Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

רײַזע־נאָטיצן פֿון אַן אײראָפּעיִשן ייִדישיסט אין ניו־יאָרקDiary of a European Yiddishist in New York

בײַם פֿעסטיוואַל „ייִדיש ניו־יאָרק“ האָט מען דורכגעפֿירט אַ מחיהדיקן קאָנצערט מיט ייִדישע לידער, „נײַע קװײטן אױף אַן אַלטן בױם“.

דאָ גײט ניט װעגן די אַװאַנטורעס פֿון אַן אַמעריקאַנער אין פּאַריז, צי גאָר אין לאַנד פֿון די באָלשעװיקעס, נאָר פֿאַרקערט, אַני־הקטן, אַ ייִדישיסט פֿון דער אַלטער קרױנשטאָט װין, אַ גאַסט פֿון עסטרײַך, הײסט עס, װיל אײַך איבערגעבן אײַנדרוקן פֿון אַ רײַזע אין דער הױפּטשטאָט פֿון ייִדישיזם, ניו־יאָרק.

באַלד נאָכן אָנקומען אין אַמעריקע האָב איך זיך געזען מיט אַן אַלטן גוטן־פֿרײַנד מײַנעם, דעם טעאַטער־מענטש, שרײַבער און ייִדיש־לערער מיכל יאַשינסקי. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס האָבן מיר פֿאַרבראַכט אין אַ קהילה־צענטער, װוּ מע האָט פֿאָרגעשטעלט אַ נײַ בוך מיטן טיטל „שלעכטע ייִדן: אַ געשיכטע פֿון אַמעריקאַנער ייִדישער פּאָליטיק און אידענטיטעטן“ און געשמועסט מיט דער מחברטע, עמילי טאַמקין.

„שלעכטער ייִד“ איז, פֿאַרשטײט זיך, איבערגעזעצט פֿון ענגליש, װאָרט בײַ װאָרט. דער אױסדרוק קען האָבן אַ שײַכות סײַ צו אַ יחידס אינעװײניקע ראַנגלענישן („איך בין אַ שלעכטער ייִד“), סײַ צו דעבאַטעס און חלוקי־דעות בעת װעלכע אײנער טענהט אַז דער צװײטער איז ניט קײן אמתדיקער אָדער ניט קײן גוטער ייִד.

דער הױפּט־כאַראַקטער פֿון באַשעװיסעס ראָמאַן „שׂונאים“, הערמאַן בראָדער, איז אַ „שלעכטער ייִד“, דהײַנו אַ כּופֿר בעיקר װאָס היט ניט אָפּ שבת און איז עובֿר אױפֿן זיבעטן געבאָט, לא־תנאף. ער רעדט אָבער ייִדיש און איז אַ למדן, אַפֿילו אַ שטיקל מבֿין אױף חסידות און קבלה. אין הערמאַנס (און זינגערס) װעלט זײַנען דאָ פֿאַרשײדענע זידלװערטער פֿאַר אַזאַ מין ייִד: אַ פּושע־ישׂראל, אַ מומר להכעיס, אַ רשע און אַ משומד. נאָר אין אונדזער קאָנטעקסט, נעמענדיק אין אַכט דעם אַלגעמײנעם פֿאַרנעם פֿון עם־הארצות און דעם הײַנטצײַטיקן אַמעריקאַנער באַנעם פֿון ייִדישקײט, איז אַזאַ איבערזעצונג אין מער ייִדישלעכע טערמינען מסתּמא ניט שײך.

לױט דער אױטאָרין, טאַמקין, איז אײן אופֿן צו זײַן אַ באַװוּסטזיניקער װעלטלעכער ייִד אין הײַנטיקן אַמעריקע, דאָס אױסלערנען זיך די ייִדישע שפּראַך און נהנה זײַן פֿון די ייִדיש־אוצרות אָדער אַפֿילו אַלײן זיך קולטורעל אױסלעבן אױף ייִדיש. טאַמקין האָט זיך טאַקע געלערנט אַ ביסל ייִדיש — בײַ מײַן חבֿר מיכל. ער, יאַשינסקי, איז פֿון זײַן צד אַן אמתער קולטור־טוער און גײט מחיל אל חיל אין דער ייִדיש־טעאַטער־װעלט — װי אַן אַקטיאָר, זינגער, איבערזעצער, פּיעסע־שרײַבער און רעזשיסאָר.

טאַמקין האָט, װי אַ סך אַמעריקאַנער ייִדן, חתונה געהאַט מיט אַ ניט־ייִד. זי דערצײלט אַז זי האָט, װי אַ פּועל־יוצא, אָנגעהױבן זיך דװקא מערער צו פֿאַראינטערעסירן מיט ייִדישקײט. הײַנט היט זי אַפֿילו אָפּ מער ייִדישע פֿירעכצן און מנהגים װי פֿריִער. מיר האָט זיך דאָ דערמאָנט דעם „פֿרײַעם ייִד“ יוסף־חיים ברענערס (1881–1921) קאָנטראָװערסיעלע טענה אַז דער עיקר איז ניט צי אַ ייִד איז פֿרום און היט אָפּ מצוות אָדער ער שמדט זיך, נאָר דער עיקר איז צי מע טוט אױף עפּעס פֿאַר דער ייִדישער קולטור.

ניט נאָר מיט מײַן ליבן פֿרײַנד מיכל יאַשינסקי האָב איך זיך געטראָפֿן. ס׳זײַנען געװען כּל־מיני מסיבות לכּבֿוד חנוכּה און אַזױ אַרום גענוג געלעגנהײטן אױף צו באַקענען זיך מיטן אָרטיקן עולם ייִדישיסטן פּנים־אל־פּנים. די מערסטע צײַט האָב איך אָבער מסתּמא פֿאַרבראַכט אין בראָנקס מיט די משפּחות אײדלמאַן און בלום װאָס ס׳קומט זײ אַ גרױסער יישר־כּוח פֿאַרן מכניס־אורח זײַן מיך. געװען אַ מחיה, כּסדר צו שמועסן אױף ייִדיש. ועל־כּולם האָב איך געהאַט דאָס פֿאַרגעניגן יעדן באַגינען צו הערן קלײנע קינדערלעך רעדן ייִדיש, מחמת ס׳איז דאָ בײַ זײ אין שטוב אַ ייִדיש־טאָגהײם.

לכּבֿוד יום־טובֿ זײַנען מיר מיט עטלעכע חבֿרים אַרױסגעגאַנגען אױף אַ מין קאָנצערט, װאָס האָט אױך אַרײַנגענומען תּפֿילה און זינגערײַ, אין דער שול בני־ישורון (אויך באַקאַנט ווי „בי־דזשײ“). ס׳איז אױפֿגעטראָטן דער זינגער און בעל־מנגן דזשאָיִ װײַזנבערג אין אײנעם מיטן אַנסאַמבל פֿון „הדר“, אַן אָרגאַניזאַציע װאָס האָט פֿאַר אַ ציל די גײַסטיקע באַנײַונג פֿון ייִדישע קהילות אין אַמעריקע און ישׂראל. צװישן אַנדערן שאַפֿן זײ נײַע ניגונים צום דאַװנען.

בײַ יענעם חנוכּה־קאָנצערט האָב איך זיך עפּעס געפֿילט װי שלום־עליכמס מנחם־מענדל װאָס איז אַרײַן אין דער אָדעסער כאָרשול װוּ דער חזן דאַװנט ניט װי אין כּתרילעװקער בית־מדרש, נאָר ער זינגט װי אין טעאַטער אָדער דער אָפּערע. אַפֿילו אַז מע האָט געזונגען עפּעס מיט אַ מער ייִדישלעכן ניגון, האָט מען עס געשפּילט אױף אַזאַ שטײגער װאָס האָט מיך שטאַרק דערמאָנט אינעם אַמעריקאַנער קריסטלעכן פּאָפּ. אָפֿטמאָל האָט זיך געשפּירט אַ בולטע השפּעה פֿון דער טראַדיציאָנעלער מוזיק אין די דרומדיקע פֿאַראײניקטע שטאַטן (סײַ בלוגראַס, סײַ גאָספּל) אָדער פֿון סתּם פּאָפּ־מוזיק. אױך דאָס זינגען אין אײנעם מיט אַ גרױסן עולם, באַגלײט פֿון אַ מין פּאָפּ־קאַפּעליע, האָט מיר געבראַכט אױפֿן זינען דאָס װערטל, „װי ס׳קריסטלט זיך, אַזױ ייִדלט זיך“.

ס׳איז בכלל ניט געװען ענלעך צו דעם חסידישן שטײגער זאָגן ניגונים און טאַנצן אין קאַראַהאָד — אָדער צו הײַנטצײַטיקער קלעזמער־מוזיק װאָס איז ממשיך אױף עפּעס אַן אופֿן די אַמאָליקע קולטור־ירושה. אַלס גאַסטזינגערינס זײַנען אױפֿגעטראָטן אַ גרופּע פֿרױען װאָס האָבן געזונגען חב״ד־ניגונים. אָט דער טײל פֿון קאָנצערט איז מיר צום מערסטן געפֿעלן געװאָרן, כאָטש אױך דאָ װאָלט מען זיך, לױט מײַנע השׂגות, בעסער באַגאַנגען אָן דער הילכיקער באַגלײטונג פֿון אַ גאַנצן אַנסאַמבל, בלױז מיט די שטימען פֿון די זינגערינס.

פֿאַרשטײט זיך אַז, זײַענדיק אין ניו־יאָרק, האָב איך ניט פֿאַרפֿעלט די געלעגנהײט צו קױפֿן ייִדישע פּובליקאַציעס װאָס זײַנען שװערער צו באַקומען אין װין אײדער אין װיליאַמסבורג אָדער באָראָ פּאַרק, דער עיקר, חסידישע זשורנאַלן, ביכער און קאָמיקס. און אַז איך האָב זיך שוין אַראָפּגעכאַפּט קײן ברוקלין, בין איך שױן אָפּגעפֿאָרן דעם גאַנצן מהלך ביז קאָני אײַלענד, אַן אָרט װאָס דערמאָנט מיר אַלע מאָל אָן באַשעװיסעס „שׂונאים“ — און ניט נאָר װײַל איך האָב געהאַלטן אין אײן אַרומפֿאָרן איבער דער שטאָט מיטן סאָבװײ, פּונקט װי הערמאַן, דער העלד פֿון ראָמאַן. הערמאַן מיטן װײַב, יאַדװיגאַ, פֿאָרן נאָר איין מאָל אױף אַן אײנטאָגיקן אורלױב קײן סאַמע דרום־ברוקלין. צום אַלעם ערשטן גײען זײ אין לונאַ־פּאַרק, צו פֿאָרן אױפֿן קאַרוזעל און אױפֿן װוּנדער־ראָד. דער לונאַ־פּאַרק איז איצט, אין די װינטערדיקע חדשים, געװען פֿאַרמאַכט. האָב איך זיך שפּאַצירט אױפֿן באָרדװאָק בײַם ברעג ים, ביז ברײַטאָן ביטש — אַ געגנט װוּ ייִדן רעדן אױף רוסיש. אַרױסקוקנדיק אױף דער בוכטע פֿון ניו־יאָרק האָב איך געדענקט װאַרעמערע טעג אױפֿן ברעג פֿון שװאַרצן ים, אין דער שײנער שטאָט אָדעס, װוּ מע קען הײַנט ניט גײן זיך באָדן מחמת די רוסישע חיילות האָבן אומעטום פֿאַרלײגט מינעס.

צוריק אין צפֿון־ברוקלין. פֿרײַטיק־צו־נאַכטס הײבט זיך אָן דער פֿעסטיװאַל „ייִדיש ניו־יאָרק“ מיט אַ דאַװנען אין דער „קײן־סטריט־שול“. דאָרט האָט מען מקבל־פּנים געװען די מלכּה שבת מיט אַ טשיקאַװען געמיש פֿון ייִדישע לידער און שטיקער פֿון דאַװנען. די לידער האָבן לאַװ דװקא געהאַט אַ שײַכות צו קבלת־שבת אָדער צו תּפֿילה בכלל. אײן ליד,  „שנירעלע פּערעלע“, האָט לכל־הפּחות אַ שײַכות צו דער בענקשאַפֿט נאָך משיח־צדקינו, כאָטש מע זינגט עס געװײנטלעך בעת מע מאַכט הבֿדלה. דאָ האָט מען עס צונױפֿגעפּאָרט מיטן פּיוט „לכה דודי“. פֿון אַ חבֿרטע האָבן מיר זיך דערװוּסט אַז אַזאַ מין מישמאַש איז טיפּיש פֿאַר דער ליבעראַלער באַװעגונג, „רינועל“ („באַנײַוּּנג“) בײַ אַמעריקאַנער ייִדן.

„ייִדיש ניו־יאָרק“ האָט אונדז אױך מזכּה געװען מיט אַ גאָר אױסערגעװײנטלעכן קאָנצערט פֿון זאָיִ אַקואַ און מײַקל װינאָגראַד מיט זײערע אַנסאַמבלען. צו ערשט האָבן געשפּילט אַקואַ מיט חבֿרים. זײ האָבן מיטן קאָנצערט אױך געפּראַװעט אַ שׂמחה לכּבֿוד דעם אַרױסלאָזן אַ נײַע פּלאַטע א״נ „אין װאַלד אַרײַן“ (אַרױס בײַ אַהרן בענדיטשעס „באָרשט־ביט“). אַקואַ איז אַרױסגעטראָטן ניט נאָר װי אַן אױסגעצײכנטע פֿידלערין, נאָר אױך װי אַ קאָמפּאָזיטאָרין. ס׳האָט זיך געלאָזט הערן די השפּעה פֿון די אַנדערהאַלבן יאָר װאָס זי האָט געלעבט און זיך געלערנט אין טראַנסילװאַניע, אַ „כּישופֿדיקער“ געגנט, װי זי האָט געזאָגט.

