Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

זכרונות פֿון אַ ייִדישן סאָציאַליסט בעתן אוקראַיִנער בירגערקריג — איצט אויף ענגלישMemoirs of a Jewish socialist during the Ukrainian civil war – now in English 

אלי גומענערס בוך, וואָס איז אַרױס אױף ייִדיש אין 1921, אַנטפּלעקט אַז די ייִדן האָבן פֿאַרן פֿעלשטינער פּאָגראָם געשטיצט די סאָציאַליסטישע רעגירונג.

די פֿיר יאָר צװישן דער רוסישער רעװאָלוציע אין 1917 און דעם אױפֿשטעלן פֿון דער סאָװעטישער מאַכט אין מזרח-אוקראַיִנע אין 1921 זײַנען פֿאַר די ייִדן געווען אַ צײַט פֿון בלוטיקע פּאָגראָמען, גירושים און פֿאַרטיליקונג. ייִדן האָבן געליטן פֿון כּלערלײ מחנות׃ אוקראַיִנער, פּאָליאַקן, די װײַסע און די רױטע רוסן, װי אױך פֿון די באַנדעס װאָס האָבן געמאָרדעװעט און באַראַבעװעט די אײַנוווינער פֿון די אוקראַיִנישע שטעט און שטעטלעך. די ייִדישע כּלל-טוער האָבן אָנגעזאַמלט טױזנטער דאָקומענטן און גבֿיות-עדותן װעגן דער דאָזיקער טראַגעדיע.

די אױפֿגאַבע פֿון אַ היסטאָריקער איז צו באַהאַנדלען אַלע מקורים קריטיש, אױסקלאָרן די סיבות פֿון די געשעענישן און דערצײלן די געשיכטע לױטן סדר. די מיטצײַטלער אָבער, װאָס האָבן גענומען אַן אַקטיװן אָנטײל אין די דאָזיקע געשעענישן, באַטראַכטן געשיכטע פֿון אַן אַנדערן קוקװינקל. זײ קענען ניט זײַן אָביעקטיװ און אַלצוויסיק. זײער באַנעם איז במילא באַגרענעצט דורך זײער אײגענער דערפֿאַרונג, שטעלונג און װעלטבאַנעם. אַזאַ מין דאָקומענט איז דאָס בוך „אַ קאַפּיטל אוקראַיִנע (2 יאָר אין פּאָדאָליע)‟ פֿון אלי גומענער, װאָס איז צוערשט אַרױס אױף ייִדיש אין װילנע אין 1921 און איצט דערשינען אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון זײַן פּלימעניק, מיכאל אלי נוטקעװיטש.

אין דער הקדמה דערקלערט גומענער, אַז זײַן בוך פֿילט אױס אַ בלױז אין דער ליטעראַטור װעגן די פּאָגראָמען אין אוקראַיִנע. צװישן 1919 און 1921 איז פּאָדאָליע געװען „איזאָלירט פֿון דער גאַנצער װעלט און האָט געלעבט אין אַ באַזונדערער אַטמאָספֿער […] די שױדערלעכע מעשׂים און אײגנאַרטיקע געשעענישן, װאָס האָבן זיך דאָרט אָפּגעשפּילט, זײַנען לגמרי ניט באַלױכטן געװאָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור.‟ ער גיט צו, אַז זײַן גרױסער אַרכיװ איז פֿאַרפֿאַלן געװאָרן, און ער װעט מוזן די פֿאַקטן „רעסטאַװרירן‟ דורך זײַן זכּרון. די פֿאַקטן זײַנען אפֿשר ניט דאָס סאַמע װיכטיקסטע אין גומענערס זכרונות, װײַל מען קען זײ געפֿינען אין אַנדערע מקורים. װערטיקער זײַנען זײַנע אײַנדרוקן װעגן דער אַטמאָספֿער און שטימונג פֿון יענע שטורעמדיקע טעג. אַ יוריסט לױט פּראָפֿעסיע, איז גומענער געװען טעטיק װי אַ ייִדישער כּלל-טוער אין קאַמענעץ-פּאָדאָלסק אונטער פֿאַרשײדענע פּאָליטישע רעזשימען׃ דער אוקראַיִנער פֿאָלקס-רעפּובליק, די באָלשעװיקעס און די פּאָליאַקן. זײַן פּאָליטישע שטעלונג איז געװען אַ סאָציאַליסטישע, אָבער זײַן אַרבעט איז געװען צו העלפֿן ייִדן פֿון אַלע שטאַנדן, װאָס האָבן געליטן פֿון פּאָגראָמען און רדיפֿות.

אין די ערשטע קאַפּיטלען פֿון זײַן בוך גיט גומענער פּרטימדיקע באַריכטן װעגן די פּאָגראָמען אין פּראָסקוראָװ און פֿעלשטין אין פֿעברואַר פֿון 1919. די דאָזיקע פּאָגראָמען זײַנען געװאָרן אַ קריטישער מאָמענט אין די באַציִונגען צװישן ייִדן און דער אוקראַיִנישער פֿאָלקס-רעפּובליק, װאָס איז אױפֿגעקומען אױף די חורבֿות פֿון דער רוסישער אימפּעריע. גומענער, װי אַנדערע ייִדישע סאָציאַליסטן, האָט לכתּחילה געשטיצט די נײַע אוקראַיִנער רעגירונג, װאָס איז אױך געװען סאָציאַליסטיש. „דער פּראָסקוראָװער און פֿעלשטינער פּאָגראָם האָט אַרױסגערופֿן אַ פֿולקומען איבערבראָך אין די ייִדיש-אוקראַיִנישע באַציִונגען. די ייִדישע, ניט קאָמוניסטישע, גרופּן, װעלכע האָבן זיך באַצױגן פּאָזיטיװ צו דער אוקראַיִנער באַװעגונג, האָבן זיך אָפֿן געשטעלט אױף דער זײַט פֿון די באָלשעװיקעס און מיטגעהאָלפֿן זײ אין קאַמף קעגן דער אוקראַיִנער מאַכט. אױף אַ לאַנגער צײַט איז אױסגעװאַקסן אַ תּהום צװישן די ייִדישע מאַסן און דער אוקראַיִנישער פֿאָלקס-באַװעגונג.‟ אַזאַ מין פּאָליטיק איז געװען שעדלעך ניט נאָר פֿאַר די ייִדן, נאָר אױך פֿאַר די אוקראַיִנער׃ „זײ, מיט זײערע פּױערישע קעפּ, האָבן ניט געקענט און ניט געװאָלט פֿאַרשטײן, אַז די פּאָגראָמען לא די װאָס זײ ברענגען אום די ייִדישע באַפֿעלקערונג, נאָר זײ מאַכן אױך אַ סוף צו דער עקזיסטענץ פֿון דער אוקראַיִנישער פֿאָלקס-רעפּובליק‟.

גומענער איז קריטיש ניט נאָר לגבי דער אוקראַיִנער רעגירונג, װאָס האָט ניט געקענט, און צומאָל ניט געװאָלט, אָפּצושטעלן די פּאָגראָמען און באַשטראָפֿן די פּאָגראָמשטשיקעס. ער שרײַבט אױפֿריכטיק װעגן די מחלקות צװישן ייִדישע פּאָליטישע גרופּעס, װאָס האָבן געהערט צו דרײַ פֿאַרשײדענע שיטות. די סאָציאַליסטן, און ער בתוכם, האָבן זיך געסטאַרעט צו מאַכן פּשרות מיט דער אוקראַיִנער מאַכט., למשל, „די ייִדישע טוער פֿון קאַמענעצער שטאָט-פֿאַרװאַלטונג האָבן מיטגעהאָלפֿן עפֿענען אין קאַמענעץ אַן אוקראַיִנישן אוניװערסיטעט‟. די קאָמוניסטן, להיפֿוך, זײַנען געװען אױסן צו העלפֿן דער רױטער אַרמײ, און זײערע אַקציעס האָבן צומאָל פֿאַרשאַרפֿט אַנטיסעמיטישע שטימונגען צװישן אוקראַיִנער פּױערים. דער ציל פֿון די ציוניסטן איז געװען צוצוגרײטן ייִדן צו דער עליה קײן ארץ-ישׂראל. די דאָזיקע קאָנפֿליקטן זײַנען געװאָרן ספּעציעל שאַרף װען עס איז געקומען צו צעטײלן די פֿילאַנטראָפּישע שטיצע, װאָס מען האָט באַקומען דער עיקר פֿון אַמעריקע. װען אַלע ייִדישע גרופּעס האָבן טאַקע יאָ געפּרוּװט צו פֿאַראײניקן זײערע כּוחות כּדי צו פֿאַרטײדיקן ייִדן פֿון פּאָגראָמען, זײַנען די דאָזיקע באַמיִונגען ניט געװען געלונגענע.

די ייִדישע סימפּאַטיעס צו די באָלשעװיקעס זײַנען געװען קורץ-ימימדיק. װען די סאָװעטישע מאַכט האָט זיך פֿאַרפֿעסטיקט אין אוקראַיִנע אין 1921, האָבן די באָלשעװיקעס זיך מער ניט גענײטיקט אין דער שטיצע פֿון ייִדן. די סאָװעטישע געהײם-פּאָליצײ האָט זיך גענומען פֿאַר ראַבעװען פֿאַרמעגלעכע ייִדן. מען האָט צעשאָסן מענטשן אָן קײן שום אױספֿאָרשונג און משפּט, לױטן געזעץ פֿונעם „פּראָלעטאַרישן יושר‟. דעמאָלט האָט גומענער באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן אוקראַיִנע און זיך אומקערן קײן װילנע. זײַן בוך איז געװאָרן אַ בײַטראָג צום קאָלעקטיװן פּראָיעקט פֿון דער װילנער ייִדישער אינטעליגענץ, װאָס האָט אָנגעזאַמלט און געדרוקט מאַטעריאַלן װעגן ייִדישע יסורים אין דער תּקופֿה פֿון מלחמות און רעװאָלוציעס. שפּעטער האָט זיך גומענער באַזעצט אין נאַװאַרעדעק (הײַנט נאַװאַהרודעק אין בעלאַרוס, דעמאָלט איּן פּױלן), װוּ ער װײַטער געװען טעטיק װי אַ כּלל-טוער. ער איז אומגעקומען אינעם חורבן.

נוטקעװיטש האָט דורכגעמאַכט אַ ריזיקע רעדאַקטאָרישע און פֿאָרשערישע אַרבעט פֿאַר דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון זײַן פֿעטערס מעמואַר. זײַן הקדמה ברענגט דאָס בוך אַרײַן אינעם ברײטערן קאָנטעקסט פֿון דער ייִדישער און אוקראַיִנער געשיכטע פֿון יענער תּקופֿה. זײַנע פֿילצאָליקע פֿוסנאָטעס דערקלערן װיכטיקע פּרטים, װאָס זײַנען ניט באַקאַנט דעם הײַנטיקן לײענער. אַזױ אַרום באַקומט גומענערס פּערזענלעכער מעמואַר אַן אָביעקטיװ-היסטאָרישע דימענסיע. די רציחות קעגן ייִדן, װאָס האָבן זיך אױסגעבראָכן אין אוקראַיִנע מיט מער װי אײן הונדערט יאָר צוריק, זײַנען געװען אַנדערש פֿון דער הײַנטיקער רוסישער מלחמה קעגן אוקראַיִנע. אָבער הײַנט, אַזױ װי דעמאָלט, איז אוקראַיִנע װידער געװאָרן דאָס „בלוטפֿעלד פֿון אײראָפּע‟

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.