ווידעאָ: די אַקטריסע לאה שלאַנגער בײַם קלוב „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ, אַ יאָר פֿאַר איר פּטירהVIDEO: Actress Lea Szlanger at the club Yung Yidish in Tel Aviv, a year before her passing

לאה שלאַנגער ז״ל אינעם לאָקאַל פֿון „יונג ייִדיש“, תּל־אָבֿיבֿ, יום־השואה 2022. לעבן איר זיצט דער דירעקטאָר פֿון „יונג ייִדיש“, מענדי כּהנא Image by Geert van Kesteren
דעם 9טן מאַרץ 2023, אַ טאָג נאָך דעם ווי די גרויסע ייִדישע אַקטריסע לאה שלאַנגער איז אַוועק פֿון דער וועלט, האָט מענדי כּהנא, דער דירעקטאָר פֿון דער ייִדישער אָרגאַניזאַציע „יונג ייִדיש“ אין תּל־אָבֿיבֿ, אַרויפֿגעשטעלט אַ ווידעאָ אויף פֿייסבוק פֿון אַ טרעפֿונג מיט איר אינעם לאָקאַל פֿון „יונג ייִדיש“ אַ יאָר פֿאַר איר פּטירה. דאָס איז געווען יום־השואה 2022.
בעת דער טרעפֿונג האָט לאה שלאַנגער, וואָס איז לעצטנס געשטאָרבן צו 91 יאָר, אָנגעהויבן זינגען דאָס טראַגישע ליד, „אַ ייִדיש קינד“ וואָס חנה חייטין ווײַנשטיין האָט געשאַפֿן אינעם שאַוולער געטאָ, וועגן אַ מאַמע וואָס באַשליסט צו ראַטעווען איר קינד פֿון די נאַציס דורכן באַהאַלטן עס בײַ קריסטלעכע שכנים. דערין גיט די מאַמע דעם ייִנגל קלאָרע אינסטרוקציעס ווי זיך אויפֿצופֿירן מיט זײַן נײַער משפּחה:
מיט די קינדער שפּיל זיך פֿײַן,
שטיל, געהאָרכזאַם, זאָלסטו זײַן
קיין ייִדיש וואָרט, קיין ייִדיש ליד,
ווײַל דו ביסט מער ניט קיין ייִד.
דעם גאַנצן טעקסט פֿון ליד קען מען געפֿינען דאָ.
בשעת שלאַנגער זינגט עס קען מען זען ווי זי די צוהערער פֿילן מיט מיט דער אומגליקלעכער מאַמען.
דעם ווידעאָ האָט געמאַכט געערט וואַן קעסטערען, ווי אַ טייל פֿון זײַן פּראָיעקט צו שאַפֿן אַ דאָקומענטאַר־פֿילם וועגן לאה שלאַנגער.