בעת דער צװײטער העלפֿט פֿונעם קאָנצערט האָט דער קלאַרנעטיסט מײַקל װינאָגראַד צוזאַמען מיט אַ כּלי־זמר־קאַפּעליע געשפּילט מוזיק װאָס ער האָט אױסקאָמפּאָנירט אין יאַנואַר 2022. יעדע סװיטע האָט ער אױסגעפֿאַרטיקט אין משך פֿון אײן טאָג. פֿאַר נאַכט האָט ער אַרױסגעשיקט די פּאַרטיטורן צו קאָלעגעס גוטע־פֿרײַנד װאָס האָבן געדאַרפֿט זיך רעקאָרדירן במשך אַ שעה צװײ כּדי װינאָגראַד זאָל דערנאָך קענען צונױפֿשטוקעװען פֿון דעם אַ גאַנצע זאַך און פֿאַרענדיקן דאָס װערק ביז האַלבע נאַכט. אַפֿילו אױב לכתּחילה האָט ער אָנגעשריבן די דאָזיקע זאַכן ניט פֿאַר אַן עכטן קאָנצערט, פּנים־אל־פּנים, האָט זיך דערפֿון באַקומען אַ נישקשהדיקער אָװנט פֿון קלעזמערײַ, טאַקע פֿון ערשטן ראַנג.

דעם לעצטן אָװנט פֿאַרן אָפּפֿלי צוריק קײן אײראָפּע בין איך געװען אױף נאָך אַ קאָנצערט פֿון „ייִדיש ניו־יאָרק“, אַ קאָנצערט אין אָנדענק פֿון דער ייִדיש־זינגערין און כּלל־טוערין חנה קופּער ז״ל. אױף יענעם קאָנצערט האָט מען אױך צוגעטײלט די פּרעמיע א״נ פֿון ח. קופּער — אַן אױסצײכענונג פֿאַרן „חלומען אױף ייִדיש“. די הײַיאָריקע בעל־שׂמחהטע איז די קאָלומניסטין און שרײַבערין רחל קפֿריסין. אי די לױב־רעדנערין, דזשעניפֿער יאָנג, אי קפֿריסין אַלײן, האָבן גערעדט װעגן „ייִדיש־מאַקסימאַליזם“ און „אַרבעטן טאַקע אױף ייִדיש“.

ס׳איז געװען אַ מחיהדיקער קאָנצערט מיט ייִדישע לידער, „נײַע קװײטן אױף אַן אַלטן בױם“. אײנער פֿון די נײַסטע „קװײטן“ (בלומען), װאָס האָט ספּעציעל אױסגענומען בײַם עולם, איז געװען דאָס ליד „װאָס איז װיכטיק“. דאָס ייִדישע ליד, געשאַפֿן פֿון ר׳ אפֿרים װאַקסמאַן, הײבט זיך אָן מיט די װערטער „װיכטיק איז אַ שבת־קודש“, און יעדע סטראָפֿע ענדיקט זיך מיט די װערטער „מע טאָר ניט װערן צעמישט“. אײַראַ טעמפּל האָט אױסגעזונגען װאַקסמאַנס ליד און צװישן די סטראָפֿעס עס אָפּגעטײַטשט אױף ענגליש. אײַראַס פּירוש איז אָבער ניט נאָר געװען אַ סך־הכּל און אױסטײַטשונג פֿונעם ייִדישן טעקסט, נאָר אױך אַ קריטיק קעגן דעם פּאַטריאַרכאַט און די הערשנדיקע באַגריפֿן פֿון מין. אַחוץ דעם איז צװישן די נײַע שאַפֿונגען אױך געװען אַ געראָטן ליד װאָס קפֿריסין אַלײן האָט איבערגעדיכטעט פֿון ענגליש אױף ייִדיש: „קום צו מיר“, געזונגען פֿון סאַשע לוריא.

אַ סצענע פֿון רחל קאַפֿריסינס פּיעסע, „אַ שטומער שבת“ האָט מען אויסגעשפּילט אויף דער בינע בשעת דעם „חלומען אויף ייִדיש“־אָוונט. Photo by Rokhl Kafrissen

איך האָב הנאה געהאַט פֿון קפֿריסינס קלוגער און װיציקער רעדע. זי האָט אונטערגעשטראָכן אַז ס׳איז װיכטיק, דער ייִדישיסטישער ציבור זאָל בלײַבן אָפֿן פֿאַר נײַע, פֿריש צוגעקומענע ליבהאָבער פֿון דער שפּראַך, װאָס הײבן ערשט אָן זיך צו לערנען װעגן ייִדיש און ייִדישקײט.

קפֿריסין שרײַבט אויך פֿעליעטאָנען װעגן דער הײַנטיקער אַשכּנזישער קולטור־ירושה אין אַ קאָלומנע אין אַ צײַטשריפֿט געװידמעט דעם ענין ייִדישע אידענטיטעט, „טאַבלעט“. כאָטש אַני־הקטן האָב טענות װאָס שײך דער פּאָליטישער נטיה פֿון יענער צײַטשריפֿט, קומט קפֿריסינען אַ יישר־כּוח פֿאַר איר צושטײַער צו דער אַמעריקאַנער ייִדיש־קולטור — און אַ מזל־טובֿ! אַחוץ פּובליציסטיק האָט זי אױך אָנגעשריבן צװײ פּיעסעס, „אַ ברכה“ און „שטומער שבת“. פֿונעם „שטומען שבת“, אַ קאָמעדיע װעגן „די סכּנות פֿון עטנאָגראַפֿישער פֿאָרשונג“ האָט מען אױך געשפּילט אַ סצענע בעתן אָװנט אין אָנדענק פֿון חנה קופּער.

כ’האָב שטאַרק הנאה געהאַט פֿונעם אָוונט לזכּרון דער גרויסער זינגערין חנה קופּער. פֿון דעסט וועגן שװימט אױף די קשיא, פֿאַר װאָס איז אין משך פֿונעם גאַנצן אָװנט קײן אײן רעדנער ניט אַרױסגעטראָטן מיט אַ װאָרט אױף ייִדיש? ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן אַז ממשותדיקע קולטור־טעטיקײט אױף ייִדיש און אָפֿנקײט פֿאַרן ברײטערן עולם קענען גײן האַנט בײַ האַנט, װי ס׳װײַזט דער בײַשפּיל פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

אַז מע רעדט שױן װעגן טעאַטער, װעל איך פֿאַרענדיקן די דאָזיקע רײַזע־נאָטיצן מיט אַ הױכפּונקט פֿון מײַן באַזוך אין ניו־יאָרק, דהײַנו מיטן „פֿידלער אױפֿן דאַך“ אױף ייִדיש, אױפֿגעפֿירט פֿונעם נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער „פֿאָלקסבינע“. אפֿשר װאָלט מען געקענט טענהן, אַז דאָ חזרט מען פֿונסנײַ איבער די סקאַרבאָװע מעשׂה פֿון די אַלטע ייִדישע אַנגסטן װאָס שײך דעם המשך פֿון ייִדישקײט און אַנטיסעמיטיזם — אָבער װאָס לערנט מען אָפּ דערפֿון הײַנט און װאָס פֿאַר אַ שײַכות קען עס האָבן צו ייִדן אין אַמעריקע? אַזױ צי אַזױ, דער אופֿן װי אַזױ טבֿיה דער מילכיקער, זײַן װײַב גאָלדע און זייערע טעכטער לעבן איבער די מאָדערניזירונג און די פֿאַרטיליקונג פֿונעם שטעטל אַנאַטעװקע שפּיגלט אָפּ אַ מין אַלמענטשלעכע דערפֿאַרונג. אױסער דעם איז די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג פֿונעם מיוזיקל טאַקע אַ יוצא־מן־הכּלל צוליבן איכות סײַ פֿון מוזיק, סײַ פֿון שױשפּילערײַ — און דערצו טאַקע אױף ייִדיש.

עד כּאַן די עפּיזאָדן פֿון מײַן באַזוך אין ניו־יאָרק. האָט זשע ניט קײן פֿאַראיבל איבער מײַן מענה־לשון. סך־הכּל האָב איך גוט פֿאַרבראַכט און געשעפּט גרױס תּענוג. ניו־יאָרקער ייִדישיסטן, נעמט צו אַ גרוס פֿון דער אַלטער אײראָפּע און בלײַבט מיר געזונט און שטאַרק!

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.