אַן אױסערגעװײנטלעכער ייִדיש־קאָנצערט אין װיןAn amazing Yiddish concert in Vienna
בענדזשי פֿאָקס־ראָזען האָט אָנגעפֿירט מיטן קאָנצערט אין דער ליבעראַלער שול „אור חדש“
דער ליבעראַלער מנין „אור חדש“ אין װין האָט אָנגעהױבן די הײַיאָריקע קולטור־פּראָגראַם מיט אַ קאָנצערט נײַע לידער, מיטן נאָמען „צום מערסטן אױף ייִדיש“.
דעם 23סטן פֿעברואַר האָט בענדזשי פֿאָקס־ראָזען פֿאָרגעשטעלט נײַע לידער — לרובֿ אײגענע קאָמפּאָזיציעס, אָבער אױך עטלעכע קלאַסישע לידער װאָס ער האָט אײַנגעסדרט און אַראַנזשירט. צוזאַמען מיט פֿאָקס־ראָזען וואָס האָט געזונגען און זיך באַגלייט מיטן קאָנטראַבאַס און גיטאַרע איז אױפֿגעטראָטן דער אַקאָרדיאָניסט מילאָש טאָדאָראָװסקי, װאָס אױך זײַנע אַן אָריגינאַלע קאָמפּאָזיציע האָבן די צװײ מוזיקער געשפּילט.
„אור חדש“ — די אײנציקע ליבעראַלע שול אין דער עסטרײַכישער הױפּטשטאָט — פֿאַרמאָגט אַן אײגענעם בנין, כאָטש קײן מקום־קודש איז עס פֿאַר דעם ניט געװען. בעת די היטלער־יאָרן האָבן די נאַציס דאָך חרובֿ געמאַכט אַלע שולן און בתּי־מדרשים אין דער שטאָט — אַחוץ דעם ווינער שטאָט־טעמפּל. פֿאָקס־ראָזען פֿירט, דרך־אַגבֿ, אָן מיטן כאָר פֿון שטאָט־טעמפּל װאָס באַגלײט דעם חזן בעת די שבת־און־יום־טובֿדיקע תּפֿילות.
דער מױער אין װעלכן ס׳געפֿינט זיך „אור חדש“ האָט פֿון דעסט װעגן אַ שײַכות צו דער געשיכטע פֿון ייִדן אין װין. אַ מאָל איז דאָרט געװען אַ ייִדישע דרוקערײַ, װוּ מע האָט, למשל, געדרוקט די דײַטשיש־ייִדישע צײַטונג „די װאַרהײט“, װי ס׳גיט אונדז איבער דער װינער ייִדישיסט טאָמאַס זאָקסבערגער. אין דער געװעזענער דרוקערײַ איז דאָ אַ לפֿי־ערך קלײנער זאַל פֿאַרן דאַװנען, אין װעלכן מען איז זיך הײַנט צונױפֿגעקומען צו הערן אַ קאָנצערט. אינעם ניט צו גרױסן חדר מיט אַ באַלקן אַ נידעריקן און אַן אױסגעבױגענעם װי אין אַ װײַנקעלער האָט מען זיך באַלד געפֿילט הײמיש; ס׳איז געװען גוט צוגעפּאַסט פֿאַרן דאָזיקן קאָנצערט.
בײַם אָנהײב האָט מען געשפּילט פֿאָקס־ראָזענס אַ נײַע קאָמפּאָזיציע אױף אַ חסידישער טעמע, נאָר דװקא מיט ענגלישע װערטער (אױסער דעם איז אַלץ געװען אױף ייִדיש). דער טעקסט איז געװען באַזירט אױף דעם רבין ר׳ נחמן בראַצלעװערס אַ װאָרט, אין שׂיחות הר״ן, אות ט״ז. דאָרט דערקלערט ר׳ נחמן װי אַזױ מע קען אַרױסשרײַען מיט אַ גרױס געשרײ, נאָר „בקול דממה דקה“, בײַ זיך אין מוח, אױף אַזאַ מין אופֿן אַז קײנער זאָל ניט קענען הערן, כאָטש מע שרײַט טאַקע בפּועל ממש.
װײַטער האָט פֿאָקס־ראָזען געזונגען ציליע דראַפּקינס ליד „בײַם ים בײַנאַכט“ װאָס די מוזיק דערצו האָט ער דאָ ניט לאַנג געשאַפֿן. אינעם װוּנדערלעכן טריִאָ פון קול, באַס און אַקאָרדיאָן האָט מען דערהערט עלעמענטן פֿון שפּעט־ראָמאַנטיק און עקספּרעסיאָניזם. בעתן קאָנצערט האָט מען געקענט הערן נאָך מאָדערנע פּאָעזיע, ווי אַננאַ מאַרגאָלינס „איז די גאָלדענע פּאַװע געפֿלױגן, געפֿלױגן“. אָפֿטמאָל פֿלעכט פֿאָקס־ראָזען צונױף עלעמענטן פֿון מאָדערנעם קונסטליד און פֿאָלקסליד אױף אַן אופֿן װאָס האָט מיך דערמאָנט אין דער מוזיק װאָס מע װאָלט אפֿשר געקענט הערן אין די װינער, בערלינער און װאַרשעװער קאַפֿעען אין די צװישן־מלחמהדיקע יאָרן.
אַחוץ לידער האָט מען אױך געשפּילט אינסטרומענטאַלע מוזיק. דעם פֿראַנצײזישן קאָמפּאָזיטאָר מאָריס ראַװעלס באַרימטער „באָלעראָ“ איז דאָ מגולגל געװאָרן אין אַ ייִדישן טאַנץ — „פֿאַביאַנס זשאָק“. פֿאָקס־ראָזען האָט געװידמעט דעם זשאָק זײַן חבֿר, דעם װינער מוזיקער פֿאַביאַן פּאָלאַק, נאָר דער אָנשטױס צו דער באָלעראָ־װאַריאַציע אַ־לאַ קלעזמער איז געקומען צו אים בעת ער איז געװען אויף אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דער װינער פֿאָלקס־אָפּערע צוזאַמען מיט זײַן װײַב, װאָס איז דעמאָלט געװען אין די הױכע חדשים. בשעת מע האָט געשפּילט ראַװעלס מוזיק, האָט ער מיט אומגעדולד געטראַכט װעגן דעם קומענדיקן געבורט פֿונעם קינד.
װאָס שײך אינסטרומענטאַלע װערק, האָט מען שפּעטער נאָך געשפּילט דעם אַקאָרידיאָניסט טאָדאָראָװסקיס אַ חיבור, אַ װירטואָזישע סערבע — אַ מין טאַנץ װאָס מע רופֿט אַ מאָל אױך „בולגאַר“ — און אַ רירנדיקן חב״דישן דבֿיקות־ניגון.
מיט אַ יאָר צענדליק צוריק האָט פֿאָקס־ראָזען רעקאָרדירט אַ דיסק מיט לידער פֿון מרדכי געבירטיג הי״ד (זאָל גאָט נקמה נעמען פֿאַר זייער בלוט). פֿון זײ האָט ער אױך דאָ געזונגען אַ קלײנעם אָפּקלײַב: לידער װאָס ער האָט אָפּגעזוכט אין אַרכיװן און דערנאָך אַלײן אױסקאָמפּאָנירט די מוזיק דערצו. נאָך צװײ גאָר פּעסימיסטישע און סאָציאַל־קריטישע לידער האָט ער אָבער געזונגען „גענוג געװײנט“. אין דעם ליד גיט געבירטיג צו װיסן אַז ער װיל מער ניט זינגען קײן אומעטיקע לידער, און אַז מע גײט איצט הערן אַ פֿרײלעך ליד, מע׳ט אַזש חלשן פֿאַר פֿרײד און לאַכן ביז מע װײנט.
אָבער אױך באמת פֿרײלעכע לידער האָט מען געשפּילט אױפֿן קאָנצערט בײַ „אור חדש“. אַזעלכע בורלעסק־לידער װי „הודל מיטן שטרודל“ האָבן װידער גוט געפּאַסט אינעם אָרט װאָס װאָלט, אױב ניט דער אָרון־קודש, טאַקע געקענט דערמאָנען אין אַ שענק, אַ קלוב צי אַ װאַריעטע־בינע. פֿאָקס־ראָזען האָט אױך געזונגען אַהרן לעבעדעװס קלאַסיש טעאַטער־ליד „רומעניע, רומעניע“, אָבער אױף אַ נײַעם שטײגער, דהײַנו מיט אַ גאָר מינימאַליסטישן, װירטואָזן אַקאָמפּאַנימענט בלויז פֿונעם קאָנטראַבאַס װאָס האָט אַנטװעקט דעם כּוח־הדמיון און געברענגט אױפֿן זינען אַן אימפּעטיק לעבעדיקע קאַבאַרעט־פֿאָרשטעלונג.
אָבער מע האָט ניט נאָר געזונגען לידער פֿון דיכטער װאָס זײַנען אױפֿן עולם־האמת שױן מער װי אַ יובֿל. דער עולם האָט אױך געהאַט אַ געלעגנהײט זיך צוצוהערן צו בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנס ע״ה שײנעם ליד „דער בנין“. די אַמאָליקע װינערין, שפּעטער במשך לאַנגע יאָרן אַ תּושבֿ אין בראָנקס, אין „בײנברידזשיװקע“, האָט מחבר געװען פּאָעזיע און אַלײן געזונגען; אין חודש כּסלו תּשפּ״ד װעט מען פּראַװען איר צענטן יאָרצײַט, כּבֿוד איר ליכטיקן אָנדענק. בײַם קאָנצערט אין „אור חדש“ איז, אַגבֿ, בײַגעװען, יבֿדל לחיים, אירער אַ קרובֿ, אַלײן אַ געבױרענער (און אַ געבליבענער) אין װין, װאָס רעדט אױך אַ באַטעמטן בוקאָװינער ייִדיש.
צום סוף פֿון קאָנצערט האָט פֿאָקס־ראָזען פֿאַרבעטן דעם עולם מיטצוזינגען װען ער און טאָדאָראָװסקי האָבן געשפּילט זעליק באַרדיטשעװערס „קאַרטאָפֿליעס“ מיטן רעפֿרען: „פֿרײען זיך איז גוט, פֿרײען זיך איז גוט, לאָמיר זיך פֿאַרגעסן כאָטש אויף איין מינוט!“ װי אַ צוגאָב־ליד האָט מען דערנאָך געזונגען ב. שעכטער־גאָטעסמאַנס „זײַט געזונט!“, כאָטש מען האָט זיך נאָך ניט געזעגנט אױף אַן אמת, װאָרן די קהילה האָט מכבד געװען די קאָנצערט־באַזוכער מיט אַ גלאָז װײַן און אַ פֿאַרבײַסן. בשעת־מעשׂה האָט דער קהילה־פּרעזידענט, עריק פֿרײַ, אונדז געלאָזט װיסן, אַז מע פּלאַנירט נאָך װײַטערדיקע ייִדיש־קאָנצערטן.
דאָס זײַנען פֿאָקס־ראָזען און טאָדאָראָװסקי אױפֿגעטראָטן זאַלבעצװײט צום ערשטן מאָל. אַזױ װי זײ האָבן מזכּה געװען דעם עולם מיט אַ ייִדיש־קאָנצערט פֿון ערשטן ראַנג, האָפֿן מיר זײ צו הערן צוזאַמען אױך אױף להבא.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO