Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די פּאַפּירן פֿון חיים גראַדע און זײַן קאָנטראָווערסאַלער אַלמנה אינאַ העקער זענען סוף־כּל־סוף צוטריטלעך Papers of writer Chaim Grade and his controversial widow Inna Hecker finally accessible online

דער פֿאַרגעסענער העלד אין דער גאַנצער געשיכטע איז דער בראָנקסער אַדוואָקאַט וואָס האָט אײַנגעזען די ווערט פֿון די טויזנטער באַשטויבטע פּאַפּירן

נאָך לאַנגע יאָרן און אָן אַ שיעור לעגאַלע שוועריקייטן זענען די פּאַפּירן פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער חיים גראַדע און זײַן אַלמנה אינאַ העקער סוף־כּל־סוף דיגיטאַליזירט געוואָרן. איצט וועלן זיי זײַן צוטריטלעך צו יעדן איינעם.

דער קאָלאָסאַלער פּראָיעקט איז געשטיצט געוואָרן דורך ייִוואָ און דער נאַציאָנאַלער ישׂראלדיקער ביבליאָטעק.

די זאַמלונג נעמט אַרײַן כּתבֿ־ידן פֿון גראַדעס פּראָזע, פּאָעזיע, לעקציעס, עסייען, צײַטונג־אָפּשניטן, העפֿטן, בריוו און פֿאָטאָגראַפֿיעס צווישן די יאָרן 1910 און 2010, גראַדעס שרײַבמאַשין און זײַן ביבליאָטעק פֿון 20,000 ביכער. דער ריזיקער עזבֿון איז אויסגעסדרט געוואָרן דורך בעאַטאַ קאַסיאַזש, מיט דער הילף פֿון ליודמילאַ שאָלאָכאָוואַ און סטעפֿאַני האַלפּערן. די ליטעראַטור־פֿאָרשערין מרים טרין האָט אויך געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער אַרבעט.

נאָך דעם ווי חיים גראַדע איז געשטאָרבן אין 1982 האָט אינאַ העקער אָפֿט געסטראַשעט מיט געריכט די יחידים און אינסטיטוציעס וואָס האָבן געוואָלט פּובליקירן אָדער איבערזעצן גראַדעס ווערק. זי האָט געטענהט אַז די קוואַליטעט פֿון די מענטשן וואָס וואָלטן געאַרבעט אויף דעם איז נישט געווען אויף דער געהעריקער מדרגה.

חיים גראַדעס שרײַבמאַשין Courtesy of YIVO Institute for Jewish Research

העקער איז געשטאָרבן אין 2010, אָן אַ צוואה אָדער יורשים. דער עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ, דזשאָנאַטאָן ברענט, האָט באַזוכט די דירה אין בראָנקס, נ״י נישט לאַנג נאָך איר טויט. „ס׳האָט אויסגעזען ווי אַ געמיש פֿון מײַן באָבעס דירה און אַ שרײַבערס וווינונג,“ האָט ער דערקלערט.

„אומעטום האָט מען געזען ביכער, ביכער ביז דער סטעליע. כ’האָב געעפֿנט אַ שופֿלאָד אין קיך, פּשוט צו וויסן וואָס פֿאַר אַ מין גאָפּל־לעפֿל אינאַ האָט געניצט. אַנשטאָט גאָפּל־לעפֿל האָב איך דערזען בריוו און צונויפֿגעקאַטשעטע כּתבֿ־ידן. כ’האָב געעפֿנט דאָס שאַפֿקעלע אין וואַשצימער, און דאָרט געפֿונען נאָך כּתבֿ־ידן און ביכער. און ווען מע האָט אויסגעשטרעקט אַ פֿינגער צו דער אייבערשטער ביכער־פּאָליצע האָט מען דערפֿילט אַ געדיכטקייט פֿון צוויי צאָל שטויב.“

די ריזיקע ביבליאָטעק אין דער דירה איז באַשטאַנען נישט בלויז פֿון ווערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, נאָר אויך בענד אויף אַנדערע שפּראַכן ווי, למשל, אַ קאָמפּלעט פֿון מאַרסעל פּרוסטס ווערק אויף פֿראַנצייזיש; ביכער פֿון די פּסיכאָאַנאַליטיקער זיגמונד פֿרויד און קאַרל יונג, און אַ סך בענד וועגן דעם קריסטלעכן גלויבן. „ס׳איז נישט קלאָר, צי דאָס איז געווען זײַן אינטערעס צי אירער, אָבער מע קען זיך משער זײַן אַז אַ סך פֿון די ביכער זענען געווען אירע און אַז זי איז אַליין געווען הויך געבילדעט, מיט אַן אמתן אינטעלעקט,“ האָט ברענט געזאָגט.

אין 2010 זענען אַלע חפֿצים פֿאַרבונדן מיט חיים גראַדעס ליטעראַרישן פֿאַרמעגן אַריבער אין די הענט פֿון דער בראָנקסער אַדמיניסטראַציע. פֿיר אינסטיטוציעס האָט מען פֿאַרבעטן דורכצוקוקן די פּאַפּירן צו באַשטימען זייער ליטעראַרישן און געלטווערט און פֿאָרצולייגן ווי אַזוי מע קען באַשטימען וועלכע חפֿצים אויפֿצוהיטן, און וועלכע — נישט. די אינסטיטוציעס זענען געווען דער ייִוואָ; די ניו־יאָרקער שטאָט־ביבליאָטעק; דער ייִדישער ביכער־צענטער אין אַמהערסט, און האַרוואַרד־אוניווערסיטעט אונטער דער אויפֿזיכט פֿון דער ליטעראַטור־פּראָפֿעסאָרין רות ווײַס. אין 2013 האָט מען באַשטימט אַז דער ייִוואָ און די ישׂראלישע מלוכה־ביבליאָטעק זאָלן אויססדרן דעם אַרכיוו.

„דער פֿאַרגעסענער העלד אין דער גאַנצער געשיכטע — האָט געזאָגט דזשאָרדין קוציק, דער געוועזענער פֿאָרווערטס־שרײַבער וועלכער איז גוט באַקאַנט מיטן גאַנצן גראַדע־ענין — איז דער בראָנקסער אַדוואָקאַט וואָס האָט איבערגעקוקט טויזנטער זײַטן פֿון די ייִדישע כּתבֿ־ידן, טיף באַדעקטע מיט שטויב, און נישט געהייסן מע זאָל עס אַלץ אַרויסוואַרפֿן.“

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס האָט יענער אַדוואָקאַט, דזשיי ציפֿער, פֿריִער געהאַט גענומען אַ קורס אין דער ייִדישער ליטעראַטור און טאַקע געוווּסט ווער ס׳איז געווען חיים גראַדע. ווען דאָס וואָלט געווען אַן אַנדער אַדוואָקאַט, בפֿרט מחוץ־ניו־יאָרק, וואָלט די געשיכטע פֿון גראַדעס עזבֿון אפֿשר געהאַט אַ גאָר אַנדערן סוף. דער גאַנצער אַרכיוו געפֿינט זיך איצט אינעם ייִוואָ־בנין אויף וועסט 16טער גאַס אין מאַנהעטן.

דערהערנדיק די נײַעס אַז גראַדעס ליטעראַרישע ירושה איז איצט צוטריטלעך צום ברייטן עולם האָבן ייִדישע קולטור־טוער און סתּם ליבהאָבער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אויסגעדריקט זייער פֿרייד אין דער סאָציאַלער מעדיאַ אָבער אויך באַדויערט וואָס דער פּראָצעס האָט גענומען אַזוי לאַנג. צום גרעסטן טייל האָט מען באַשולדיקט גראַדעס אַלמנה, וואָס האָט אויף אַן אַגרעסיוון אופֿן נישט דערלאָזט מע זאָל אַרויסגעבן אָדער איבערזעצן איר מאַנס ווערק. דער טרויעריקער רעזולטאַט דערפֿון איז געווען אַז זי אַליין האָט אונטערגעגראָבן די קאַריערע פֿונעם מאַן וואָס זי האָט אַזוי ליב געהאַט.

אַ בריוו פֿון אינאַ האַקער אָנגעשריבן אין 1993 Courtesy of YIVO Institute for Jewish Research

ייִדישע קולטור־טוער וואָס האָבן געקענט אינאַ העקער האָבן דערציילט אַז ווען זי איז פֿון צײַט צו צײַט געקומען אויף אַ ייִדישער ליטעראַרישער אונטערנעמונג האָט מען קיין מאָל נישט געוווּסט ווי אַזוי עס וועט זיך ענדיקן. „איין מאָל האָט זי מיט כּעס איבערהאַקט אַ רעדנער, טענהנדיק אַז איר מאַן האָט געדאַרפֿט געווינען די י. י. סיגאַל־פּרעמיע,“ האָט קוציק געזאָגט. די י. י. סעגאַל פּרעמיע, געשאָנקען דורך דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק אין מאָנטרעאָל, ווערט אויסגעטיילט יעדע צוויי יאָר צו אַ ייִדישן שרײַבער.

