דער כּוח פֿון נאָסטאַלגיע בײַ אַמעריקאַנער ייִדןThe power of Jewish nostalgia among American Jews
רחל גראָס טענהט, אַז דאָס באַזוכן היסטאָרישע שילן, פֿאָרשן די משפּחה־געשיכטע און עסן אין ייִדישע רעסטאָראַנען האָבן אַ רעליגיעזן באַטײַט
װאָס מײנט ייִדישקײט אין אַמעריקע הײַנט צו טאָג? דאָס נײַע בוך פֿון רחל גראָס, „מחוץ דער שיל׃ ייִדישע נאָסטאַלגיע װי אַ רעליגיעזע פֿירעכץ‟, איז אַ פּרוּװ צו ענטפֿערן אויף דער פֿראַגע.
זי טענהט, אַז די ייִדישע רעליגיע נעמט אַרײַן ניט נאָר דאָס דאַװענען אין שיל, האַלטן כּשר און אָפּהיטן אַנדערע מיצװות. הײַנט נעמען רעליגיעזע פֿירעכצן אױך אַרײַן אַזעלכע אַקטיװיטעטן, װאָס מען האַלט כּסדר פֿאַר צײַטפֿאַרטרײַבערישע „האָביס‟, אַזעלכע װי גענעאַלאָגישע פֿאָרשונגען פֿונעם אײגענעם אָפּשטאַם, ירושה-טוריזם איבער ייִדישע מוזײען און אַלטע שילן, קאָכן און עסן ייִדישע מאכלים, און לײענען ייִדישע ביכער מיט קינדער. גראָס איז ניט מסכּים מיט יענע פֿאָרשער פֿונעם הײַנטיקן אַמעריקאַנער ייִדנטום, װאָס רעדן װעגן דעם קריזיס פֿון ייִדישקײט. מעג זײַן, זאָגט זי, אַז װײניקער ייִדן קומען צום דאַװענען יעדן שבת אין שילן און טעמפּלען, אָבער מער ייִדן זײַנען פֿאַרטאָן אין אַנדערע מינים ייִדיש פֿירעכצן, װאָס לאָזט זיך אױך דעפֿינירן װי אַ טײל פֿון „רעליגיע‟.
(שײַכותדיקער אַרטיקל: אַ שאָד וואָס די נײַע „פּיו־שטודיע‟ האָט נישט געשטעלט פֿראַגעס וועגן ייִדיש)
גראָס האַלט, אַז דער סאַמע באַגריף „רעליגיע‟ װי אַ קאָלעקטיװע אַקטיװיטעט װאָס איז אָרגאַניזירט אַרום רעליגיעזע אינסטיטוציעס איז אין תּוך אַ קריסטלעכע השׂגה. ייִדן האָבן זי אָנגענומען, כּדי זיך אַרײַנצופּאַסן אין דער הױפּטשטראָמיקער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט. ייִדן האָבן געבויט גרױסע מאָדערנע שילן און טעמפּלען, כּדי צו װײַזן די קריסטן, אַז זײ האָבן אײגענע אינסטיטוציעס ענלעך צו קלױסטערס. דאָס איז געװאָרן ספּעציעל װיכטיק אין דער תּקופֿה פֿון דער קאַלטער מלחמה, װען אַמעריקע האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם גאָטלאָזיקן ראַטן־פֿאַרבאַנד, װוּ מען האָט גערודפֿט רעליגיע, סײַ קריסטלעכע און סײַ ייִדישע.
הײַנט װערן ייִדישע װערטן און קענטענישן איבערגעגעבן פֿון די עלטערן צו זײערע קינדער ניט נאָר אין שילן און שולן, נאָר אױך אין מוזײען, רעסטאָראַנען, קראָמען, װאָס פֿאַרקױפֿן ייִדישע טשאַטשקעס, דורך קינדערביכלעך און שפּילעכלעך, האַלט גראָס. אַ היפּשע ראָלע שפּילט דערבײַ די נאָסטאַלגיע נאָך די אַלטע צײַטן, נאָכן שטעטל און דער אימיגראַציע קײן אַמעריקע. די דאָזיקע נאָסטאַלגיע האָט גורם געװען אַ גאַנצע אינדוסטריע. גראָס באַטראַכט פֿיר באַזונדערע בראַנזשעס פֿון אָט דער דאָזיקער נאָסטאַלגישער אינדוסטריע׃ גענעאַלאָגישע פֿאָרשונגען, מוזײען אין היסטאָרישע שילן, קינדערביכלעך און דאָס קולינאַרישע „אױפֿלעבן‟. אין יעדן פֿאַל האָט גראָס דורכגעמאַכט אַן עטנאָגראַפֿישע פֿאָרשונג, באַזוכט געהעריקע לאָקאַלן און געשמועסט מיט קליענטן.
אין אַמעריקע האָט דער אינטערעס אין דער נאָסטאַלגישער ייִדישקײט זיך אַנטוויקלט סוף 1970ער יאָרן אונטער דער השפּעה פֿון דער טעלעװיזיע־סעריע „װאָרצלען‟, װאָס האָט דערצײלט די געשיכטע פֿון אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער משפּחה. צװישן די ערשטע ייִדישע נאָסטאַלגישע פּראָיעקטן איז געװען די רעקאָנסטרוקציע פֿון דער היסטאָרישער שיל אױף עלדרידזש־גאַס אין ניו־יאָרקער איסט־סײַד. די דאָזיקע שיל איז געבױט געװאָרן אין 1887 און לאַנגע יאָרן פֿאַרבליבן אַ װיכטיקער צענטער פֿונעם ייִדישן לעבן אין דער געגנט.
אָבער װען ייִדן האָבן זיך גענומען אַריבערצוקלײַבן אין מער פֿאַרמעגלעכע געגנטן, איז די שײנע געבײַדע אינעם נעאָ-מאַװריטאַנישן סטיל געװאָרן פֿאַרװאָרלאָזט. אין 1982 האָט די זשורנאַליסטקע ראָבערטאַ גראַץ אָנגעהױבן אַ פּראָיעקט צו רעסטאַװרירן די שיל װי אַ מוזײ געװידמעט דעם לעבן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן אין דער איסט־סײַד. הײַנט איז די דאָזיקע שיל, אין אײנעם מיטן דערבײַיִקן טענעמענט־מוזײ, אַ טײל פֿון פּאָפּולערע טוריסטישע עקסקורסיעס. שפּעטער האָט מען געשאַפֿן ענלעכע היסטאָרישע מוזײען אין דער באָסטאָנער װילנע־שיל, אין דער טוראָ־שיל אין ניופּאָרט, ראָד־אײַלענד, און אין מיאַמי־ביטש, פֿלאָרידע. גראָס האַלט, אַז אַזוינע „ריטואַלן פֿון ירושה–טוריזם‟ זײַנען אַ טײל פֿון דער הײַנטיקער אַמעריקאַנער ייִדישער רעליגיע, װאָס בױט אױף אַן עמאָציאָנעלע פֿאַרבינדונג צװישן דעם אַמאָל און דעם הײַנט.
אַן אַנדער ריטואַל, װאָס איז לעצטנס געװאָרן פּאָפּולער בײַ אַמעריקאַנער ייִדן, איז אַ באַזוך אין אַ ייִדישן „דעלי‟. דאָס איז ניט קײן אַלט־שטײגערישער רעסטאָראַן מיט ייִדישע מאכלים, נאָר אַ מאָדערנער לאָקאַל, װאָס שטאָלצירט זיך מיטן אָרטיקן ייִחוס פֿון זײַנע פּראָדוקטן, מיט דער קולינאַרישע שעפֿערישקײט און מיט די הױכע עקאָלאָגישע נאָרמעס. דערבײַ זײַנען זײערע מאכלים ניט כּשר. גראָס האַלט, אַז „דאָס קאָכן און עסן געװיסע מאכלים ברענגט אַמעריקאַנער ייִדן אַרײַן אין אַ נאָסטאַלגישער נעץ פֿון כּמעט הײליקע באַציִונגען מיט זײערע משפּחות, חבֿרים און אַנדערע ייִדן, לעבעדיקע און טױטע, היסטאָרישע און מיטאָלאָגישע.‟ אַזױ אַרום, פֿאַרסך-הכּלט זי, איז די דאָזיקע פֿאַרװײַלונג אױך אַ טײל פֿון דער לעבעדיקער רעליגיע.
„אַ דײַטש, למשל װערט פֿרום, האָט ער, למשל, יאָרצײַט, גײט ער אַרײַן אין אַ ייִדישער רעסטאָראַציע און הײסט זיך געבן פֿאַר דער מאַמעס נשמה װעגן—‚קוגל‘—זײַן ייִדישקײט איז קוגל‟. דאָס זײַנען די װערטער פֿון אַ פּױלישן ייִד אין י. ל. פּרצעס מעשׂה „אַ װאַסערל‟. די מעשׂה איז שױן העכער װי אײן הונדערט יאָר אַלט, אָבער די װערטער קלינגען גאַנץ הײַנטצײַטיק. דער באַגריף „ייִדישקײט‟ לאָזט זיך ניט איבערטײַטשן אױף אַנדערע שפּראַכן, װײַל ער נעמט אַרײַן סײַ דאָס, װאָס מען רופֿט רעליגיע, סײַ דאָס, װאָס מען רופֿט קולטור, און סײַ דאָס, װאָס מען רופֿט שטײגער. רחל גראָס מאַכט אַ פּרוּװ צו פֿאַרברײטערן דעם ענגלישן באַגריף רעליגיע, ער זאָל כּולל זײַן קולטור און שטײגער. אַ פּנים װעט איר ראַדיקאַלער טערמינאָלאָגישער פּרוּװ אַרױסרופֿן קריטיק מצד מער טראַדיציאָנעלע פֿאָרשער. דאָס װאָרט ייִדישקײט װאָלט אַ סך בעסער צוגעפּאַסט צו דעם פֿענאָמען, װאָס זי באַשרײַבט, אָבער עס געהערט ניט צו דעם אַמעריקאַנער אַקאַדעמישן װאָקאַבולאַר.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor