איבערגעגעבענע ייִדישיסטן טרעפֿן זיך אין וויןDedicated Yiddishists gather in Vienna
רעדנדיק ייִדיש דרײַ טעג לאַנג האָט די גרופּע באַזוכט מוזייען און בײַגעווען אַ קאָנצערט מיט די ייִדישע זינגער דניאל קאַהן און איזאַבעל פֿרײַ.
מיט 100 יאָר צוריק איז געװען אין װין, דער קיר״השער עיר־הבירה, אַ פּעריאָד װען ס׳זײַנען אָנגעקומען אַ גרױסע צאָל ייִדישע עמיגראַנטן. אַ דאַנק יענע מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן, קודם־כּל אַרײַנגעפֿאָרענע פֿון גאַליציע, האָט דעמאָלט שטאַרק אױפֿגעלעבט דאָס ייִדיש־קולטור־לעבן אין שטאָט.
אַ קאַפּ פֿריִער, אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, איז דער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם רײזען געקומען צו פֿאָרן. װעגן זײַן װינער בעל־הביתטע שרײַבט רײזען אַז זי האָט „גערעדט דײַטש געמישט מיט ייִדישע װערטער, אַזױנע װערטער װאָס אױף דײַטש װאָלטן זײ ניט געהאַט דעם זעלבן טעם, װי, למשל, רחמנות, נעבעך, אד״ג. און אַפֿילו די יונגע טאָכטער […] האָט אין איר רײנעם דײַטש אױך אַרײַנגעמישט אַ ייִדיש װאָרט (אָדער װי די העברעער װילן האָבן — אַ העברעיִש װאָרט), װאָס פֿון איר מױל אָבער האָט עס געקלונגען עקזאָטיש און פֿרעמד.“ אױף אָט אַזאַ מין שטאַפּל שטײט דאָס ייִדישע לשון הײַנט צו טאָג מסתּמא בײַם רובֿ װינער ייִדן.
דעם לעצטן סוף־װאָך האָט זיך אין ווין אָבער פֿאַרזאַמלט אַ קלײן רעדל ייִדישיסטן און מע האָט געשמועסט צװישן זיך, טאַקע אױף ייִדיש, גאַנצענע דרײַ טעג נאָך אַנאָנד. טאַמאַרע גליסאָן־פֿרײדבערג, אַ דאָקטאָראַנטקע אין לאָנדאָן, האָט אײַנגעאָרדנט דעם צונױפֿקום. די רײַזע איז אַ טײל פֿון דער פּראָגראַם „נע־ונד“, װאָס אַרטוראָ קערבעל־שײן, אױך אַ לאָנדאָנער ייִדישיסט, האָט לאַנצירט מיט עטלעכע יאָרן צוריק. אַן ערך אַ האַלבער מנין „נע־ונדניקעס“ פֿון לאָנדאָן, דער שװײץ, אונגאַרן און װין גופֿא האָבן אָנטײל גענומען.
צוערשט האָט מען באַזוכט דעם שמעון־װיזענטאַל־אינסטיטוט פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג וווּ עס געפֿינט זיך דער אַרכיוו פֿון שמעון װיזענטאַל ז״ל. אַ מיטאַרבעטערין פֿון אינסטיטוט האָט געװיזן די געסט עטלעכע פֿון װיזענטאַלס בריװ אָנגעשריבן אויף ייִדיש. װיזענטאַל, אַ געבױרענער אין בוטשאַטש (מיזרח־גאַליציע), אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, איז נאָך דער מלחמה געװען זײער אַן אַקטיװער טוער אין דער ייִדישער קהילה פֿון לינץ (עסטרײַך) און שפּעטער פֿון װין. אַחוץ דעם האָט ער זיך דורכגעשריבן מיט מענטשן איבער דער גאַנצער װעלט כּדי אױסצוזוכן דײַטשישע רוצחים, אַזעלכע װי אײַכמאַן און מענגעלע, צי סתּם ייִדן־מערדער און אַנדערע װאָס האָבן געהאַט אַ חלק אינעם חורבן פֿון אײראָפּעיִשן ייִדנטום. ער האָט געװאָלט אַז מע זאָל זײ מישפּטן און באַשטראָפֿן װי געהעריק פֿאַר זײערע פֿאַרברעכנס, פֿון גערעכטיקײט װעגן, און כּדי מע זאָל ניט פֿאַרגעסן זייערע רוצחישע מעשׂים — און טאַקע אױפֿגעטאָן אַ סך אין דעם תּחום.
שבת אין דער פֿרי איז אַ טײל פֿון דער חבֿרה ייִדישיסטן געגאַנגען אין עספּעראַנטאָ־מוזײ װוּ מע קען זיך דערװיסן אַ סך װעגן דער באַװעגונג לטובֿת דער „װעלטשפּראַך“ און װעגן איר באַשעפֿער, דעם ביאַליסטאָקער ייִד, לודװיק (לײזער) זאַמענהאָף. זאַמענהאָף, אַן אױגן־דאָקטאָר אין ביאַליסטאָק, גראָדנע און װאַרשע, האָט ניט נאָר אױסגעטראַכט די נײַע שפּראַך, נאָר אױך געװאָלט שאַפֿן עפּעס אַן אוניװערסאַלע רעליגיע. אַחוץ דעם האָט ער צװישן אַנדערס געשריבן װעגן ייִדישער גראַמאַטיק (למשל, אָט־אָ דאָ). זײַן רוסישן כּתבֿ־יד פֿון אַ „פּרוּװ פֿון אַ גראַמאַטיק פֿון דער נײַ־ייִדישער שפּראַך“ האָט מען אָפּגעדרוקט מיט יאָרצענדליקער שפּעטער און איבערגעזעצט אױף עספּעראַנטאָ און פּױליש.
נאָכן באַזוך אין מוזײ זײַנען אַלע אַרײַן אין אַן אמתן ווינער קאַװעהױז. איינע פֿון דער גרופּע דערצײלט: „מיר אַלע האָבן באַשטעלט אַן ‚אײנשפּענער’ [אַ טראַדיציאָנעלע װינער קאַװע מיט ‘שלאַגאָבערס’, ד״ה שמאַנט] װאָס איז געװען זײער געשמאַק. אפֿשר האָבן אױך די ייִדישע אינטעליגענטן אַ מאָל פֿאַרבראַכט אַזױ.“
בעת אַ שלש־סעודות בײַ דער לינגװיסטין אסתּר סענדרױ, װאָס פֿאָרשט װעגן ייִדיש בײַ די הײַנטיקע חסידים, האָט מען געלײענט אַ פּרק פֿון אַבֿרהם רײזענס „עפּיזאָדן פֿון מײַן לעבן“ און נאָך דעם איז מען געגאַנגען אױף אַ קאָנצערט מיט איזאַבעל פֿרײַ און דניאל קאַהן װאָס ביידע זינגען זיי און שאַפֿן לידער אױף ייִדיש. בעת דער ערשטער העלפֿט קאָנצערט האָט איזאַבעל פֿרײַ, אַליין אַ ווינערין, געזונגען, על־פּי רובֿ, סאָציאַליסטישע אַרבעטער־לידער, קלאַסישע אַזעלכע װי דוד עדעלשטאַטס „אין קאַמף“, נאָר אױך װערק פֿון װײניק באַקאַנטע פּראָלעטאַרישע דיכטער. צוזאַמען מיט דניאל קאַהן האָט זי באַשאָנקען דעם עולם מיט אַן אײגענער איבערזעצונג פֿון געאָרג קרײַסלערס אַ „ניט־אַרישער אַריע“. בעת פֿרײַס פּראָגראַם איז געװען אין תּוך אַן אוטאָפּישע, איז דער צװײטער טײל פֿון קאָנצערט געװען מער דיסטאָפּיש. דניאל קאַהן האָט געזונגען דער עיקרשט לידער פֿון זײַן לעצטן אַלבום, „װערטער־בעטלער“ — למשל, אַהרן צײטלינס „זעקס שורות“ און קאַדיע מאָלאָדאָװסקיס „מײַנע ‚פֿאָטערלענדער“, דערצו אױך נײַע זאַכן װי זײַן איבערזעצונג פֿון לענאַרד כּהנס „די צוקונפֿט“. באַזונדערש רירנדיק איז געװען דער מאָמענט װען ער האָט, אין אײנעם מיט פֿרײַ, געזונגען הירש גליקס „די נאַכט איז אױסגעשטערנט“ — לכּבֿוד אוקראַיִנע און דעם אוקראַיִנישן פֿאָלק. בײַ עטלעכע לידער האָבן נאָך אונטערגעזונגען די ספּעציעלע געסט, בענדזשי פֿוקס־ראָזען און אסתּר װראַטשקאָ (װראַטשקאָ און פֿרײַ זינגען אױך אין אַ דואָ װאָס הײסט סאָװעלעס).
דער אױסערגעװײנטלעכער סוף־װאָך האָט זיך געענדיקט מיט אַ שפּאַציר איבערן ייִדישן קװאַרטאַל זונטיק אין דער פֿרי. דער װינער ייִדיש־פֿאָרשער, שרײַבער און איבערזעצער, טאָמאַס סאָקסבערגער האָט דערצײלט פֿאַרשײדענע עפּיזאָדן פֿון דער ייִדישער געשיכטע אין װין און אונדז געװיזן װיכטיקע ערטער װאָס האָבן אַ שײַכות צו ייִדיש. אָנגעהױבן האָט מען בײַם אַמאָליקן צפֿונדיקן װאָקזאַל (הײַנט: פּראַטער־שטערן) װוּ ייִדן אָנגעקומענע פֿון גאַליציע זײַנען געװײנטלעך אַראָפּ פֿון דער באַן. דער ייִדישער שרײַבער אַבֿרהם־משה פֿוקס, אַלײן אַ גאַליציאַנער, האָט אין זײַן דערצײלונג „אונטער דער בריק“ באַשריבן דעם אָרעמען קװאַרטאַל אַרום װאָקזאַל מיט זײַן אונטערװעלטישער סבֿיבֿה; די העלדין פֿון דער נאָװעלע איז אַ פּראָסטיטוטקע. אױך בײַם העברעיִשן שרײַבער דוד פֿוגל (פֿאָגעל) איז דאָ אַ פּרטימדיקע באַשרײַבונג פֿון יענער געגנט און פֿון װין בכלל — אינעם ראָמאַן „חיי נשׂואים“ („דאָס לעבן פֿון אַ פּאָרפֿאָלק“). דאָס זײַנען געװען מסתּמא די ערשטע ליטעראַרישע װערק אױף העברעיִש און ייִדיש װאָס האָבן געשילדערט דאָס ייִדישע לעבן אין װין.
װײַטער איז מען פֿאַרבײַגעגאַנגען עטלעכע בנינים מיט טעאַטער־זאַלן װוּ ס׳האָבן אַ מאָל געשפּילט ייִדישע טרופּעס. מע האָט זיך אױך דערװוּסט װעגן דער געשיכטע פֿונעם װינער ראַבינער־סעמינאַר מיט זײַן חשיבֿותדיקער ביבליאָטעק בשכנות מיט דער גרױסער שול פֿון לעאָפּאָלד־שטאָט װאָס איז מער ניטאָ. צום סוף איז מען אָנגעקומען אין דער טאַבאָר־שטראַסע, בײַם אַמאָליקן אַדרעס פֿון אַ װיכטיקן װינער ייִדיש־פֿאַרלאַג. בעתן שפּאַציר האָט סאָקסבערגער איבערגעגעבן אָן אַ שיִעור אַנדערע טשיקאַװע פּרטים ווי למשל, װעגן נתן בירנבױמס ייִדיש־אָװנטן, דער ווינער ייִדישער פּרעסע און דער דיכטער־גרופּע „יונג גאַליציע“. די בלי־תּקופֿה פֿון ייִדיש אין װין איז געװען אַ קורצע, נאָר זי האָט פֿון דעסטװעגן איבערגעלאָזט אַ ירושה װאָס ס׳איז געווען אַ פֿאַרגעניגן זיך צו באַקענען מיט איר.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO