אַ ייִדיש־סוף־וואָך אויף דאַטשע אין ענגלאַנדA Yiddish weekend in the English countryside
אַנשטאָט צו זינגען דעם נאַציאָנאַלן הימען האָט מען דאָ געזונגען דעם אינטערנאַציאָנאַל — אויף ייִדיש, אַוודאי
אין מיטן זייער אַ בריטישן פֿרילינג פֿון זונענשײַן און שפּריצרעגנס האָבן אַן ערך זעכציק ייִדישיסטן זיך פֿאַרזאַמלט אין וואָרטלי האָל אין דאָרפֿישן יאָרקשיר, ענגלאַנד, כּדי צו פֿאַרברענגען אויף דעם צווייטן ייִדיש־סוף־וואָך.
פּונקט ווען אַ געוויסער מלך איז באַקריינט געוואָרן, האָבן די אָנטייל־נעמערס אויפֿן סוף־וואָך נישט געזונגען דעם נאַציאָנאַלן הימען, נאָר דעם אינטערנאַציאָנאַל (אויף ייִדיש, אַוודאי), וואָס האָט אָפּגעהילכט פֿון דעם פּרעכטיקן הויז לעבן דעם „פּיק דיסטריקט“. אינטערעסאַנט איז אַז דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס מע האָט געזונגען סאָציאַליסטישע הימענס אין אַזאַן אַריסטאָקראַטישן אָרט. וואָרטלי האָל איז נישט קיין טיפּיש גבֿיריש הויז. מיט זיבעציק יאָר צוריק האָבן פּראָפֿעסיאָנעלע פֿאַראײנען געקויפֿט דאָס הויז ווי אַ זאַמלאָרט פֿאַר אַרבעטערס, האָבן די תּושבֿים אין דרום־יאָרקשיר עס אָנגערופֿן The Kremlin. לויט אַ פּלאַקאַט אינעווייניק האָט דאָס הויז גוט פֿאַרדינט אַזאַ שם נאָך דעם וואָס דער רויטער־אַרמיי־כאָר האָט געגעבן אַ קאָנצערט דאָרטן אין די אַכציקער יאָרן.
במשך פֿון אַ פּאָר טעג און צוליב דער פֿאַרשײדן־מיניקײט פֿון די באַטייליקטע וואָס זײַנען געקומען פֿון צען פֿאַרשידענע לענדער, זײַנען געווען מער ווי צוואַנציק סעסיעס, וואַרשטאַטן און רעפֿעראַטן וועגן כּלערליי טעמעס. מע האָט געהערט וועגן מוזיק און טעלעוויזיע אין הײַנטצײַטיקן שוועדן; אַ געשיכטע פֿון ייִדן אין „המקום“, אַמסטערדאַם, און נאָך נעענטער, וועגן ייִדישע שרײַבערס אין לאָנדאָן. אַ רעפֿעראַט וועגן „קוויר ייִדיש“ האָט אַרויסגערופֿן איבערראַשונג און געלעכטער ווען דער רעפֿערענט האָט באַוויזן אַז אַ סצענע פֿון דעם באַקאַנטן פֿילם „דער דיבוק“ האָט אויך אַ קווירן אונטערטעקסט.
אין ענגלאַנד װײסט מען שױן אַז די גרופּע וואָס האָט אָרגאַניזירט דעם סוף־וואָך — דער ייִדיש־קאַפֿע־טרעסט — פֿירט רעגלמעסיק אָן מיט די „אָפֿן־מיקראָפֿאָן“־אונטערנעמונגען, און אויף דעם סוף־וואָך זײַנען דערפֿאַר געווען צוויי אַזעלכע סעסיעס וווּ מע האָט זיך געקענט פֿאַרװײַלן מיט אַלערליי פֿאָרשטעלונגען. אַ נײַ איבערגעזעצט וויגליד פֿון „פּיפּי לאַנגזאָקן“ איז ממש געווען פֿאַרכאַפּנדיק צו הערן, באַזונדערש ווײַל ס’איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס אַן עולם האָט עס געהערט.
איין סקעטש האָט גענומען דעם פּרעמיס אַז די קיניגלעכע משפּחה רעדט בסוד ייִדיש אין דער היים, און שפּעטער האָט מען אויך געזונגען אַ ווערסיע פֿון דעם ליד „ביל ביילי“ (איצט „שׂרה גיטל“) וואָס איז אַמאָל געווען זייער באַליבט אין די ענגלישע קאַבאַרעטן. די קינדער האָבן אויך באַוויזן פֿאָרצושטעלן אַ פּיעסעלע וואָס זיי אַליין האָבן אויסגעטראַכט בעת איינעם פֿון די קינדער־סעסיעס. משה נאַדירס מאַריאָנעטן־שפּיל איז אויך פֿאָרגעשטעלט געוואָרן. בײַ נאַכט האָבן געוויסע אָנטיילנעמער גענומען טאַנצן אין קאָן אויף אַ „שטומען דיסקאָ“ — דאָס הייסט, טאַנצן צו דער מוזיק פֿון ייִדישע לידער וואָס נאָר זיי, די טענצער, קענען הערן פֿון זייערע הער־אַפּאַראַטן. פֿאַרשטייט זיך, האָבן זיי פֿאַר די אַנדערע באַטייליקטע אויסגעזען ווי עס פֿעלט זיי אַ קלעפּקע!
אַחוץ די וואַרשטאַטן פֿון טאַנץ, טעאַטער און געזאַנג איז אויך געווען איינער וועגן פֿוסבאָל, טעאָרעטיש און פּראַקטיש, און צום גליק האָט מען געהאַט אַ מבֿין אים צו פֿירן, דעם צען־יאָריקן יאָסל ניבאָרסקין. דער וואַרשטאַט האָט זיך געענדיקט מיט אַ מאַטש אונטער אַ שפּרײרעגן (לויט דעם ענגלישן מינהג) צווישן צוויי מאַנשאַפֿטן: „די מײַזלעך“ און „די קאַטשקעלעך“. מע האָט געשפּילט ביז אַ רעמי, ווען אַפֿילו די אמתדיקע קאַטשקעלעך וואָס האָבן אַרומגעוואַנדערט אין דרויסן זײַנען געווען גרייט אַרײַנצוגיין אינעווייניק כּדי זיך אָפּצוטריקענען אַ ביסל.
די גאַנצע פּראָגראַם הײַיאָר איז געווען מעגלעך צוליב די בײַשטײַערס פֿון דער בנימין שעכטער פֿונדאַציע און דער אַרון און סאָניע פֿישמאַן פֿונדאַציע. קומענדיקעס יאָר וועט דער ייִדיש־סוף־וואָך אָבער נישט צוריקקומען קיין וואָרטלי. מע וועט זיך טרעפֿן אין אַ נײַעם פּלאַץ לעבן בירמינגהאַם, צוגעבנדיק נאָך אַ שפּילקע אין דער מאַפּע פֿון דעם כּסדר וואַקסנדיקן ייִדישלאַנד. אַלע קוקן מיר שוין אַרויס אויפֿן דריטן ייִדיש־סוף־וואָך.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO