נײַע פֿאָרשונגען וועגן ייִדיש בײַ די הײַנטיקע חרדיםNew studies about Yiddish among today’s Haredi Jews
איין עטנאָגראַפֿישע שטודיע באַשרײַבט װאָסערע ראָלע ייִדיש שפּילט אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן פֿון די חסידים.
דער נײַער נומער פֿונעם „זשורנאַל פֿון ייִדישע שפּראַכן‟ (נומער 10, 2022) איז געװידמעט דעם ענין ייִדיש אין די חרדישע קהילות איבער דער וועלט , דהײנו אין ישׂראל, ענגלאַנד, בעלגיע און אַמעריקע. די פֿאָרשגרופּע פֿון ענגלאַנד און ישׂראל האָט דורכגעפֿירט עטנאָגראַפֿישע און לינגװיסטישע פֿאָרשונגען, כּדי בעסער צו פֿאַרשטײן, װאָס פֿאַר אַ מין ייִדיש מען רעדט אין די דאָזיקע קהילות און װאָס פֿאַר אַ ראָלע ייִדיש שפּילט אין זײער לעבן. די רעדאַקטאָרן פֿונעם נומער, פּראָפֿעסאָר לילי קאַן, ד״ר קריסטאַ אסתּר סענדרוי און ד״ר סאָניע יאַמפּאָלסקאַיאַ שרײַבן, אַז בערך 70—80 פּראָצענט חרדים רעדן ייִדיש. ייִדיש איז אין זײערע אױגן אַ חשובֿער באַשטאַנדטײל פֿון ייִדישקײט.
ד״ר העדער מאַנראָ האָט ספּעציעל געפֿאָרשט די באַציִונג צו ייִדיש בײַ פֿרױען אין עטלעכע חרדישע קהילות אין ישׂראל. סך–הכּל, שרײַבט זי, זײַנען אין ישׂראל פֿאַראַן אַרום אײן מיליאָן ייִדן, װאָס מען קען באַצייכענען פֿאַר חרדים, און בערך פֿופֿציק פּראָצענט פֿון זײ זײַנען ייִנגער פֿאַר 16 יאָר אַלט. דאָס הײסט, אַז אין צען יאָר אַרום װעט די צאָל חרדים װאַקסן ביז צװײ מיליאָן נפֿשות.
אין דער חרדישער סבֿיבֿה האָט ייִדיש פֿאַרשײדענע פּאָליטישע, רעליגיעזע און סאָציאַלע אַספּעקטן. צומאָל האַלט מען, אַז חרדים האַלטן זיך בײַ ייִדיש װי אַ סימן פֿון זײער אַנטי–ציוניסטישער פּאָזיציע. אָבער מאַנראָס פֿאָרשונג האָט אַנטפּלעקט, אַז דער מצבֿ איז מער קאָמפּליצירט. אױפֿן סמך פֿון לאַנגע אינטערװיוען מיט פֿרױען אין פֿאַרשײדענע חסידישע קהילות — קאַרלין, ברעסלעװ און האָרניסטײפּל, װי אױך צװישן די „ליטװישע‟, האָט זי באַקומען אינטערעסאַנטע רעזולטאַטן.
קודם–כּל זײַנען װײַט ניט אַלע חרדים געשטימט קעגנעריש לגבי ציוניזם, מדינת–ישׂראל און עבֿרית. לרובֿ איז זײער באַציִונג פּאַרעװע. די קאַרלינער מײדלעך לערנען זיך אַ ביסל עבֿרית כּדי צו קענען זיך געבן אַן עצה אין דער אַרומיקער ישׂראלדיקער סבֿיבֿה, בעת די ייִנגלעך קענען גאָר ניט קײן עבֿרית. די קאַרלינער האָבן אײגענע שולן מיט ייִדיש װי די לערנשפּראַך. דערבײַ אָבער זײַנען זײ װײַט ניט נעגאַטיװ געשטימט לגבי מדינת–ישׂראל. למשל, דער קאַרלינער רבי האָט געהײסן פֿאַרמאַכן אַלע אַנשטאַלטן בעת דער קאָװיד–פּאַנדעמיע, להיפּוך צו אַנדערע חסידישע עדות.
גאַנץ אינטערעסאַנט איז די לינגװיסטישע פּאָליטיק פֿון די האָרניסטײפּל חסידים, אַן אָפּצװײַג פֿון דער טשערנאָבילער עדה. דעם רבינס ציל איז געווען אױפֿצובױען די האָרניסטײפּלער קהילה פֿון דאָס נײַ נאָכן חורבן. הײַנט זײַנען אַלע חסידים זײַנע אין ישׂראל בעלי–תּשובֿה, װאָס שטאַמען פֿון פֿאַרשײדענע לענדער. דער רבי רעדט רק ייִדיש, און אַלע מענער מוזן זיך אױסלערנען די שפּראַך, כּדי צו קענען פֿאַרשטײן זײַנע דרשות. די רביצין, װאָס קומט פֿון אַמעריקע, האַלט לעקציעס אױף ייִדיש און ענגליש פֿאַר פֿרױען. העדער מאַנראָ האָט געמאַכט אינטערװיוען מיט אַ פּאָרפֿאָלק, װאָס זײַנען געקומען פֿון אַמעריקע און געװאָרן האָרניסטײפּלער חסידים. דער מאַן האָט אױסגעגעבן אַ מאַיאָנטעק מיט געלט און אַרײַנגעלײגט אַ סך מי, כּדי זיך אױסצולערנען ייִדיש, אָבער האָט סײַ װי ניט באַהערשט די שפּראַך אױפֿן נײטיקן ניװאָ כּדי צו קענען זיך לערנען דעם רבינס תּורה. פֿון דעסטװעגן, סטאַרען זײ זיך צו רעדן ייִדיש אין דער הײם צוליב זײערע קינדער, װאָס קענען שױן ניט קײן ענגליש.
לינגװיסטן האָבן שױן לאַנג דערקענט, אַז די ייִדישע שפּראַך פֿון די חרדים איז אַנדערש פֿונעם װעלטלעכן נאָרמאַטיװן כּלל–ייִדיש. אײן בולטער אונטערשיד איז דער גראַמאַטישער מין. אַנשטאָט די דרײַ אַרטיקלען „דער‟, „די‟ און „דאָס‟ זאָגט מען אין דער גערעדטער שפּראַך סתּם אַ „דע‟. דאָס לאָזט זיך דערקלערן דורך דער השפּעה פֿון ענגליש, װאָס האָט בלױז אײן באַשטימטן אַרטיקל און פֿאַרמאָגט ניט קײן קאַטעגאָריע פֿון גראַמאַטישן מין. אין די חרדישע פּובליקאַציעס ניצט מען די דרײַ אַרטיקלען, אָבער אָפֿטמאָל שטימען זײ ניט מיט דעם גראַמאַטישן מין פֿון דער כּלל–שפּראַך. דאָס רובֿ חרדים נוצן ייִדיש דער עיקר װי די גערעדטע שפּראַך און האָבן ניט קײן אַנונג פֿון װאָסער ניט איז גראַמאַטישע כּללים.
ד״ר דלית אַסולין פֿונעם חיפֿהר אוניװערסיטעט האָט אַנטדעקט נאָך אײן טשיקאַװן חילוק צװישן דעם חרדישן ייִדיש און דער כּלל–שפּראַך. די חרדים מאַכן אַן אונטערשיד צװישן די נעמען פֿון אַ לעבעדיקן און אַ ניט–לעבעדיקן װעזן. װען עס גײט װעגן עטלעכע מענטשן אָדער חיות, שטעלן זײ דעם װערב אין מערצאָל, װי למשל, „אַ פּאָרפֿאָלק גײען מיט אַ בובעלע‟. אָבער װעט עס גײט װעגן ניט–לעבעדיקע זאַכן, שטעלט מען דעם װערב אין אײנצאָל, װי למשל׃ „די הצלחות ליגט בײַ די רשעים‟. אַסולין האָט ניט קײן דערקלערונג פֿון אַזאַ גראַמאַטישן פֿענאָמען, אָבער זי האַלט דאָס פֿאַר אַ סימן, אַז ייִדיש אַנטװיקלט זיך װײַטער װי אַ לעבעדיקע שפּראַך.
עס איז ניט קײן ספֿק, האַלטן די מחברים פֿונעם זשורנאַל, אַז ייִדיש האָט אַ צוקונפֿט בײַ די חרדים. אָבער װי אַזױ קען מען אונטערשטיצן דעם קיום פֿון ייִדיש אין דער װעלטלעכער סבֿיבֿה? ד‟ר אליהו בענעדיקט האַלט, אַז דאָס װעט זיך װענדן אָן די, װאָס זײַנען „אַראָפּ פֿונעם דרך‟, דאָס הײסט יענע פֿרױען און מענער, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן מיט ייִדיש אין חרדישע קהילות און דערנאָך זײַנען אַװעק אין דער ברײטער װעלט. בענעדיקט האָט פֿאַרשפּרײט אַ רשימה פֿראַגעס איבער די נעצװערק פֿון געװעזענע חרדים און באַקומען ענטפֿערס פֿון 70 מענטשן, צװישן זײ 54 מענער און 16 פֿרױען פֿון ירושלים, בני-ברק, ניו–יאָרק, לאָנדאָן, אַנטװערפּען, מאָנטרעאַל און סאַן–פּאַולו. עס האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז דאָס רובֿ פֿון זײ באַציִען זיץ צו ייִדיש פּאָזיטיװ און בלויז 7 פּראָצענט האָבן שלעכטע געפֿילן לגבי ייִדיש. כּסדר דערמאָנט זײ ייִדיש אָן זײערע קינדעריאָרן און רופֿט אַרויס װאַרעמע הײמישע געפֿילן.
אָבער פֿאַר אַ סך געװעזענע חרדים האָט ייִדיש ניט קײן פּראַקטישן נוץ אין זײער נײַעם לעבן. עס זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע אָרגאַניזאַציעס, דער עיקר אין ישׂראל און אַמעריקע, װאָס העלפֿן אַזעלכע מענטשן געפֿינען אַן אָרט אין דער אַרומיקער װעלטלעכער סבֿיבֿה, אָבער ייִדיש שפּילט דערבײַ ניט קײן ראָלע. די שפּראַכלעכע חילוקים צװישן דעם ייִדיש פֿון חרדים און דעם װעלטלעכן כּלל–ייִדיש קען זײַן אַ מניעה פֿאַר די, װאָס װילן זיך באַטײליקן אין די אַקטיװיטעטן פֿון װעלטלעכע ייִדישיסטן. לרובֿ זײַנען זײ אױך ניט באַהאַװנט אין דער װעלטלעכער ייִדישער קולטור. דערפֿאַר, פֿאַרסך–הכּלט בענעדיקט, איז דאָס טאַקע זײער װיכטיק צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע קולטורעלע אינפֿראַסטרוקטור וואָס שטיצט ייִדיש צװישן די, װאָס זײַנען אױפֿגעװאַקסן צװישן די חרדים, װײַל דװקא זײ קענען באַזאָרגן דעם המשך פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO