Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָלגאַ קאָסטאַ — דאָס ייִדישע מיידל וואָס איז געוואָרן אַ גרױסע מעקסיקאַנער מאָלעריןOlga Costa, the Jewish girl who became a great Mexican artist

הגם זי איז געבוירן געוואָרן אין לײַפּציג איז דאָס צום ערשטן מאָל וואָס מע זעט אין דײַטשלאַנד אַן אויסשטעלונג פֿון אירע ווערק.

הײַיאָר װײַזט מען אין דײַטשלאַנד צום ערשטן מאָל אַ קונסט־אויסשטעלונג מיט װערק פֿון דער גרויסער מעקסיקאַנער ייִדישער קינסטלערין פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אָלגאַ קאָסטאַ. הגם די מאָלערין איז געבוירן געוואָרן אין דער דײַטשישער שטאָט לײַפּציג, האָט זי געשאַפֿן איר קונסט נאָר אין מעקסיקע, אין משך פֿון גאַנצע 50 יאָר שעפֿערישקײט. אַן אָפּקלײַב פֿון אירע געמעלן קען מען איצט זען אינעם לײַפּציגער מוזײ פֿון די שײנע קונסטן.

די אויסשטעלונג, „אָלגאַ קאָסטאַ: דיאַלאָגן מיט דער מעקסיקאַנער מאָדערנער קונסט“, האָט זיך געעפֿנט דעצעמבער 2022. דער לײַפּציגער מוזײ האָט זי אײַנגעאָרדנט בשותּפֿות מיטן מלוכישן אינסטיטוט פֿאַר קונסט פֿונעם מעקסיקאַנער שטאַט גואַנאַכואַטאָ. אין גואַנאַכואַטאָ, וווּ קאָסטאַ האָט געוווינט לאַנגע יאָרן, געפֿינט זיך הײַנט אַ קונסטמוזײ אױף איר און איר מאַנס נאָמען.

אָלגאַ קאָסטאַ, „גואַנאַכואַטאָ“ (1977) Courtesy of Instituto Estatal de la Cultura de Guanajuato

אָלגאַ קאָסטאַקאָװסקי איז געבױרן געװאָרן אין 1913, אינעם זעלבן יאָר װען די טאַטע־מאַמע, אַנאַ פֿאַבריקאַנט און יאַנקל קאָסטאַקאָװסקי, האָבן געהאַט פֿאַרלאָזט די הײמשטאָט אָדעס און זיך באַזעצט אין דײַטשלאַנד. אָלגאַ האָט זיך געהאָדעװעט אין בערלין ביז 1925, װען דער טאַטע, אַ פֿידלער, אַ קאָמפּאָזיטאָר און אַ סאָציאַליסט, האָט אַריבערגעפֿירט די משפּחה קײן מעקסיקע, נאָך דעם װי מע האָט אים באַפֿרײַט פֿון תּפֿיסה, װוּ ער איז געזעסן מחמת רעװאָלוציאָנערער טעטיקײט.

דאָס, װאָס די יונגע קינסטלערין האָט געביטן איר נאָמען אױף קאָסטאַ, שפּיגלט אָפּ איר שעפֿערישן גאַנג. אין אײנעם מיטן „־קאָװסקי“ האָט זי אָנגעװוירן דעם סימן פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִחוס און פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. נאָר װאָס? זי איז אָנגעקומען צו די ברעגן פֿון מעקסיקע, און „קאָסטאַ“ מײנט אױף שפּאַניש טאַקע „ברעג ים“. בעת איר ייִנגערע שװעסטער ליאַ (לאה) איז געװאָרן אַ פּאָעטעסע, האָט זי זיך גענומען צו מאָלערײַ.

די װאַנטגעמעלן פֿונעם קינסטלער דיעגאָ ריװעראַ האָבן געמאַכט אַ גרױסן רושם אױף דער יונגער אָלגאַ. װי אַ קונסט־סטודענטין האָט זי זיך אױך עטלעכע חדשים געלערנט בײַ נאָך אַ גדול־הדור פֿון דער מעקסיקאַנער מאָדערנער קונסט — קאַרלאָס מערידאַ.

קאַרלאָס מערידאַ, „ליבע איז אומעטום“ (1940) Courtesy of Instituto Estatal de la Cultura de Guanajuato

 בעת די סטודענטישע יאָרן אין דער שטאָט מעקסיקע האָט זי זיך אױך באַקענט מיט איר שפּעטערדיקן מאַן, דעם מאָלער כאָסע טשאַװעז מאָראַדאָ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה האָט זי זיך אָנגעזאַפּט מיט אײַנדרוקן פֿונעם מעקסיקאַנער נאַציאָנאַלן שטײגער װאָס האָט זיך ערשט גענומען פֿונאַנדערבליִען. אײַנגעטונקען אין דער מאָדערנער קונסט פֿונעם נײַעם הײמלאַנד, איז אָלגאַ קאָסטאַקאָװסקי אין גיכן מגולגל געװאָרן אין אָלגאַ קאָסטאַ.

יענער „נאַציאָנאַלער שטײגער“ האָט זיך אױסגעפּיקט באַלד נאָך דער מעקסיקאַנער רעװאָלוציע. אין 1920 האָט זיך סוף־כּל־סוף פֿאַרענדיקט דער בירגערקריג, װאָס האָט זיך געהאַט געצױגן אַ גאַנצן יאָרצענדליק. דערנאָך האָט די סאָציאַליסטיש־געשטימטע מעקסיקאַנער רעגירונג אַרײַנגעלײגט גרױסע אָנשטרענגונגען אױסצופֿורעמען אַ נײַע נאַציאָנאַלע אידענטיטעט, װי אַ יסוד פֿאַר אַ נײַער געזעלשאַפֿט. דערבײַ האָט די קונסט געשפּילט אַ װיכטיקע ראָלע און די מלוכה האָט שטאַרק געשטיצט מאָלער און אַנדערע קינסטלער.

נאַציאָנאַלישקײט האָט זיך אױסגעדריקט אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים. מע האָט, למשל, געמאָלן שטיללעבנס מיט טיפּיש מעקסיקאַנער פֿרוכטן אַזעלכע װי אַרבוזן, מאַראַנצן, קאָקאָסניס און פּיטאַהאַיאַס (אױך באַקאַנט װי „דראַקאָן־פֿרוכט“).

אָלגאַ קאָסטאַ, „טעכואַנאַ מיט אַרבוז“ (1952) Courtesy of Modern Art International Foundation, New York

אָלגאַ קאָסטאַ האָט ניט נאָר ליב געהאַט צו מאָלן פֿרוכטן, נאָר אױך דעם פּײזאַזש — אַ מאָל מיט די פֿײַנסטע שטריכן, איבערצוגעבן אַלע פּיטשעווקעס, אַ מאָל כּמעט אַבסטראַקט — אָבער תּמיד מיט כּישופֿדיק אינטענסיװע קאָלירן.

אױך פֿאָלקישע טעמעס האָבן פֿאַרנומען אַ װיכטיק אָרט בײַ קאָסטאַן — װי, למשל, פֿאָלקסטענץ אָדער אַזאַ יום־טובֿ װי דער טױטן־טאָג, צי טראַדיציאָנעלע פֿאָלקס־טראַכטן װי, אַ שטײגער, טעהואַנאַ, אַ װײַבערשער מלבוש בײַ די זאַפּאָטעקעס — אַן אַלט צענטראַל־אַמעריקאַנער פֿאָלק װאָס לעבט אין דרום־מעקסיקע.

בדרך־כּלל האָבן מאָלער זיך אַ קערעװע געטאָן דװקא צו דער דאָרפֿישער באַפֿעלקערונג און צו די אַרבעטנדיקע מאַסן.

אַחוץ אַזאַ מין ראָמאַנטישן נאַציאָנאַליזם איז בשעתּו אין מעקסיקע אױך אױפֿגעקומען דער סוררעאַליזם. בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה האָבן סוררעאַליסטישע קינסטלער, פּליטים פֿון אײראָפּע, געפֿונען אַ מיקלט אין מעקסיקע און געהאַט אַ השפּעה אױף זײערע מעקסיקאַנער קאָלעגן.

אָלגאַ קאָסטאַ, „דאָס עגאָיִסטישע האַרץ“ (1951) Image by

נאָך אַ װיכטיקע טעמע אין דער מעקסיקאַנער מאָדערנער קונסט בכלל און בײַ קאָסטאַ בפֿרט איז געװען — די פֿרױ. קאָסטאַ האָט געמאָלן סצענעס מיט מעקסיקאַנער אוראײַנװױנערינס, פּאָרטרעטן פֿון מײדעלעך און אױך אַקטבילדער ניט לױט די אײַנגעשטעלטע נאָרמעס פֿון שײנקײט.

אין אײנעם פֿון קאָסטאַס סאַמע באַרימטע װערק קומען זיך צונױף פֿאַרשײדענע עלעמענטן פֿון איר קונסט: אינעם געמעל „די פֿאַרקױפֿערין פֿון אױפּס“ זײַנען דאָ סײַ כּל־מיני פּירות װאָס װאַקסן אין מעקסיקע און סײַ דער פּאָרטרעט פֿון אַ פֿרױ אַ מעקסיקאַנערין. אַזאַ מין אופֿן צו װײַזן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון פֿאָלק הײסט אין דער מעקסיקאַנער קונסט „קאָסטומבריסמאָ“ (שטײגעריזם).

ניט נאָר װי אַ טעמע און אַן אָביעקט האָט זיך די פֿרױ באַװיזן אין דער מאָדערנער מעקסיקאַנער מאָלערײַ, נאָר אױך װי אַ זעלבשטענדיקע שעפֿערין. ס׳זײַנען געװען עטלעכע פֿרױען קינסטלערינס בײַם סאַמע אױבנאָן פֿון דער מאָדערנער קונסט אין מעקסיקע, אַרײַנגערעכנט ניט װײניק אַרײַנגעפֿאָרענע פֿון אַנדערע לענדער — װי קאָסטאַ גופֿא.

צװישן יענע קינסטלערינס זײַנען געװען אַ צאָל פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, װי למשל די פֿאָטאָגראַפֿין און גראַפֿיקערין מאַריאַנאַ יאָמפּאָלסקי און די װאַנט־מאָלערין פֿאַני ראַבעל. יאַמפּאָלסקי איז געװען דער ערשטער װײַבלעכער מיטגליד אינעם „װאַרשטאַט פֿון פֿאָלקס־גראַפֿיק“. ראבעל (ראַבינאָװיטש), אַ געבױרענע אין לובלין, איז אויך געװען אַ מיטגליד אינעם װאַרשטאַט. איר ערשטע אױסשטעלונג האָט ראַבעל געהאַט בײַ נאָך אַ לינקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע אין מעקסיקע־שטאָט — בײַ דער פּראָ‏‏־סאָװעטישער פֿאָלקס־ליגע.

אָלגאַ קאָסטאַ, „די פֿרוכט־פֿאַרקויפֿערין“ (1951) Courtesy of Instituto Estatal de la Cultura de Guanajuato

אין דער לײַפּציגער אױסשטעלונג האָט מען געװידמעט אַ גאַנצן זאַל אָט דעם „װאַרשטאַט פֿון פֿאָלקס־גראַפֿיק“. די דאָזיקע גרופּע קינסטלערס האָט אַ מאָל באַזוכט מיזרח־דײַטשלאַנד און געװיזן זײערע גראַפֿיקן טאַקע אין לײַפּציג. אױף אַזאַ אופֿן האָט זיך אײַנגעגעבן דער קוראַטאָרין, ד״ר זאַבינע האָפֿמאַן, אױפֿצוּװײַזן עפּעס אַ שײַכות פֿון לײַפּציג צו דער מעקסיקאַנער מאָדערנער קונסט. טאָמער אונטערציִען אַ סך־הכּל, האָבן אָבער מעקסיקאַנער קינסטלער ניט ספּעציעל משפּיע געװען אױף דער דײַטשישער קונסט, אַפֿילו ניט אין סאָציאַליסטישן מיזרח־דײַטשלאַנד — בפֿרט אַז מע פֿאַרגלײַכט עס מיט די פֿאַראײניקטע שטאַטן װוּ די פּראָגרעסיװע קינסטלער זײַנען שטאַרק מושפּע געװאָרן פֿון די מעקסיקאַנער מוראַליסטן.

דער קוראַטאָרין איז באמת געלונגען צו שאַפֿן אַ מין דיאַלאָג — דער עיקר צװישן קאָסטאַ און אַנדערע מעקסיקאַנער מאָלער, װעמעס װערק מע קען זען אין דער אױסשטעלונג. דורכן צונױפֿפּאָרן קאָסטאַס װערק מיט די געמעלן פֿון אירע מיטצײַטלער שװימען אַרױס קלאָרע טענדענצן און אינטערעסאַנטע קאָנטראַסטן. װאָס שײך אַלגעמײנע נטיות, איז קלאָר — אַחוץ דעם װאָס איז שױן געזאָגט געװאָרן פֿריִער — אַז די מעקסיקאַנער מאָדערנע קונסט איז פֿיגוראַטיװע קונסט און אָפֿט מאָל לינק געשטימט. דאָס הײסט, די קונסט האָט אַ געזעלשאַפֿטלעכע אױפֿגאַבע און איז באַטראַכט געוואָרן ווי אַ מין פֿאָלקס־קונסט. ס׳דאַכט זיך אַז אין דעם פּרט פֿירט די אױסשטעלונג אױך אַ דיאַלאָג מיט אונדזער הײַנטיקער צײַט װען פֿראַגעס פֿון אידענטיט און, אין אַ קלענערער מאָס, פֿון סאָציאַלן יושר שטײען װידער אױפֿן סדר־היום.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version