גאָלדע מאָרגענטאַלער, אַ קאַנאַדער ליטעראַטור־פֿאָרשערין און די טאָכטער פֿון דער גרויסער ייִדישער שרײַבערין חוה ראָזענפֿאַרב, האָט דערציילט וועגן אַן עפּיזאָד צווישן איר מאַמען און אינאַ העקער וואָס זי וועט קיין מאָל נישט פֿאַרגעסן. „מיר זענען געווען אין ניו־יאָרק און געגאַנגען הערן חיים גראַדעס אַ לעקציע. נאָך דעם איז גראַדע צוגעגאַנגען צו מײַן מאַמען און זי האָט מיך פֿאָרגעשטעלט. איך בין געגאַנגען רעדן מיט עטלעכע פֿרײַנד. פּלוצעם הער איך אַ גערודער הינטער מיר. כ’האָב זיך אויסגעדרייט און דערזען ווי מײַן מאַמע דערלאַנגט אינאַן אַ פּאַטש. אינאַ האָט איר גלײַך אָפּגעענטפֿערט מיט עפּעס אַ זאָג אָבער איך האָב נישט געהערט וואָס דאָס איז. מײַן מאַמע האָט שיִער נישט געחלשט.“

חיים גראַדעס לעבן איז געווען, ווי בײַ אַ סך ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿול מיט אומדערוואַרטע טראַגעדיעס. ער איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע און האָט באַקומען אַ טראַדיציאָנעלע חדר־דערציִונג. נאָך זײַן ווערן אַ בר־מיצווה האָט מען אים געשיקט אין דער נאַוואַרעדקער ישיבֿה, וווּ מע האָט געלערנט אַ שטרענגן נוסח פֿון מוסר, מיטן ציל צו אַנטוויקלען בײַ די בחורים אַ טיף עטישן כאַראַקטער. עטלעכע יאָר לאַנג האָט גראַדע אויך געלערנט מיט ר׳ אַבֿרהם ישעיה קאַרעליץ, באַקאַנט ווי דער חזון איש. דער יונגער גראַדע האָט זיך אָבער פֿאַרליבט אין דער סעקולערער ייִדישער ליטעראַטור און אין 1932 האָט ער אַליין אָנגעהויבן אַרויסגעבן דערציילונגען און לידער אויף ייִדיש. ער איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער עקספּערימענטאַלער גרופּע שרײַבער און קינסטלער, „יונג־ווילנע“.

ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין ווילנע אין 1941 איז גראַדע אַנטלאָפֿן טיף אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איבערלאָזנדיק זײַן מאַמע און זײַן פֿרוי, פֿרומע־ליבע, אין ווילנע, האַלטנדיק אַז די דײַטשן זוכן בלויז די מענער. ביידע פֿרויען האָט מען דערהרגעט — אַ זאַך, וואָס האָט אים גײַסטיק געפּלאָגט דאָס גאַנצע לעבן. נאָכן חורבן איז ער געפֿאָרן קיין פּאַריז וווּ ער האָט זיך באַקענט און חתונה געהאַט מיט אינאַ העקער. זיי האָבן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 1948.

כּדי אויפֿצוהיטן דעם אָנדענק פֿון דער פֿאַרטיליקטער ווילנע, האָט גראַדע געווידמעט זײַן לעבן צו שרײַבן בלויז וועגן ווילנע, וועגן איר רעליגיעזן קהילה־לעבן און וועגן די טאָג־טעגלעכע פּאַסירונגען פֿון די פּשוטע פֿאָלקסמענטשן אין ווילנעס אָרעמע געגנטן. צווישן זײַנע באַרימטסטע ווערק: זײַן בוך זכרונות, „דער מאַמעס שבתים“ (1955), „צמח אַטלאַס“ (1967־1968), „מײַן קריג מיט הערש ראַסיינער“ (1951) און „די עגונה“ (1961).

אַ דאַנק דער דיגיטאַליזאַציע פֿון זײַנע ווערק, וועט מען במשך פֿון די קומעדיקע פּאָר יאָר האָפֿנטלעך קענען אַרויסגעבן אַ טייל פֿון זײַנע נישט־פּובליקירטע ווערק אויף ייִדיש, און פּונקט אַזוי וויכטיק — אויף ענגליש, כּדי דער ברייטער עולם זאָל סוף־כּל־סוף פֿאַרשטיין פֿאַר וואָס גראַדע ווערט פֿאַררעכנט ווי איינער פֿון די גרעסטע ייִדישע שרײַבער פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.