Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

װי ייִדישע מחברטעס האָבן זיך אָנגענומען די קריװדע פֿון פֿלאָבערס העלדין עמאַ באָװאַריHow female Jewish authors stood up for Flaubert’s heroine Emma Bovary

אַליסאָן שעכטער טענהט אַז פֿראַדל שטאָק, דבֿורה פֿאָגעל און דרײַ אַנדערע שרײַבערינס האָבן אַ סך צוגעגעבן צו דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור.

דער ענין פֿון מין (דזשענדער, בלע״ז) פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקן אָרט אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשונג. מען רעװידירט אונטער אַ קריטישן שפּאַקטיװ די אַלטע פֿעסטע השׂגות פֿונעם ליטעראַרישן קאַנאָן, כּדי צו אַנטפּלעקן פֿאַרבאַהאַלטענע פּניות לטובֿת מאַנסבילן און צו באַקעמפֿן זײער שליטה איבער די ליטעראַרישע אינסטיטוציעס. אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג האָט די דאָזיקע רעװיזיע זיך אָנגעהױבן שױן מיט יאָר פֿערציק צוריק. אַלע יאָר קומען אַרױס אינטערעסאַנטע שטודיעס, װאָס באַטראַכטן נײַע אַספּעקטן פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור־געשיכטע פֿונעם פֿעמיניסטישן קוקװינקל.

פּראָפֿעסאָר אַליסאָן שעכטערס בוך „פֿרױען שרײַבן ייִדישע מאָדערניטעט, 1919 – 1939‟ באַהאַנדלט די פּראָזע, װאָס פֿרױען האָבן אָנגעשריבן אױף ייִדיש און העברעיִש צװישן די צוויי װעלט־מלחמות. דאָס איז געװען אַ צײַט, װען די צװײ ייִדישע שפּראַכן זײַנען געגאַנגען אויף פֿאַרשײדענע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע דרכים. ייִדיש איז געװאָרן די שפּראַך פֿונעם אַלװעלטלעכן ייִדישן גלות בעת העברעיִש האָט זיך אײַנגעװאָרצלט אינעם נײַעם הײמלאַנד אין ארץ־ישׂראל. די פֿינף מחברטעס, װאָס װערן באַהאַנדלט אין שעכטערס בוך — פֿראַדל שטאָק, דבֿורה באַראָן, לאה גאָלדבערג, אלישבֿע ביכאָװסקי און דבֿורה פֿאָגעל — זײַנען אינטערעסאַנט און װיכטיק ניט בלױז צוליב זײער ליטעראַרישער שאַפֿונג, נאָר אױך װײַל זײ האָבן „זיך באַװוּסטזיניק פֿאַרקלערט איבער דער ראָלע פֿון פֿרױען װי קינסטלער אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט‟, דערקלערט שעכטער.

עס איז װיכטיק, איז שעכטער ממשיך, אַז די דאָזיקע מחברטעס האָבן „איבערגענומען אין זײער רשות דעם כּוח פֿונעם פּראָזע־זשאַנער כּדי צו דערצײלן די לעבנס פֿון פֿרױען‟. אין דעם פֿאָקוס אױף דעם פּראָזע-זשאַנער באַשטײט דער חידוש פֿון שעכטערס שטודיע. אַ היפּשע צאָל שטודיעס זײַנען געװידמעט ייִדישע דיכטערינס. שעכטער האַלט, אַז אין דעם היעראַרכישן סדר פֿון ליטעראַרישע זשאַנערס שטײט פּראָזע, און בפֿרט דער ראָמאַן־זשאַנער, העכער פֿאַר דער דיכטונג. היסטאָריש האָבן די מענער־שרײַבער און קריטיקער געהאַט דעם „רשות‟ איבער דער פּראָזע, און זײ האָבן זיך באַצויגן צו דער „װײַבערישער‟ פּראָזע מיט גרינגשאַצונג און ביטול. אַזױ אַרום מאָלט שעכטער אױס די ליטעראַטור־געשיכטע װי אַ מין געראַנגל צװישן מענער און פֿרױען פֿאַר דער שליטה איבער דעם ליטעראַרישן קאַנאָן.

פֿאַרן טעאָרעטישן יסוד פֿון איר חקירה נעמט שעכטער די פֿעמיניסטישע קריטיק פֿונעם קלאַסישן פֿראַנצײזישן ראָמען „מאַדאַם באָװאַרי‟ פֿון גוסטאַװ פֿלאָבער. די דאָזיקע קריטיק האַלט, אַז פֿלאָבער האָט געדאַרפֿט „הרגענען‟ זײַן העלדין עמאַ באָװאַרי, װײַל ער האָט ניט געקענט פֿאַרטראָגן איר באַגער צו פֿאַרטיפֿן זיך אין דער װעלט פֿון ליטעראַרישער פֿאַנטאַזיע כּדי זיך צו באַפֿרײַען — כאָטש אין איר דמיון — פֿון דער מאַכט פֿון די מענער. אַזױ װי עמאַ באָװאַרי, האָבן די ייִדישע מחברטעס געשטרעבט גובֿר צו זײַן דעם מענערישן קולטורעלן רעזשים אין דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור. און אַזױ װי פֿלאָבער, האָבן די מענער־קריטיקער ניט געװאָלט אָנערקענען די װערט פֿון די ליטעראַרישע ווערק געשאַפֿן פֿון פֿרויען.

פֿלאָבער האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער ליטעראַטור אַ נײַעם סטיל, װאָס מעקט אױס די גרענעץ צװישן דער דרױסנדיקער רעאַליטעט און דער אינעװײניקער װעלט פֿון דער ליטעראַרישער העלדין. דער סאַמע באַקאַנטער מוסטער פֿונעם דאָזיקן סטיל אין דער ייִדישער ליטעראַטור איז דוד בערגעלסאָנס ראָמאַן „נאָך אַלעמען‟, װוּ מע זעט די השפּעה פֿון פֿלאָבער, לעװ טאָלסאָי, אַנטאָן טשעכאָװ און אַנדערע אײראָפּעיִשע שרײַבער. שעכטער באַװײַזט, אַז אָט דער סטיליסטישער חידוש האָט דערמעגלעכט די מחברטעס זיך אַנטקעגנצושטעלן דער מענערישער העגעמאָניע דורכן שאַפֿן ליטעראַרישע העלדינס, װאָס האָבן געקענט פֿאַרטײדיקן זײער עצמדיקײט װי פֿרױען. זי װײַזט, למשל, װי אַזױ דבֿורה באַראָן האָט „באַפֿרײַט‟ עמאַ באָװאַרי פֿון פֿלאָבערס גרינגשעצערישער באַציִונג דורך פֿײַנע סטיליסטישע מיטלען אין איר העברעיִשער איבערזעצונג. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט שעכטער, האָט „באַראָנס איבערזעצונג איבערגעאַנדערשט דעם ראָמאַן צוליב די צװעקן פֿון איר אײגענעם עסטעטישן און פּאָליטישן פּראָיעקט‟.

שעכטער האַלט דבֿורה פֿאָגעלס אַװאַנגאַרדיסטישע עקספּערימענטן מיטן מאָנטאַזש פֿון פֿאַרשײדענע ליטעראַרישע סטילן פֿאַרן שפּיץ-פּונקט פֿון דער פֿרױיִשער שעפֿערישקײט אין דער ייִדישער ליטעראַטור פֿון יענער תּקופֿה. פֿאָגעל האָט בכּיװן אױסגעקליבן ייִדיש, װאָס איז ניט געװען איר מאַמע־לשון, פֿאַר אַ לינגװיסטישער כּלי פֿון איר שאַפֿונג בײַ גלײַך מיט פּױליש. אירע ייִדישע טעקסטן, טענהט שעכטער, אַנטפּלעקן „די פֿאַרבינדונגען צװישן דער דערצײלערישער טעכניק פֿון באַראָן און שטאָק […] און דעם קריזיס פֿון דער נאַציאָנאַלער אָנגעהעריקײט, װאָס מען זעט אין די װערק פֿון גאָלדבערג און ביכאָװסקי‟. דאָס איז אַן אײגנאַרטיקער קוק אױף פֿאָגעלס אױפֿטו, װאָס עד־היום האָט מען אים כּסדר באַטראַכט אינעם קולטורעלן קאָנטעקסט פֿונעם גאַליציאַנער מאָדערניזם. שעכטער לײענט פֿאָגעלס טעקסטן װי אַ ראַדיקאַלע פֿעמיניסטישע קריטיק פֿונעם קלאַסישן „פֿלאָבערישן‟ באַגריף פֿונעם רעאַליסטישן ראָמאַן. פֿאָגעל „מאָלט זיך אױס אַ װעלט װאָס נעמט אַרײַן עמאַ באָװאַריס עסטעטישע באַגערן‟.

דער קריטישער קוק אױף ליטעראַטור װי אַ שלאַכטפֿעלד האָט װאָרצלען אין דער מאַרקסיסטישער טעאָריע. אַזאַ מין צוגאַנג געפֿינט מען אין די װערק פֿון סאָװעטישע פּראָלעטאַרישע קריטיקער פֿון דער אײגענער תּקופֿה פֿון די 1920ער-1930ער יאָרן װען די מחברטעס פֿון שעכטערס שטודיע האָבן אויך געשריבן. די סאָװעטישע קריטיקער זײַנען געװען אױסן צו באַפֿרײַען די „פּראָגרעסיװע‟ פּראָלעטאַרישע מחברים פֿון דער שליטה פֿון דער „אָפּגעשטאַנענער‟ בורזשואַזער קולטור. ספּעציעל װיכטיק איז דעמאָלט געװען דער קאַמף פֿאַר דער קלאַסישער ירושה, דהײנו, דעם רעאַליסטישן ראָמאַן פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט. איצט זעט מען אַן ענלעכע סכעמע אין דער פֿעמיניסטישער טעאָריע, מיט אײן אונטערשייד׃ דעם אָרט פֿונעם באַדריקטן פּראָלעטאַריִאַט פֿאַרנעמען פֿרױען, בעת די ראָלע פֿון דער בורזשואַזיע פֿאַרנעמען מענער. בײדע טעאָריעס אַנטפּלעקן אַן אײגנאַרטיקע פּערספּעקטיװ אױף דער אַנטװיקלונג פֿון דער ליטעראַטור, אָבער װי אַלע טעאָריעס, האָבן זײ געװיסע גרענעצן און אַ געװיסן לעבנסדױער.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.