אַן אָוונט פֿון ייִדיש פֿרויען־געזאַנג אויפֿגעפֿירט אין גאַנצן אַ קאַפּעלאַAn evening of Yiddish women’s song performed entirely a capella
דער אַרטיקל נעמט אַרײַן אַ ווידעאָ פֿון די פֿיר זינגערינס ווי זיי זינגען מאָריס ראָזענפֿעלדס „מײַן רוע פּלאַץ“
דעם פֿאַרגאַנגענעם חודש איז פֿאָרגעקומען אַ כּלי־זמר־פֿעסטיװאַל אין דרום־עסטרײַך — אַ יום־טובֿ פֿון ייִדיש־געזאַנג, מוזיק און טאַנץ. דער עולם איז געװען אַ קלײנער, נאָר אַן אינטערנאַציאָנאַלער. פֿון מינעאַפּאָליס, מינעסאָטע זײַנען געקומען צו פֿאָרן צװײ ייִדישע זינגערינס, שׂרה לאַרססאָן און סאַרינע פּאַרטרידזש, װאָס רופֿן זיך צוזאַמען „נאַנילאָ“. ערבֿ דעם פֿעסטיװאַל, דעם 16טן מײַ, האָבן זיי געגעבן אַ קאָנצערט, אין אײנעם מיטן װינער געזאַנג־דואָ „סאָװעלעס“ — די זינגערינס איזאַבעל פֿרײַ און אסתּר װראַטשקאָ.
ס׳איז, דאַכט זיך, טאַקע אַ זעלטנקײט, אַז אַ ייִדיש־מוזיק־אַנסאַמבל זאָל קומען פֿון מינעאַפּאָליס — און ניט פֿון ניו־יאָרק, שיקאַגע אָדער נאָך אַ גרױסער שטאָט אױפֿן מזרחדיקן אָדער מערבֿדיקן ברעג ים. אַ טאָפּעלער חידוש װאָס לאַרססאָן און פּאַרטרידזש האָבן אָנגעשפּאַרט דאָ אין װין.
„נאַנילאָ“ איז אױפֿגעטראָטן צוזאַמען מיט די סאָװעלעס אינעם סאַלאָן פֿונעם קאַפֿע „זיבנשטערן“, אַזאַ מין װױנצימער, װוּ מע שפּילט קאָנצערטן פֿאַר אַ קלײנעם עולם. די אױפֿפֿירונג איז געװען אין גאַנצן אַ קאַפּעלאַ, אָן קײן אינסטרומענטאַלער באַגלײטונג.
אינעם סאַלאָן פֿון „זיבנשטערן“ האָבן אַזױ אַרום געקלונגען גאָלע פֿרױען־שטימען — און אױך דער תּוכן פֿון די לידער האָט געהאַט אַ באַזונדער שײַכות דװקא צו פֿרױיִשע טעמעס. צו ערשט האָבן די װינער זינגערינס אױפֿגעפֿירט לידער װאָס פֿרױען פֿלעגן זינגען אױף דער אַרבעט אָדער אין דער הײם. (אינעם פֿאַל פֿון װיגלידער איז דאָס לײגן שלאָפֿן אַ קינד, װי די זינגערינס האָבן באַטאָנט, אױך אַן אַרבעט.)
מיט אַ װיגליד האָט זיך טאַקע אָנגעהױבן דער קאָנצערט. די ערשטע שורות פֿונעם ליד, וואָס ס׳האָט רעקאָרדירט די מוזיק־עטנאָגראַפֿין רות רובין, גײען אָט אַזױ:
שלאָף, מײַן קינד, שלאָף כּסדר,
זינגען װעל איך דיר אַ ליד.
אַז דו, מײַן קינד, װעסט עלטער װערן,
װעסטו װיסן אַן אונטערשיד.
אַז דו, מײַן קינד, װעסט עלטער װערן,
װעסטו װערן מיט לײַטן גלײַך,
דעמאָלס װעסטו געװױר װערן,
װאָס הײסט אָרעם און װאָס הײסט רײַך.
פֿון רובינס זאַמלונג האָבן פֿרײַ און װראַטשקאָ אױך אַראָפּגענומען אַ ליד װעגן פֿרױען־האַנדל, „אונטער דעם הימל ליגט די שטאָט בונאָס־אײַרעס“, געזונגען פֿון הערי אַרי, אַ ביאַליסטאָקער. דאָ זעט זיך שױן אַרױס די סאָציאַל־קריטישע נטיה פֿון די לידער װאָס די סאָװעלעס האָבן אױסגעקליבן. דערצו איז די פּראָגראַם געװען אינטערעסאַנט דעריבער װאָס מע הערט אָט די לידער גאָר זעלטן. ס׳איז אַ סבֿרא, אַז די פֿון הערי אַרי געזונגענע לידער, למשל, האָבן זיך אָפּגעהיט בלױז אין רות רובינס רעקאָרדירונגען.
נאָך אַ פֿרױיִש ליד װאָס די סאָװעלעס האָבן געזונגען שטעלט זיך אָפּ אױף דעם ענין היימגװאַלד, ווי, אַ שטײגער, ווען אַ מאַן שלאָגט זײַן װײַב אָדער קינדער. דאָס ליד האָבן זײ זיך געלערנט פֿון ליפֿשע שעכטער־װידמאַן ע״ה, װעמען לײבל כּהן האָט רעקאָרדירט. צו דער רירנדיקער מעלאָדיע האָבן פֿרײַ און װראַטשקאָ, זאָלן זײַן אָפּגעשײדט צום לעבן, צוגעגעבן כּישופֿדיקע האַרמאָניעס. אַגבֿ, בײַם קאָנצערט איז אויך בײַגעװען שעכטער־װידמאַנס אַ ייִדיש־רעדנדיקער אור־פּלימעניק, אַרטור שנאַרך, אים צו לאַנגע און געזונטע יאָר.
די סאָװעלעס האָבן אָבער ניט נאָר געזונגען סאָציאַל־קריטישע און מרה־שחורהדיקע לידער, נאָר אױך עטלעכע וועגן ליבע, סײַ אַזעלכע װעגן אַ ניט דערפֿילטער ליבע („אױ װײ מאַמע, װער עס האָט געשפּילט אַ פֿאַלשע ליבע, קען פֿאַרשטײן מײַן שמאַרץ“), סײַ אַזאַ תּאװהדיק ליד װי „ליבסטער מײַנער, קום צו פֿאָרן“ מיט די ווערטער: „רײַף און צײַטיק איז מײַן ליבע, װי ס׳זענען צײַטיק מײַנע פֿלױמען“.
צוגעפּאַסט צו דער צײַט פֿון יאָר, האָבן זײ אױך געזונגען אַ ליד װעגן דעם פֿרילינג װאָס איז געקומען און די בלומען װאָס „שפּראָצן, בליִען שײן“ מיט אָט אַזעלכע עראָטישע שורות: „פֿרישע, קילע, שטילע װינטלעך הײבן אָן, שטיל צו קושן די מזוזה פֿון מײַן הױז — קום זשע, ליבסטער, קום אַרױס!“
אַזאַ רעפּערטואַר הערט מען ניט אָפֿט אױף ייִדיש־קאָנצערטן. די מעלאָדיעס פֿון די דאָזיקע לידער האָבן געקלונגען מיט סלאַװישן פֿאָלקסליד, און די סאָװעלעס האָבן גאָר קונציק און חנעװדיק אױסגעסטרױעט די האַרמאָניעס דערצו. צװישן דעם פֿרײלעכערן רעפּערטואַר זײַנען ניט נאָר געװען לידער װאָס די זינגערינס האָבן אַראָפּגענומען פֿון עטנאָגראַפֿישע זאַמלונגען, נאָר אױך יעפֿים טשאָרניס אַן אוטאָפּיש ליד, װאָס זײ האָבן זיך אױסגעלערנט בײַ דעם מחבר אַליין — דאָס ליד „אין אַ שײנער װעלט“ װאָס דערצײלט פֿון אַ לעבן אָן קײן געלט, נאָר אין פֿרײדן.
אױך פֿאַרן צװײטן אַנסאַמבל װאָס איז אױפֿגעטראָטן — דעם דואָ „נאַנילאָ“ פֿון מינעאַפּאָליס — איז יעפֿים טשאָרני אַ קװאַל פֿון אינספּיראַציע און, דער עיקר, אַ לערער. די זינגערין סאַרינע פּאַרטרידזש האָט זיך טאַקע ערשט אומגעקערט פֿון אַ נסיעה אין מאָלדאָװע, װוּ זי האָט זיך בײַ אים געלערנט. אױך „נאַנילאָ“ האָט געזונגען טשאָרניס אַ ליד — װעגן אַ קלעזמערס פֿידל, װאָס אין איר איז אַרײַן דעם ייִדנס גאַנצער גרױסער װײטיק און אומעט.
(Video by Matej Wakounig)
אַחוץ די ייִדישע לידער האָבן פּאַרטרידזש און לאַרססאָן אויפֿגעטראָטן מיט צװײ לידער פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ ע״ה, סײַ אױף דזשודעזמאָ (לאַדינאָ), סײַ אױף באָזניש. אין אָט די צװײ לידער פֿון דער גרױסער ספֿרדישער זינגערין, אַ געבױרענער אין סאַראַיעװאָ, רעדט זיך װעגן אירע איבערלעבונגען װי אַ פּליט בעתן חורבן און װעגן אַ ליבע־געשיכטע.
ס׳קומט די בײדע זינגערינס פֿון מינעסאָטאַ אַ יישר־כּוח, װאָס זײ היטן אָפּ דעם אַרױסרײד װאָס בײַ די זינגער, בײַ װעלכע זײ האָבן זיך אױסגעלערנט דאָס ליד. װען זײ האָבן, למשל, געזונגען דאָס באַװוּסטע פֿאָלקסליד „שױן אַװעק דער נעכטן (ניע זשוריצעס כלאָפּצי)“, האָט זיך בפֿירוש אַרױסגעהערט דער זשומזשענדיקער „סאַבעסדיקער לאָסן“ װאָס בײַ דעם זינגער מײשקע אַלפּערט, אין זײַן נוסח פֿונעם ליד.
צװישן די פֿאָלקסלידער, װאָס „נאַנילאָ“ האָט אױפֿגעפֿירט, זײַנען אױך געװען צװײ פֿרױיִשע לידער פֿון רות רובינס זאַמלונג — „ער האָט מיר צוגעזאָגט“ — אַ װיגליד פֿון אַ מאַמען װאָס זאָגט זיך אַרױס מיט ביטערע טענות צו איר מאַן װאָס פֿירט אַ פֿאַלשע ליבע, און „אײדער איך לײג מיך שלאָפֿן“, אַ ליד פֿון אַ נײטאָרין װאָס באַקלאָגט זיך איבער דער שװערער האָרעװאַניע און עקספּלואַטאַציע. אױף אַזאַ אופֿן האָט זיך איבערגערופֿן זײער פּראָגראַם מיט דעם פֿון די סאָװעלעס.
בײַ עטלעכע לידער האָט מען דעם עולם פֿאַרבעטן אונטערצוזינגען, אַזױ אױך בײַם סאַמע לעצטן ליד — װאָס אַלע פֿיר זינגערינס האָבן געזונגען אין אײנעם. דאָס איז געװען דאָס אוקראַיִנישע פֿאָלקסליד „אױ או האַיו פּרי דונאַיו“ („אױ אין אַ װעלדל בײַם דונײַ“), איבערגעזעצט אױף ייִדיש פֿון יעפֿים טשאָרני. אַחוץ דעם דאָזיקן רירנדיקן ליד האָבן די סאָװעלעס און „נאַנילאָ“ אױך בשותּפֿות געזונגען „מײַן רוע־פּלאַץ“ פֿונעם סװעטשאָפּ־פּאָעט מאָריס ראָזענפֿעלד.
דער אָפּקלײַב פֿון די לידער איז געװען זײער אַ געראָטענער — מע האָט געזונגען סײַ אומעטיקע און סײַ פֿרײלעכע לידער, סײַ נײַע און סײַ אַלט־באַקאַנטע. אױך די אױפפֿירונג איז געװען אַ געלונגענע און גוט צוגעפּאַסט צום רעפּערטואַר. ס׳איז אַ סבֿרא אַז ס׳רובֿ פֿון די לידער האָבן ייִדישע פֿרױען געזונגען פּונקט אַזױ — אָן קײן אַקאָמפּאַנימענט און מיט באַחנטע האַרמאָניעס. דערצו איז געװען אַ מחיה זיך צו באַקענען מיט אַ נײַעם ייִדיש־געזאַנג־דואָ פֿון װײַטן מינעאַפּאָליס; פּאַרטרידזש און לאַרססאָן האָבן טאַקע געמאַכט אַ רושם.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO