טשיקאַוועסן: נײַע אויסשטעלונג וועגן רמב״ם • וווּדי אַלען ראַטעוועט זײַן חבֿר פֿון דערוואַרגן זיך Tidbits: New exhibit about Maimonides • Woody Allen saves his friend from choking
די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן כּתבֿ־ידן געשריבן אין רמבמ״ס אייגענער האַנטשריפֿט
Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!
If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.
Listen to the report here:
הערט דעם אוידיאָ דאָ:
אַ נײַע אויסשטעלונג וועגן איינעם פֿון די גרעסטע תּלמידי־חכמים פֿון דער געשיכטע — ר׳ משה בן מיימון (באַקאַנט ווי רמב״ם) — געפֿינט זיך איצט אינעם מוזיי פֿונעם ישיבֿה־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. זי נעמט אַרײַן חפֿצים וואָס מע האָט נאָך קיין מאָל נישט געוויזן פֿאַרן ברייטן עולם.
דער דענקער, וואָס האָט געלעבט אין מצרים פֿונעם יאָר 1138 ביז 1204, איז געווען אַ פֿילאָסאָף, דאָקטער, לעגאַלער עקספּערט און כּלל־טוער. די אויסשטעלונג נעמט אַרײַן כּתבֿ־ידן געשריבן אין רמבמ״ס אייגענער האַנטשריפֿט; אַ פֿראַגמענט פֿון דער קאַיִרער גניזה מיט רמבמ״ס אונטערשריפֿט און פּרעכטיק באַצירטע כּתבֿ־ידן פֿון זײַנע ספֿרים, „מורה נבוכים“ און „משנה תּורה“. מע קען אויך זען אַ בילד פֿון דער מנורה אינעם בית־המקדש וואָס רמב״ם האָט מסתּמא אַליין געצייכנט.
די אויסשטעלונג וועט דויערן ביזן 31סטן דעצעמבער 2023.
צו לייענען וועגן דעם אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read about this in English, click here.
דער פֿילמאָגראַף וווּדי אַלען האָט די פֿאַרגאַנגענע וואָך געראַטעוועט אַ חבֿר, וואָס האָט זיך געוואָרגן אויף אַ שטיקל פֿלייש.
אַנדרו שטײַן, אַ געוועזענער באָראָ־פּרעזידענט פֿון מאַנהעטן, איז געזעסן מיט אַלען און דעם באַקאַנטן אַדוואָקאַט אַלען דערשאָוויץ אינעם רעסטאָראַן „קאַראַוואַגיאָ“ אין מאַנהאַטן, ווען ער האָט פּלוצלינג אָנגעהויבן זיך שטיקן. אַלען איז אויפֿגעשפּרונגען און געמאַכט אויף אים דעם הײַמליך־אָנכאַפּ.
„איך שעם זיך דאָס צו זאָגן אָבער וווּדי האָט מיך געראַטעוועט דאָס לעבן,“ האָט שטײַן געזאָגט. „ס׳איז געווען ווי אַ סצענע פֿון איינעם פֿון זײַנע פֿילמען. געוויינטלעך באַשטעל איך פֿיש אָבער דאָס מאָל האָב איך באַשטעלט חזיר־פֿלייש!“
דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס אַלען ראַטעוועט עמעצן וואָס שטיקט זיך. אין 1992 האָט ער אין אַ צווייטן רעסטאָראַן אין מאַנהעטן געמאַכט דעם הײַמליך־אָנכאַפּ אויף זשאַן דומאַניאַן, אַ געוועזענעם פּראָדוצענט פֿון דער טעלעוויזיע־קאָמעדיע, „סאַטורדיי נײַט לײַוו“.
צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.
To read the news in English, click here.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor