דוד בראַון ווערט באַשטימט ווי ייִוואָס אַקאַדעמישער בעל־יועץ פֿאַר ייִדישDovid Braun is appointed YIVO’s Academic Advisor in Yiddish
אונטער זײַן השגחה האָט מען אײַנגעפֿירט אינטענסיווערע ייִדיש־קורסן אין די האַרבסט־ און פֿרילינג־זמנים

Photo by YIVO
דוד בראַון, אַ לאַנגיאָריקער ייִדיש־לערער און מומחה פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך באַשטימט געוואָרן ווי דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ פֿאַר ייִדישער שפּראַך, פּעדאַגאָגיק און לינגוויסטיק בײַם מאַקס ווײַנרײַך צענטער אין ייִוואָ.
ער וועט אויך ווײַטער דינען ווי דער אַקאַדעמישער דירעקטאָר פֿון דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם אין באַרד־קאָלעדזש, אַ פּאָזיציע וואָס ער האָט באַקומען אין יאָר 2019.
בראַון, וואָס האָט שטודירט בײַם פּענסילווייניער אוניווערסיטעט און בײַם מאַסאַטשוסעטסער טעכנאָלאָגישן אינסטיטוט (MIT), האָט שוין געלערנט קורסן אין ייִוואָ אויף אַלע ניוואָען פֿונעם ייִדיש־לימוד, אָנהייבנדיק פֿון 1990.
די פּאָזיציע איז אַ נײַע, האָט געזאָגט דער דירעקטאָר פֿונעם ייִוואָ — דזשאָנאַטאָן ברענט. „דאָס איז אַ רעזולטאַט פֿון דער אָנגייענדיקער אויסברייטערונג פֿון אונדזער פּעדאַגאָגישער פּראָגראַם. דער נײַער פּאָסטן וועט אונדז דערמעגלעכן צו אַנטוויקלען מער קורסן פֿאַר ווײַטהאַלטער, מער קלאַסן פֿון ייִדישער לינגוויסטיק און פֿון דער ייִדיש־ציוויליזאַציע בכלל.“
„איך בין שטאַרק נתפּעל פֿון דודס טיפֿן וויסן, זײַנע פֿעיִקייטן בײַם האַנדלען פֿאַרשידענע מינים סיטואַציעס, ווי אויך פֿון זײַן פֿרײַנדלעכן און אַפּעלירנדיקן אופֿן פֿון מיטאַרבעטן מיט אַנדערע מענטשן,“ האָט ברענט געזאָגט.
די צאָל סטודענטן אין דער זומער־פּראָגראַם איז טאַקע ממשותדיק געשטיגן אונטער בראַונס אויפֿזיכט. דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָט די פּראָגראַם צוגעצויגן 120 סטודענטן — 70 פּראָצענט מער ווי פֿריִער.
ווי דער אַקאַדעמישער בעל־יועץ וועט בראַון אָנפֿירן מיטן צונויפֿשטעלן דעם קאַטאַלאָג פֿון ייִדיש־קורסן פֿאַר די האַרבסט־, ווינטער־ און פֿרילינג־זמנים; מיטן אָנשטעלן די לערערס; מיט דער אַנטוויקלונג פֿון קורס־מאַטעריאַלן און מיטן רעדאַקטירן אַלע ייִדיש־שפּראַכיקע פּובליקאַציעס און אַנדערע מאַטעריאַלן.
איין זאַך וואָס ער האָט שוין פֿריִער אײַנגעפֿירט, נאָך איידער ער האָט אָפֿיציעל באַקומען די פּאָזיציע, איז צו געבן סטודענטן די ברירה פֿון מער אינטענסיווע ייִדיש־קורסן במשך פֿונעם יאָר. אינעם האַרבסט־ און פֿרילינג־זמן קען מען איצט, אַנשטאָט בלויז איין מאָל אַ וואָך, זיך פֿאַרשרײַבן אין אַ ייִדיש־קורס וואָס טרעפֿט זיך צוויי מאָל אַ וואָך. אַחוץ דעם האָט מען אײַנגעפֿירט אַ המשכדיקייט פֿון איין סעמעסטער צום צווייטן; די מאַטעריאַלן וואָס אַן אָנהייבער לערנט אינעם פֿרילינג־קורס האָבן אַ בפֿירושן שײַכות מיט דעם וואָס ער האָט פֿריִער געלערנט אינעם האַרבסט־זמן. פּעדאַגאָגיש איז אַזאַ פֿאַרבינדונג פֿון איין קלאַס צום צווייטן אַ גרויסע מעלה בײַם לערנען שפּראַכן.
בראַון האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז ער מוטיקט אויך די ייִדיש־לערער צו לערנען קורסן אויף טעמעס וואָס זענען זיי נאָענט צום האַרצן. דער לאַנגיאָריקער ייִדיש־לערערין אין ייִוואָ, פּערל טייטלבוים, האָט ער למשל פֿאָרגעלייגט צו לערנען אַ קלאַס וועגן וויגלידער. זי האָט מסכּים געווען און דער קלאַס האָט נישט נאָר צוגעצויגן אַ סך סטודענטן, נאָר טייטלבוים האָט אים שפּעטער געזאָגט אַז זי האָט שטאַרק הנאה געהאַט דערפֿון.
„ווען אונדזערע לערערס גיבן קורסן אויף טעמעס וואָס זיי פֿאָרשן אַליין און האָבן ליב, איז דאָס אַ מתּנה נישט בלויז פֿאַר דער וועלט, נאָר פֿאַר די לערערס אַליין,“ האָט בראַון געזאָגט.
„דוד איז איינער פֿון די זעלטענע מענטשן וואָס האָבן אַזאַ ברייטע קענטשאַפֿט פֿון ייִדיש,“ האָט געזאָגט דעם ייִוואָס בילדונג־דירעקטאָר בען קאַפּלאַן. „ס׳איז אַ פֿאַרגעניגן צו זען אַז ער דינט איצט ווי אַן עצה־געבער. איך בין זיכער אַז ער וועט אונדז העלפֿן אויפֿשטעלן אַ פֿעסטן באָדן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון די ייִדיש־שטודיעס דאָ.“
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
