פּאָעט מיכאל פֿעלזענבאַום געווינט די „י. י. סיגאַל פּרעמיע“Yiddish poet Mikhoel Felsenbaum wins I. J. Segal Prize
די פּרעמיע פֿון דער מאָנטעראָלער פֿאָלקס־ביבליאָטעק איז געווידמעט פֿעלזענבאַומס בוך, „אַ מסורה וועגן אַ פֿריילעכער ליבע־שמיבע“.
דער ייִדישער ראָמאַניסט, פּאָעט און דראַמאַטורג מיכאל פֿעלזענבאַום האָט די וואָך געוווּנען די „י. י. סיגאַל פּרעמיע“ פֿאַרן יאָר 2022 פֿאַר זײַן בוך, „אַ מסורה וועגן אַ פֿריילעכער ליבע־שמיבע“ —אַ זאַמלונג עראָטישע ליבעלידער אויף ייִדיש. דער פּריז ווערט באַגלייט מיט אַ מתּנה פֿון $1,000.
פֿעלסענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע אין 1951 און דערצויגן געוואָרן אין דער בעסאַראַבער שטאָט פֿלאָרעשט. ער האָט שטודירט רעזשי, טעאַטער און קונסט־געשיכטע אין לענינגראַד אין אין די מיטן־1980ער אָנגעהויבן דרוקן זײַנע ווערק אויף ייִדיש אין „סאָוועטיש היימלאַנד‟. אין 1988 האָט ער געגרינדעט אַ ייִדישן טעאַטער אין באַלטי וווּ ער האָט רעזשיסירט אַ צאָל ייִדישע פּיעסעס.
אין 1991 האָט ער עולה געווען קיין ישׂראל, געדרוקט עטלעכע בענד פּאָעזיע און פּראָזע אויף ייִדיש און געווען אַ מיטגרינדער פֿונעם ייִדישן אַלמאַנאַך, „נײַע וועגן‟. ער האָט אויך לאַנגע יאָרן געשריבן פֿאַרן פֿאָרווערטס. זײַן ראָמאַן, „שבתדיקע שוועבעלעך‟, איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף ענגליש, דײַטשיש, רוסיש, פֿראַנצייזיש און וועט אין דער נאָענטער צוקונפֿט אויך אַרויסגעלאָזט ווערן אויף העברעיִש. ער פֿירט אויך אַ וואָכיקע ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף דער סטאַנציע, „רקע‟ אין ישׂראל.
אָט איז איינס פֿון די לידער וואָס געפֿינט זיך אין „אַ מסורה וועגן אַ פֿריילעכער ליבע־שמיבע“:
אַבֿרהם אָבֿינו זינגט אַ פֿרימאָרגן־ליד צו הגר
מײַן טײַערע,
איך װעל דיר מער נישט זאָגן „אַ גוט־מאָרגן“,
נאָך אײדער דו װעסט עפֿענען די אױגן,
מײַן גליקלעכע,
דו װעסט מיך מער נישט גלעטן,
נאָך אײדער כ’װעל אַ קוק טאָן אױף דײַן פּנים,
מײַן פֿרײלעכע,
מיר װעלן מער נישט לאַכן,
נאָך אײדער כ’װעל אַ קוש טאָן דיר אין פּלײצע,
מײַן פֿלינקע,
דײַנע שפּורן כ’װעל נישט זוכן,
װען דו װעסט שנעל אַ לױף טאָן טיף אין מידבר,
מײַן זיסע,
כ’װעל נישט זוכן דײַנע ליפּן,
װען דו װעסט בעטן, – כאָטש המוציא ליבע,
מײַן ניגון,
כ’װעל ניט שלינגען דײַנע טרערן
אַפֿילו װען כ’װעל טױט מיד זײַן און דאָרשטיק,
מײַן ליבלינג,
װעסטו מיר מיט ברען ניט שעפּטשען, –
גענוג, עס טאָגט,
אַבֿרהם, איך מוז שױן לױפֿן…
מיר איז צו קאַלט,
צו עלנט
און צו בלינדלעך…
אַך, הגר־לעבן, הגר־לעבן, הגר־לעבן…
איך װײס נישט װוּ,
נאָר כ’װײס,
אַז כ’האָב פֿאַרלױרן
דעם צװײטן עק
פֿון אונדזער ליבע־שטריקל.
אָט איז אַ ווידעאָ וווּ דער פּאָעט לייענט פֿאָר דאָס ליד. כּדי איבערצוהיפּן די ענגלישע באַגריסונגען פֿון אַנדערע, הייבט אָן קוקן בײַ פֿינעף מינוט מיט צוויי סעקונדעס:
פֿעלזענבאַום האָט באַגריסט די נײַעס וועגן דער פּרעמיע מיט די ווײַטערדיקע ווערטער:
מײַנע ליבע דאַמען און הערן, חשובֿער זשורי, טײַערער קהל לײענער,
דאָס לעבן, װי איר װײסט, איז פֿול מיט סורפּריזן, און ס’רובֿ פֿון די געהײמע הפֿתּעות ליגן באַהאַלטן צװישן די שורות פֿונעם ריזיקן אוצר װאָס פֿאַרמאָגט די ייִדישע עפֿנטלעכע פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל, דהײַנו – אין די ייִדישע ביכער. פֿאַר מיר, פֿאַר אַ ייִדישן שרײַבער אַן עקשן, װאָס מיט יאָרן צוריק האָט באַשלאָסן צו אַרבעטן אַזױ װי איך װאָלט זיך געװאָנדן צו יענע זעקס מיליאָן ייִדן, װאָס זײַנען דערהרגעט געװאָרן בעתן לעצטן חורבן, צו זײ און צו זײערע קינדער און אײניקלעך, ס’הײסט – אַזױ, װי עס װאָלט זיך ניט איבערגעריסן דער גאָלדענער פֿאָדעם פֿון דער ייִדישער קולטור בכלל און דער ייִדישער שפּראַך ביפֿרט. און איך בין זיכער, אַז װען אַ שרײַבער לײגט אַרײַן אין זײַנע װערטער דעם לעבעדיקן פֿלאַם פֿון זײַן נשמה, װאָס פֿילט דעם צאַפּלדיקן װײטיק פֿון אַנדערע מענטשן, דאַן װעט זײַן קול דערגרײכן די העכסטע הײכן פֿונעם זיבעטן הימל און דערגרײכן די הערצער פֿון די מיליאָנען ייִדן װאָס זענען געגאַנגען אױף קידוש־השם און אױף קידוש־הייִדיש.
מײַן שעפֿערישער לעבן איז פֿול מיט סורפּריזן און אײנער פֿון זײ איז דער הײַיאָריקער סעגאַל־פּרײַז. דער סורפּריז גופֿא באַשטײט אין דעם, אַז צװישן אַ צענדליק ליטעראַרישע פּרײַזן, װאָס איך האָב באַקומען פֿאַר מײַן ליטעראַרישער טעטיקײט, דעם סעגאַל־פּרײַז באַקום איך שױן דאָס צװײטע מאָל, דעם ערשטן סעגאַל־פּרײַז, הירש און גרשון סעגאַל־פּרײַז האָב איך באַקומען אין יאָר 1995 פֿון דעם אַ מאָל גרױסן י.ל. פּרץ־פֿאַרלאַג און י.ל. פּרץ פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָס איז געװען אײנער פֿון די סאַמע פּרעסטיזשפֿולע ליטעראַרישע פּרײַזן אין יענער צײַט. דער הײַנטיקער יעקבֿ־יצחק סעגאַל־פּרײַז מסתּמא שליסט מיט זיך מײַן לאַנגן װעג אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מיט אײן װאָרט – דאָס לעבן אַלײן שענקט אונדז אַזעלכע סוזשעטן, װאָס װעלן פֿאָדערן פֿון אַ װאָרט־מײַסטער יאָרן און יאָרן האָרעפּאַשנע אַרבעט אױפֿן ליטעראַרישן פֿעלד. פֿון גאַנצן האַרצן באַדאַנק איך דעם סעגאַל־פּרײַז־זשורי פֿאַרן אָפּשאַצן מײַן ליטעראַרישע אַרבעט און אױך די לײענער פֿון דער ייִדישער עפֿנטלעכער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל און װינטש אונדז אַלעמען – װאָס מער הנאָה סײַ פֿון די אַלטע און סײַ פֿון די נײַע ייִדישע ביכער. זײַט געבענטשט מיט אַ גוט און אַ װױל ייִדיש װאָרט. אַ דאַנק.
דער פֿאָרווערטס ווינטשט מיכאל פֿעלזענבאַום אַ האַרציקן מזל־טובֿ און נאָך אַ סך גוטע, שעפֿערישע יאָרן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO