פֿונדאַציע, וואָס האָט געהאָלפֿן אַרויסגעבן ייִדישע ווערטערביכער און לערנביכער, שליסט זיךFoundation that helped launch Yiddish dictionaries and textbooks is closing

Photo by Rukhl Schaechter
די פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן אין ניו־יאָרק אין 1968, וועט זיך הײַיאָר שליסן.
די פֿונדאַציע, וואָס איז פֿאַרלייגט געוואָרן דורכן ייִדישן שפּראַכפֿאָרשער מרדכי שעכטער און זײַן שוועסטער, דער פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, אויפֿן נאָמען פֿון זייער טאַטן, האָט במשך פֿון די יאָרן אויסגעטיילט סובסידיעס הונדערטער איניציאַטיוון וואָס מוטיקן דעם באַניץ און די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער ייִדישער שפּראַך.
אַ גרויסער טייל פֿון די פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט געשטיצט זענען ווערטערביכער, טערמינאָלאָגיעס און לערנביכער, וואָס ווערן עד־היום באַניצט דורך סטודענטן און ייִדיש־רעדער איבער דער וועלט. צווישן זיי:
- ווערטערבוך פֿון לשון־קודש־שטאַמיקע װערטער אין ייִדיש
- אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך
- ייִדיש צוויי
- טראָגן, האָבן און פֿריִיִקע קינדער־יאָרן
- די געוויקסן־וועלט אין ייִדיש
- לײַטיש מאַמע־לשון
- אַרומנעמיק ענגליש־ייִדיש ווערטערבוך
אַחוץ דעם האָט די פֿונדאַציע אויך געשטיצט אַ צאָל אַנדערע פּראָיעקטן וואָס האָבן פּראָטעזשירט דעם פּרינציפּ פֿון ייִדיש ווי אַ לעבעדיקע שפּראַך, אַרײַנגערעכנט די ליטעראַרישע אַנטאָלאָגיע „װידערװוּקס – אַ נײַער דור ייִדישע שרײַבערס“; אַ סטודענטן־נוסח פֿון שלום עליכמס „מאָטל פּייסי דעם חזנס“ באַגלייט מיט געניטונגען; דעם פֿעמיניסטישן פּאָדקאַסט „ווײַבערטײַטש“; די ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, די אייראָפּעיִשע ייִדיש־וואָך „ייִדיש־מאַראַטאָן“, ווי אויך די ייִדיש־סוף־וואָכן אין אויסטראַליע און ענגלאַנד.
„די רשימה פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט געהאָלפֿן אַרויסגעבן מאַכט אַ גרויסן רושם, אָבער נאָך וויכטיקער איז געווען איר נאָוואַטאָרישקייט,“ האָט געזאָגט פּראָפֿ׳ טבֿיה בירד, אַ פּראָפֿעסאָר עמעריטוס פֿון קווינס־קאָלעדזש, ניו־יאָרק, וואָס האָט יאָרן לאַנג געדינט אויף דער עקזעקוטיווע פֿון דער בנימין שעכטער פֿונדאַציע.
„אָנהייבנדיק פֿון די ערשטע פּראָיעקטן וואָס די פֿונדאַציע האָט סובסידירט האָט די פֿונדאַציע געקראָגן אַ שם פֿאַרן געפֿינען פּראָיעקטן וואָס פֿאַרברייטערן דעם וואָקאַבולאַר און דערקלערן די גראַמאַטישע כּללים. דורכן שטיצן די פּובליקאַציע פֿון לערנביכער האָט די פֿונדאַציע געהאָלפֿן ממשותדיק אַנטוויקלען דאָס געביט פֿון שטודירן ייִדיש און האָט דערבײַ פֿאַרדינט אַ בכּבֿודיק אָרט אין דער קראָניקע פֿון דער ייִדישער פֿאָרשונג און פּעדאַגאָגיק.“