Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הנחות פֿאַראַן פֿאַר פֿריִיִקע רעגיסטראַנטן אויפֿן ייִדיש־סוף־װאָך אין פֿאַראײניקטן קיניגרײַךEarly bird discounts available for Yiddish weekend in the UK

עס זײַנען אויך דאָ סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן און אַנדערע וואָס נייטיקן זיך אין פֿינאַנציעלער שטיצע.

דעם פֿרילינג וועט איר האָבן אַ געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט אַרום 60 ייִדיש־ליבהאָבער אין גאַנצן אויף ייִדיש, אויפֿן צװײטן ייִדיש־סוף־װאָך אינעם פֿאַראײניקטן קיניגרײַך. ווי דער הצלחהדיקער ייִדיש־סוף־וואָך פֿאַראַיאָרן וועט די געשעעניש פֿאָרקומען אין אַ דאָרף אין דרום־יאָרקשיר, ניט װײַט פֿון דער שטאָט שעפֿילד. הײַיאָר װעט מען אױך אײַנאָרדענען אַ פּראָגראַם ספּעציעל פֿאַר קינדער.

דער צוזאַמענפֿאָר וועט פֿאָרקומען פֿונעם 5טן ביזן 7טן מײַ 2023. דערווײַל זענען שוין אַ העלפֿט פֿון די בילעטן פֿאַרקויפט געוואָרן. אַלע װאָס פֿאַרשרײַבן זיך ביזן 26סטן יאַנואַר וועלן באַקומען אַ הנחה. דערצו קענען סטודענטן און אַנדערע וואָס נייטיקן זיך אין פֿינאַנציעלער שטיצע באַקומען אַ סטיפּענדיע.

די באַטייליקטע אויפֿן ייִדיש־סוף־וואָך וועלן זיך טרעפֿן אין װאָרטלי האָל, װאָס איז אַמאָל געװען די אימעניע, די בעל־הבתּישקײט פֿון דער פּריצישער משפּחה װאָרטלי. במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר איז דער הױף ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער אַרבעטער־באַװעגונג אין ענגלאַנד. אַז מע שפּאַצירט דורך די פֿאַרצװײַגטע קאָרידאָרן פֿונעם קאָלאָסאַלן בנין, זעט מען פּאָרטרעטן ניט נאָר פֿון די פֿירנדיקע פּערזענלעכקײטן אין די בריטישע טרײד־יוניאָנס (פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען), נאָר אױך פֿון קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס און וולאַדימיר לענין.

שׂרה קיריטעסקו (פֿון ציריך), אַן אָנטײל־נעמערין בײַם פֿאַראַיאָריקן צונױפֿקום, האָט געזאָגט אַז די געשיכטע פֿונעם בנין — װי אַן אָפּרוהײם פֿאַר די אַרבעטער — איז געװען אײנער פֿון די פּרטים װאָס זײַנען איר באַזונדערס געפֿעלן געװאָרן.

אין אָט דעם פּאַלאַצל װעט מען װױנען צוזאַמען פֿון פֿרײַטיק־צו־נאַכטס ביז זונטיק נאָך מיטאָג. מ׳עט דאָרט עסן אַלע מאָלצײַטן און, דער עיקר, שמועסן אױף ייִדיש. אַוודאי וועט מען אויך שפּאַצירן אין דרױסן, אױף די לאָנקעס און בערגלעך אַרום דעם הױז. אַ מאָל כאַפּט זיך די נאַטור אַפֿילו אַרײַן אין שטוב אַרײַן; אַזױ האָבן פֿאַראַיאָרן אַ צאָל קאַטשקעס אַרײַנגעבלאָנדזשעט אין די גענג און די חדרים פֿון װאָרטלי האָל. זײ זײַנען אַפֿילו בײַגעװען בײַ ייִדיש־סעמינאַרן און דעם קבלת־שבת. שׂרה קיריטעסקו דערצײלט אַז זי האָט טאַקע שטאַרק הנאה געהאַט צו פֿאַרברענגען מיט די קאַטשקעס — און מיט דער חבֿרה.

ס׳איז באמת געװען אַ שײנע געלעגנהײט אױף זיך צו זען מיט אַלטע חבֿרים און צו באַקענען זיך מיט נײַע. אוהבֿי־ייִדיש זײַנען געקומען אַזש פֿון קאַליפֿאָרניע (דער באַקאַנטער און באַליבטער ייִדיש‏־לערער נח באַרעראַ), נאָר אױך פֿון פֿאַרשײדענע אײראָפּעיִשע מדינות, כאָטש דער גרעסטער טײל איז געקומען פֿון גרױס־בריטאַניע.

אױך מײַן װײניקײט האָט אָנטײל גענומען אינעם סוף־װאָך פֿאַראַיאָרן. בײַ מיר האָט דעמאָלט שטאַרק אױסגענומען אַ מין רונדער טיש מיט מײשקע אַלפּערט (פֿון שאָטלאַנד), חיהלע ביר און סימע בארי (בײדע פֿון לאָנדאָן) װאָס האָבן דערצײלט װעגן זײער באַציִונג צו מאַמע־לשון, זײער ייִדיש־ביאָגראַפֿיע און װעגן װאָסער מין ייִדיש זײ רײדן פּינקטלעך — מיט אַלע פּיטשעװקעס בנוגע צו דיאַלעקט, צו װערטער פֿון אַנדערע לשונות װאָס זײַנען אַרײַן אין דער גערעדטער שפּראַך, און אױך װאָס שײך דעם געזעלשאַפֿטלעכן שיכט.

חיהלע ביר האָט, אַגבֿ, אױך אָנגעפֿירט מיט אַ מחיהדיקן שמועסקרײַז; סימע בארי האָט געהאַלטן אַ לעקציע װעגן טראַדיציאָנעלע מאכלים װאָס מע האָט געקאָכט בײַ איר אין דער הײם; און מײשקע אַלפּערט האָט דורכגעפֿירט אַ געזאַנג־װאַרשטאַט. ס׳זײַנען נאָך געװען אַ סך אינטערעסאַנטע רעפֿעראַטן און סעמינאַרן אַזעלכע. שמואל־לײבל אָלגין, אײנער פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן, האָט, למשל, אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע װעגן שמערקע קאַטשערגינסקין;, איזי פּאָזען — װעגן ייִדישער קולטור־טעטיקײט בײַ די חסידים; אַני כּהן (ניו־יאָרק) האָט גערעדט װעגן ייִדישע קאָמוניסטן אינעם שפּאַנישן בירגערקריג; און דזשײק שנײַדער (בערלין) האָט אָנגעפֿירט מיט אַ שרײַב־װאַרשטאַט בעת װעלכן מע האָט געפּרוּװט די פּען אױף ייִדישע גראַמען. איידער מע האָט געמאַכט הבֿדלה איז געװען אַן „אָפֿענער מיקראָפֿאָן“, ד״ה אָנטײל־נעמער זײַנען אױפֿגעטראָטן מיט, אַ שטײגער, אַ ליד אָדער אַ סקעטש. צום סוף האָט ראַבינערין בײלע באָרטס געזאָגט „גאָט פֿון אַבֿרהם“ און געמאַכט הבֿדלה.

אױך בעתן צװײטן בריטישן ייִדיש‏־סוף־װאָך װעלן זײַן געלעגנהײטן אױף צו לערנען זיך װעגן אַלערלײ טעמעס, זיך שפּילן אױף ייִדיש, זינגען, שמועסן אאַז״װ; אַ דאַנק דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ פֿון בנימין שעכטער און דער פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער קולטור א״נ פֿון אַהרן און סאָניע פֿישמאַן זײַנען בנמצא סטיפּענדיעס פֿאַר סטודענטן און אַנדערע אָנטײל־נעמער װאָס זוכן פֿינאַנציעלע שטיצע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.