Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צו שלום־עליכמס יאָרצײַט — אַן אַרטיקל פֿון אַ מאַראָקאַנישער צײַטונג אין 1916For Sholem Aleichem’s yortsayt — an article from a Moroccan newspaper in 1916

דער מחבר פֿונעם פֿראַנצייזישן אַרטיקל האָט געלעבט אין אַ נישט־אַשכּנזישער סבֿיבֿה אָבער איז געװען באַהאַװנט אין דער ייִדישער ליטעראַטור. 

אין שײַכות מיטן הײַיאָריקן אָפּמערקן דעם יאָרצײַט פֿון שלום־עליכם, האָב איך געפֿאָרשט די ייִדישע פּרעסע פֿון כּלערלײ לשונות‏ און לענדער במשך פֿון די ערשטע יאָרן נאָכן שרײַבערס פּטירה. ‏ 

האָט זיך מיר אײַנגעגעבן צו געפֿינען דעם אַרטיקל, „צום אָנדענק פֿון שלום־עליכם“, פֿאַרעפֿנטלעכט ‏דעם 21סטן יולי 1916 (אַ פּאָר חדשים נאָך זײַן פּטירה) אין דער פֿראַנצײזיש־שפּראַכיקער צײַטונג La Liberté (די פֿרײַהײט), דערשינען אין די צענער און צװאַנציקער יאָרן פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָרהונדערט אין דער מאַראָקאַנישער שטאָט טאַנזשער. אַגבֿ, די דאָזיקע צײַטונג האָט אױך געהאַט איר צװײטע אױסגאַבע מיטן נאָמען „אלחוררייא“ אינעם אָרטיקן ייִדיש־אַראַבישן דיאַלעקט, געשריבן מיט העברעיִשע אותיות. 

 ‏

ס׳איז כּדאי צו באַמערקן, אַז דער מחבר פֿון אָט דעם אַרטיקל (באַצײכנט מיט די איניציאַלן .M.S), האָט געלעבט און געאַרבעט אין יענער צײַט אין אַ נישט־אַשכּנזישער, נישט־ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה אָבער ער איז געװען אין אַ היפּשער מאָס באַהאַװנט אין דער ליטעראַטור אױף ייִדיש בכלל און אין שלום־עליכמס שאַפֿונג בפֿרט.  

לאָמיר באַקענען די פֿאָרווערטס־לײענער מיט אַן אָפּגעקירצטן נוסח פֿונעם דאָזיקן אַרטיקל, איבערגעזעצט פֿון אַני־הקטן:‏  

די יונגע ייִדישע ליטעראַטור, װאָס איז מצער איבער דעם פֿאַראַיאָרן פֿאַרשטאָרבענעם יצחק לײבוש פּרץ, האָט געליטן אַ נײַעם שװערן פֿאַרלוסט אין דער פּערזאָן פֿון שלום־עליכם, װעלכער איז ניפֿטר געװאָרן דעם 13טן מײַ אין ניו־יאָרק. ‏

די דאָזיקע אַבֿדה האָט אָנגעווייטיקט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק װײַל, אָן שום ספֿק, איז שלום־עליכם דער סאַמע פּאָפּולערער, געשעצטער און באַליבטער שרײַבער. אַלע װינקעלעך‏ פֿון ייִדישן לעבן שפּיגלען זיך אָפּ אין זײַנע װערק: די פּערסאָנאַזשן מיט זײערע פֿירעכצן, מנהגים און שפּראַך ווערן באַשריבן דאָרט אין אַלערלײ מאָלערישע פֿאָרמען מיט אומפֿאַרגלײַכלעכער מײַסטערשאַפֿט.

עמעצער, װאָס װיל דערקענען און פֿאַרשטײן דאָס לעבן פֿון די ברײטע ‏ייִדישע פֿאָלקס־מאַסן מיט אײן אָדער צװײ דורות צוריק, װעט זיך ניט באַגײן אָן דעם לײענען די װערק פֿון שלום־עליכם.

אָבער דאָס, װאָס האָט געמאַכט שלום־עליכמען באַרימט און באַזונדערס טײַער פֿאַר די ייִדישע לײענער, איז טאַקע דאָס, װאָס ער איז געװען אַן אומבאַשטרײַטלעכער ‏מײַסטער פֿון ייִדישן הומאָר. ‏

„עס איז בעסער צו לאַכן אײדער צו פֿאַרגיסן טרערן, װײַל געלעכטער איז אײגנטימלעך פֿאַרן מענטשן,“ האָט שלום־עליכם אַ מאָל געזאָגט.

די ייִדן פֿונעם געטאָ, װעלכע האָבן ניט געקענט פֿראַנסואַ ראַבלע (François Rabelais), זײַנען דורכגעדרונגען מיטן דאָזיקן‏ טיף מענטשלעכן אמת. געלעכטער פֿאַר זײ איז ניט בלױז אַן אָפּװענדן, אַ לינדערונג פֿון נערװען־שפּאַנונג, נאָר אַ נױטװענדיקײט, אַ געװער אין זײער פֿאַרביטערטן לעבנס־קאַמף. ס’איז דאָ אַ גרױסער כּוח אין דעם, װאָס ‏מע קען לאַכן, לאַכן פֿון זיך אַלײן, פֿון אײגענע דורכפֿאַלן און שװאַכקײטן.

‏דער דאָזיקער כאַראַקטעריסטישער נאַציאָנאַלער שטריך האָט זיך ניט באַװיזן אַזױ שטאַרק בײַ קײן אַנדער ייִדישן שרײַבער אַחוץ שלום־עליכמען. זײַן אָפֿנהאַרציקער און אימפּולסיװער געלעכטער האָט ניט קײן ביטערן טעם. סאַטירע און סאַרקאַזם איז ניט זײַן וועג. אין דעם פּרא שיידט ער זיך שטאַרק אונטער פֿון זײַן לערער, מענדעלע מוכר־ספֿרים (אַבראַמאָװיטש), דער „זײדע“ פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. ‏

שלום־עליכם האָט מיט דורכדרינגענדיקער פֿײַנקײט געװיזן דעם קאָמיזם פֿון כּלערלײ מענטשן און סיטואַציעס פֿון ייִדישן לעבן.

ס׳איז דאָ כּתרילעװקע, דאָס משונהדיקע שטעטל, װוּ „ראָטשילד װאָלט געקענט לעבן אײביק, װײַל קיין גבֿיר איז דאָרטן נאָך קיין מאָל נישט געשטאָרבן“, װאָס באַרעמלט די מערהײט פֿון די בילדער, מײַסטעריש געמאָלט פֿון שלום־עליכם. „די קלײנע מענטשעלעך מיט קלײנע השׂגות“ איז אַ קאָלעקציע פֿון די דאָזיקע בילדער, װאָס פֿאַרהיטן פֿאַר די שפּעטערדיקע דורות דעם אימאַזש פֿון דעם לעבן אין כּתרילעווקע — מיט זײַנע לײדן און רײַכקײט, מיט זײַנע קלײניקײטן און זײַן גרויסקייט.

„אין לעצטן סך־הכּל שטאַרבט מען אומעטום מיטן זעלבן טױט…“. מע קען אָפֿטמאָל הערן אין כּתרילעווקע אַזעלכע װערטער, װאָס דערמאָנען די לאַנגאָניקע אָבער תּמיד אָנװעזנדיקע פּעסימיסטישע שורות פֿון שלמה המלכס „קהלת“. ‏‏און עס איז קײן חידוש ניט. די פֿרײלעכקײט, װאָס הערשט אין כּתרילעװקע, איז ניט און קען ניט זײַן אַ גאַנצע, װײַל דער געלעכטער דאָרטן װערט צו אָפֿט דערשטיקט דורך די טרערן. ‏  ‏

דער געטאָ האָט געשװיבלט מיט אָט די לופֿט־מענטשן — די טראַגישע פּאַרשױנען, און שלום־עליכם האָט טאַקע זײ געװידמעט זײַנע סאַמע בעסטע זײַטלעך. ער האָט געשאַפֿן אַ פּראָטאָטיפּ אין דער פּערזאָן פֿון מנחם־מענדל. אין דער פֿאָרם פֿון קאָרעספּאָנדענץ צװישן אים און זײַן װײַב שײנע־שײנדל, װעלכע האָט געוווינט אין אַ קלײנעם שטעטל, האָט שלום־עליכם דערצײלט װעגן די אַלע מעטאַמאָרפֿאָזן, װאָס דאָס דאָזיקע „קינד“ פֿון כּתרילעװקע האָט איבערגעלעבט נאָך זײַן אָנקומען אין דער גרױסער (פֿיקטיווער) שטאָט יעהופּעץ. מנחם־מענדל איז דאָרטן אַ באַנקיר, אַ געשעפֿטסמאַן, אַ ספּעקולאַנט און אַ בערזע־מעקלער. ‏ער הערט ניט אויף צו טרױמען װעגן מיליאָנען דאַן, אַפֿילו דעמאָלט װען זײַן װײַב שיקט אים עטלעכע קערבלעך, כּדי צו ראַטעװען אים פֿונעם הונגער־טױט. ‏די טראַגישקײט פֿון מנחם־מענדלס לעבן וואַרפֿט זיך בולט אין די אויגן.

מע קען זאָגן דאָס זעלבע אױך װעגן די מאָנאָלאָגן, װעלכע זײַנען באַרימט געװאָרן, ווי למשל פֿונעם דאָרפֿישן ייִד טבֿיה דעם מילכיקן, אַ פּשוטן און שטילן מענטשן מיט זײַן אײגענעם באַנעמען פֿון לײַט און זאַכן. דאָס גאַנצע לעבן פֿון טבֿיהן, װאָס איז דערצײלט ביז די מינדסטע פּרטים, איז באמת אַן אומופֿהערלעכע רײ פֿון טראַגישע קאָנפֿליקטן. טבֿיה באַקלאָגט זיך אָבער ניט, און שטרעבנדיק, אױף זײַן שטײגער, אַרײַנצודרינגען אינעם „זינען פֿון זאַכן“, גיט ער אונדז דאָס אמתע געשטאַלט פֿון דער מענטאַליטעט, כאַראַקטעריסטיש פֿאַר די ייִדן פֿון פֿריִערדיקע דורות, די מענטאַליטעט פֿון גרױסער אײגנאַרטיקײט. ‏

‏דער לירישער טאַלאַנט פֿון שלום־עליכם װײַזט זיך אַרױס אױף דעם בעסטן אופֿן אױך אין די פֿילצאָליקע דערצײלונגען זײַנע װעגן דעם לעבן פֿון אַ ייִדישן ייִנגל, װאָס ער באַציט זיך צו אים מיט רירנדיקער צאַרטקײט.

 ‏

די מעלאַנכאָלישע נאָטע אין די „פֿרײלעכע“ מעשׂיות פֿון שלום־עליכם גיט זײ אַ באַזונדערן חן. ‏

דער קאָמיזם פֿון שפּראַך, װאָס שטעקט אין דער סטרוקטור פֿון פֿראַזעס און אינעם אױסקלײַבן די װערטער, איז די אױסערגעװײנטלעכע מעלה פֿון שלום־עליכמס טאַלאַנט.

דער הומאָר‏ פֿון שלום־עליכמס שפּראַך ‏איז די סאַמע אמתע אָפּשפּיגלונג פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־נשמה. שלום־עליכם האָט מײַסטעריש באַהערשט אָט די שפּראַך, געקענט אירע אומױסשעפּלעכע רײַכקײטן. אין דעם פּרט קען קײן אַנדער ייִדישער שרײַבער — אַחוץ זײַן לערער, מענדעלע מוכר־ספֿרים — זיך צו אים ניט פֿאַרגלײַכן.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.