ווי מיר רעסטאָראַן־אַרבעטער רעדן וועגן דער קיך אויף ייִדישHow we restaurant workers talk about the kitchen in Yiddish
צוויי ייִדיש־רעדנדיקע אַרבעטער האָבן אויסגעטראַכט הומאָריסטישע צונעמענישן פֿאַר אַלץ וואָס קומט פֿאָר אין דער ווירבלענדיקער קיך.
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש. צו הערן דעם אַרטיקל גיט אַ קוועטש דאָ:
איך האב לעצטנס געפֿונען ארבעט אין א כשרן רעסטאראן. צווישן די לאטיין-אמעריקאנער און אפרא-אמעריקאנער ארבעטער אין דער ווירבעלדיגער קיך פונעם רעסטאראן, שטיי איך מיט מיין קאלעגע, מיר ביידע — בית המדרש אידן.
אונזער גאנצער וועזן גייט אבער עד היום ארום דעם אידישן לעבן, במילא גייט אויך אונזער ווערטער אוצר ארום דער אידישער ווירטשאפט. האבן מיר דערפאר דא אין קיך צוגעטראכט יידישע אויסדרוקן פאר אלץ וואס קומט דא פאר. איז הערט זשע און דערקוויקט אייך:
צום אלעם ערשטן אז מען קומט אינדערפרי אריין אין קיך און מען קוקט זיך ארום צי אלץ איז כשר וישר, רופן מיר דאס „בדיקת חמץ“. אז מען צינדט אן די אויבענעס (אויוונס) הייסט עס ביי אונז הדלקת הנרות.
אז מיר דארפן אפוואשן די קרויטקעפ, רופן מיר זיי די כפרה׳לאך. צעשניידן מיר זיי אין האלב, א גרעסערער העלפט און א קלענערער העלפט, רופן מיר די קלענערער העלפט דעם לחם עוני און דער גרעסערער העלפט – דעם אפיקומן.
די פעטרישקע (פּעטארזיליע) רופן מיר הדסים.
א בינטל קריפ (דיל) הייסט הושענות, און די לימענעס אוודאי – אתרוגים׳לאך.
זענען די בלעטער פול מיט בלאט-פלעקן רופן מיר זיי אן מצורעים (קרעציק ווי דער מצורע פון חומש), און אז מיר זעען טאקע א מחנה לעבעדיגע שרצים קריכן צווישן די בלעטער, רופן מיר דאס א מכת ערוב.
אז די גרינס איז שוין אפגעוואשן און באקוקט, רופן מיר עס ביכורים. און דעם גרינס-טריקענער וואס מען דרייט מיט די הענט הייסט בײַ אונדז ריחיים של יד!
דעם באלעבאס רופן מיר „דער פון אויבן“; זיינע קאפריזן — חרון אף (כעס)/א גזירה.
דעם ווענעזועלער הויפט שעף רופן מיר „דער שוחט“.
פארן סושי מייסטער דעם כינעזער האבן מיר פארשידענע טיטלען – בתים מאכער / מזוזה מאן / מגילה וויקלער/ אדער סתם בעל גלילה.
דעם סארווער רופן מיר „קוואטער“, און דער ארבעטער וואס שטייט ביי דער קאסע — „דער גבאי / שמש צו טאקע – גזבר; און אז ס׳האט איינער פון די קונים טענות זאגן מיר: אט מאכט עמיצער א מי שברך!
די באשטעלונג צעטלעך רופן מיר – קוויטלאך; דעם קאמפיוטער „חלוני רקיע“; און די באצאלונג – בקע לגלגולת.
אז עמעצער באשטעלט א טייער מאכל הייסט עס קרבן עולה, און אז ס׳איז אויף קרעדיט — קרבן אשם.
און וואס שייך די ארבעטער מיט זייערע עטנישע נאציאנאליטעטן: די מעקסיקאנער רופן מיר די בני חת; די קאריביער — יושבי פלשת / פלישתים.
און אז ס׳פאלט א רוסישער אריין צווישן די ארבעטער זאגט מען א יוון אין סוכה.
די סושי-ראלאדעס זעלבסט רופן מיר מזוזות / עורות תחשים.
פאר די פרעסערישע „בורגער סענדוויטשן“ האבן מיר א שלל מיט נעמען – כורך׳ס / כזתים / בעקעלאך / יארמעלקעס / לחם משנה’ס / גסות.
א פולקע רופן מיר – שליו; א פשוט שטיק בשר בהמה – בשר שלמים; און אז מיט די ביינער הייסט עס – קרבן פסח, ווידער די פאלשע חזיר גריוועלעך (בעיקאן) איז – קרבן חטאת, אדער טאקע „כשר חזיר פיסל“; א הייסע יויך זאגט זיך פון זיך אליינס – מקווה טהרה; טאמאטע זופע רופט זיך – נזיד עדשים; און די מעקסיקאנער טארטיאס — טאטערלעך.
ואחרון אחרון חביב — די דריי אמעריקאנער געווירץ־סאסן קעטשאפ, מאסטארדע און מאיאנעז זענען רויטע חרוסת, געלע חרוסת און ווייסע חרוסת; די וויינען רופן מיר — נסכים; און אייזקרעם? נו, פאַרשטייט זיך — „מן“.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO