Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

הייב אויף די אויגן (אַ ליד פֿון מאַני לייב)Lift your eyes — a poem by Mani Leib

אַנשטאָט דער סוועטשאַפּ־טעמע האָט מאַני לייב פֿאָקוסירט אויף לשון און עסטעטיק אין זײַן פּאָעזיע.

דער פּאָעט מאַני לייב (דער פּסעוודאָנים פֿון מאַני לייב בראַהינסקי) איז געבוירן געוואָרן אין ניזשין, אוקראַיִנע אין 1883, איינס פֿון אַכט קינדער. דער טאַטע האָט געהאַנדלט מיט פּעלצן און פֿערדפֿעל און האָט אויך געשריבן בריוו קיין אַמעריקע העלפֿנדיק עגונות און פֿאַרלאָזטע כּלות געפֿינען זייערע מענער. מאַני לייבס מאַמע האָט פֿאַרקויפֿט הינער, גענדז און אייער.

צו 11 יאָר האָט מען אים אַרויסגענומען פֿון חדר און ער איז געוואָרן אַ לערנייִנגל בײַ אַ שטיוול־מאַכער. ער האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אין רעוואָלוציאָנערע אַקטיוויטעטן און מע האָט אים צוויי מאָל אַרעסטירט דערפֿאַר. אין 1905 האָט ער עמיגרירט קיין ניו־יאָרק און שפּעטער האָט ער אַריבערגעבראַכט זײַן געליבטע, כאַסיע. זיי האָבן חתונה געהאַט און זיך באַזעצט אין וויליאַמסבורג וווּ זיי האָבן געהאַט פֿינף קינדער.

מאַני לייב איז געווען איינער פֿון די גרינדער פֿון דער ליטעראַרישער באַוועגונג „די יונגע“ וואָס האָט אָפּגעוואָרפֿן די דעמאָלטדיקע סוועטשאַפּ־טעמע און געשריבן לידער ווי קונסטווערק, באַטאָנענדיק דאָס לשון און די עסטעטיק אַנשטאָט פּאָליטישע עלעמענטן. מאַני לייבס אימפּרעסיאָניסטישע לידער האָבן זיך געדרוקט אין די ייִדישע צײַטונגען, בפֿרט אינעם פֿאָרווערטס, און אין די אַנטאָלאָגיעס פֿון „די יונגע“.

אין 1925 האָט ער מיט די פּאָעטן זישע לאַנדאָו און ראובֿן איסלאַנד אַרויסגעגעבן איינע פֿון די הויפּט־אַנטאָלאָגיעס פֿון די „יונגע“, מיטן נאָמען „אינדזל“.

זײַן צוזאַמענלעבן מיט כאַסיען איז נישט געווען אַזוי פֿויגלדיק אָבער זי האָט אים נישט געוואָלט גטן. במשך פֿון די לעצטע 30 יאָר פֿון זײַן לעבן האָט ער געשפּילט אַ ליבע מיט דער פּאָעטעסע רחל וועפּרינסקי, וואָס מע קען בולט זען דורך זייער קאָרעספּאָנדענץ צווישן 1918 און 1953. מאַני לייב איז געשטאָרבן פֿון טובערקולאָז אין 1953.

הייב אויף די אויגן

הייב אויף די אויגן, זע: די נאַכט װעט באַלד פֿאַרהילן
די שטאָט ניו־יאָרק אין נעפּל בלוי און לײַכט און װײך.
און אין מיליאָנען פֿענצטער גאָלדיק־רויט און בלייך
באַלד װעלן זיך מיליאָנען לאָמפּן ליכט צעשפּילן.

און העל־באַלויכטענע די באַנען װעלן ברילן,
װי שלאַנגען פֿליִענדיק דורך דעכער אין דער הײך,
און אונטן װעלן ראָיען זיך אין רעש, ליכט און רויך,
טראַמװייען, פֿורן, מענטשן און אויטאָמאָבילן.

און דײַנע אויגן זענען קאַלט און אויסגעלאָשן.
זיי פֿירן דיך אין רעש פֿון די גאַסן אום,
נאָר פֿרעמד איז דיר די װעלט, װאָס רינגלט דיך אַרום.
דו הערסט אַ פֿרעמדן אומבאַקאַנטן לשון,
דו הערסט, דאָס פֿרעמדע לעבן רעדט, נאָר שטום
די ליפּן דײַנע זײַנען — שטום און צוגעשלאָסן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.