שירה גאָרשמאַן, אַ ייִדישע שרײַבערין וואָס האָט געשילדערט פֿרויען ווי פֿאָלקסהעלדןShira Gorshman, a Yiddish writer who portrayed women as folk heroes
וווינענדיק אויף אַ קאָלכאָז (אַן אַגריקולטורעלע קאָלאָניע) אין קרים האָט זי אויפֿגעפּאַסט אויף 500 חיות

Graphic by Angelie Zaslavsky
אין דעם ווידעאָ, באַשרײַבט די געניטע דערציילערין שירה גאָרשמאַן אירע פֿאַראָרעמטע קינדעריאָרן אין אַ ליטווישן שטעטל. זי דערציילט וועגן איר ברוטאַלן שטיפֿטאַטן, איר פֿעיִקער אָבער פֿאַרביסענער באָבען און איר זיידע וואָס איז געווען דער ערשטער וואָס האָט איר געוויזן די שיינקייט פֿון דער נאַטור.
אַ פֿאַרברענטע ציוניסטקע האָט גאָרשמאַן זיך באַזעצט אין פּאַלעסטינע אין 1924 ווי אַ חלוץ אָבער זי האָט זיך אומגעקערט אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד אין 1928 כּדי אויפֿצובויען אַ צווייטן גן־עדן: אַ קאָלכאָז (אַן אַגריקולטורעלע קאָלאָניע) אין קרים וווּ זי האָט אויפֿגעפּאַסט אויף 500 חיות. ווי אַ נישט־חתונה־געהאַטע מאַמע פֿון דרײַ קינדער האָט זי זיך פֿאַרליבט און חתונה געהאַט מיטן קינסטלער מענדל גאָרשמאַן, וואָס האָט שפּעטער אילוסטרירט אירע ביכער.
דער דאָקומענטאַר איז איינער פֿון אַ סעריע ווידעאָס, „מאָנאָלאָגן פֿון ייִדישע שרײַבער“, אין וועלכע אָנגעזעענע ייִדישע מחברים, געבוירענע פֿאַרן חורבן, דערציילן אָפֿן־האַרציק וועגן זייער לעבן. די פֿילמען, וואָס זענען אויף ייִדיש מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך, זענען רעזשיסירט געוואָרן פֿונעם פּרעמיערטן שרײַבער און לאַנגיאָריקן פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר באָריס סאַנדלער און פּראָדוצירט געוואָרן פֿונעם פֿאָרווערטס.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
