונען אַ מקום–מקלט אין איטאַליע, װוּ ער האָט פֿאַרפֿאַסט זײַנען ייִדישע און העברעיִשע חיבורים. דאָס סאַמע באַקאַנטע ייִדישע װערק זײַנס איז דאָס „בבאָ–בוך‟ (ּבאָװאָ–בוך), אַן אַדאַפּטאַציע פֿון אַן איטאַליענישער אַװאַנטורישער פּאָעמע, אויפֿן סמך פֿון אַן אַלט-ענגלישן מקור.

„באָװאָ–בוך‟ איז געװען דאָס ערשטע װעלטלעכע בוך אױף ייִדיש און מען האַלט עס פֿאַרן גרעסטן װערק פֿון דער אַלט–ייִדישער ליטעראַטור. חוץ דעם האָט אליהו בחור אָנגעשריבן נאָך עטלעכע װערק אױף ייִדיש, צװישן זײ די פּאָעמע „פּאַריז און װיענה‟. ער איז אױך באַקאַנט װי דער מחבר פֿון גראַמאַטישע װערק און װערטערביכער פֿון לשון–קודש, װאָס זײַנען געװען פּאָפּולער בײַ ייִדישע און קריסטלעכע געלערנטער.

אַװדאי איז אליהו בחור אַ יוצא-דופֿן צװישן ייִדישע מחברים. ער האָט געלעבט אין דער תּקופֿה פֿון גירושים און רדיפֿות קעגן ייִדן, אָבער אַלײן האָט ער װײניק געליטן פֿון אָט די גזירות. זײַנע פֿרײַנד זײַנען געװען חשובֿע קריסטלעכע חכמים און און ער האָט באַקומען שטיצע פֿון מעכטיקע פּאָליטישע פֿיגורן. ער איז געװען אַן אײגענער אין דער איטאַליענישער רענעסאַנס-קולטור.

דװקא די השפּעה מצד דעם איטאַליענישן רענעסאַנס אױף אליהו בחורס ייִדישער דיכטונג איז די טעמע פֿון ביקאַרס פֿאָרשונג. די דאָזיקע חיבורים, שרײַבט ביקאַר, „האָבן אַרײַנגעבראַכט דעם איטאַליענישן רענעסאַנס אין די גאַסן פֿונעם געטאָ‟ (מײנען מײנט ביקאַר דאָ אַװדאי ניט די נאַציסטישע געטאָס בעתן חורבן, נאָר די ייִדישע געגנטן אין איטאַליענישע שטעט אין מיטלאַלטער).

בערך הונדערט יאָר נאָך אליהו בחורס טױט האָט ייִדיש מער ניט געלעבט אין איטאַליע. דער צענטער פֿון דער ייִדיש–קולטור האָט זיך איבערגערוקט קײן דײַטשלאַנד און פּױלן, און זײַנע ייִדישע װערק זײַנען פֿאַרגעסן געװאָרן. מען האָט זיך װידער דערמאָנט אָן זײ ערשט אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען די ייִדישיסטן, אַזעלכע װי מאַקס עריק, מאַקס װײַנרײַך און אַנדערע האָבן גענומען שאַפֿן אַ קולטורעלן ייִחוס–בריװ פֿון די אַלטע ליטעראַרישע װערק אױף ייִדיש. זינט דעמאָלט פֿאַרנעמט אליהו בחור אַ בכּבֿודיקן אָרט װי אַ פֿאָרגײער פֿון דער מאָדערנער װעלטלעכער ייִדישער ליטעראַטור.

ביקאַר הײבט אָן זײַן בוך מיט אַן איבערזיכט פֿון אליהו בחורס לעבן און שאַפֿונג, בפֿרט זײַנע פֿילאָלאָגישע שטודיעס פֿון לשון–קודש. אַ דאַנק די דאָזיקע װערק האָט ער זיך קונה־שם געװען אין דער סבֿיבֿה פֿון איטאַליענישע הומאַניסטן, װעלכע האָבן זיך ספּעציעל אינטערעסירט אין תּנ״ך און קבלה. אין די װײַטערדיקע קאַפּיטלען באַהאַנדלט ביקאַר אליהו בחורס ייִדישע װערק אין צװײ קולטורעלע קאָנטעקסטן, דעם ייִדישן און דעם איטאַליענישן. ער אַנאַליזירט די פֿאָרמעלע עלעמענטן פֿון זײער דיכטערישן סטיל אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע מוסטערן פֿון דער איטאַליענישער דיכטונג, אַזעלכע װי לאָדאָװיקאָ אַריאָסטאָס ראָמאַן אין פֿערזן, „דער מטורפֿדיקער אָרלאַנדאָ‟, װאָס האָט געדינט װי אַ מוסטער פֿאַר „פּאַריז און װיענה‟.

אליהו בחור איז בלי–ספֿק געװען אַ באַגאַבטער און הױך–געלערנטער מחבר, אָבער װי אָריגינעל איז געװען זײַן דיכטונג? אין זײַנע ייִדישע װערק האָט ער קונציק נאָכגעמאַכט און „פֿאַרייִדישט‟ אײראָפּעיִשע מוסטערן, אָבער צי קען מען אים פֿאַרגלײַכן מיט די בעסטע אײראָפּעיִשע פּאָעטן פֿון זײַן תּקופֿה? ביקאַר האַלט, אַז ענלעך צו די גרױסע איטאַליענישע און פֿראַנצײזישע מחברים, װאָס האָבן געשאַפֿן נײַע ליטעראַטורן אױף זײערע פֿאָלקשפּראַכן, האָט אליהו בחור אױפֿגעהױבן ייִדיש אױף דעם ניװאָ פֿון אַנדערע אײראָפּעיִשע שפּראַכן פֿון זײַן צײַט. זײַן אױפֿטו איז געװען אין דעם, װאָס ער האָט אין זײַנע פֿילצאָליקע װערק אױף ייִדיש און העברעיִש צונויפֿגעבונדן ייִדישקײט און װעלטלעכקײט. ביקאַר טענהט, אַז די אױפֿגאַבע פֿון הײַנטיקע ייִדישע פֿאָרשער איז אױפֿצוּװעקן דעם אינטערעס צו ייִדיש בײַ די, װאָס זײַנען ניט באַקאַנט מיט דער רײַכער ייִדישער ליטעראַראַטור, און אליהו בחור קען דינען װי אַ גוטער װעגװײַזער דערפֿאַר.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.