Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ ייִדישע קרעאָל־שפּראַך אין די קאַריבישע אינדזלעןA Jewish creole language in the Caribbean

אויפֿן אינדזל קוראַסאַאָ געפֿינט מען צװיי קרעאָל־שפּראַכן: פּאַפּיאַמענטאָ, װאָס שטאַמט פֿון שפּאַניש, פּאָרטוגעזיש און האָלענדיש, און אַ װייניק באַקאַנטן ייִדישן דיאַלעקט, ייִדיש־פּאַפּיאַמענטאָ

ווי עס איז באַקאַנט זענען ייִדיש און העברעיִש ווײַט נישט די איינציקע ייִדישע שפּראַכן. פֿאַרשיידענע ייִדישע קהילות אויף דער גאַנצער וועלט רעדן אָדער האָבן אַ מאָל גערעדט זייערע אייגענע וואַריאַנטן פֿון אָרטיקע שפּראַכן, אַזאַ ווי לאַדינאָ, וואָס שטאַמט פֿון שפּאַניש, און בוכאַריש, וואָס שטאַמט פֿון טאַדזשיקיש. איינע פֿון די אייגנאַרטיקסטע ייִדישע גלות־שפּראַכן, פֿון וועלכער ווייניק מענטשן האָבן געהערט, רעדט מען עד־היום אויף קוראַסאַאָ, אַ קאַריבישן אינדזל, וואָס געהערט צו האָלאַנד.

די הויפּטשפּראַך פֿון קוראַסאַאָ הייסט פּאַפּיאַמענטאָ. פּאַפּיאַמענטאָ איז אַ קרעאָל־שפּראַך, וואָס מיינט אַז עס איז אויפֿגעקומען ווי אַ מישונג אין אַ סיטואַציע פֿון קאָנטאַקט צווישן רעדנער פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן. ווען אַ שפּראַך האָט אַ סך אַנדערשפּראַכיקע ווערטער הייסט עס נאָך נישט קיין עכטע קרעאָל־שפּראַך. רובֿ פֿון זיי האָבן אויך זייער ספּעציפֿישע גראַמאַטישע סטרוקטורן — ענלעך צו די אַנדערע קרעאָלן אויף דער וועלט, אָבער אומגעוויינטלעך אין פֿאַרגלײַך מיט אַלע אַנדערע שפּראַכן.

אינעם פֿאַל פֿון די באַקאַנטסטע קרעאָלישע שפּראַכן, אַזאַ ווי טאָק־פּיסין פֿון פּאַפּואַ ניי גינע, האָבן מיר אַ גוט פֿאַרשטענדעניש, ווי אַזוי זיי זענען אויפֿגעקומען: די אָרטיקע תּושבֿים האָבן זיך געלערנט עטלעכע פּשוטע ענגלישע ווערטער פֿון די בריטישע קאָלאָניזאַטאָרן און האָבן אָנגעהויבן זיי צו ניצן נאָך די געוויינטלעכע מוסטערן פֿון דער אַווסטראָנעזישער גראַמאַטיק. די געשיכטע פֿון פּאַפּיאַמענטאָ איז‎ אַביסל קאָמפּליצירטער. אייניקע לינגוויסטן האַלטן, אַז זי שטאַמט פֿון פּאָרטוגעזיש און שפּעטער איז זי באַאײַנפֿלוסט געוואָרן דורך שפּאַניש. אַנדערע האַלטן, אַז שפּאַניש איז געווען צו ערשט און פּאָרטוגעזיש איז אַ שפּעטערער שיכט. הײַנט דאָמינירט די ערשטע מיינונג. סײַ ווי סײַ, אַנטהאַלט פּאַפּיאַמענטאָ שפּורן פֿון ביידע ראָמאַנישע שפּראַכן און אויך פֿון האָלענדיש.

די אָריגינעלע תּושבֿים פֿון קוראַסאַאָ זענען געווען די אַראַוואַקן. אינעם יאָר 1499 איז דער אינדזל קאָלאָניזירט געוואָרן דורך שפּאַניע. נאָך 135 יאָר האָבן די האָלענדער דעראָבערט דעם אינדזל און אָנגעהויבן צו ברענגען שקלאַפֿן פֿון מערבֿ־אַפֿריקע, וווּ אַ פּאָרטוגעזישע קרעאָל־שפּראַך איז שוין געווען די לינגוואַ־פֿראַנקאַ. באַלד זענען אויך געקומען ספֿרדישע ייִדן פֿון אַנדערע קאָלאָניעס פֿון האָלאַנד, שפּאַניע און פּאָרטוגאַל כּדי אויפֿן אינדזל צו האַנדלען און צו אַרבעטן ווי דאָלמעטשער.

זיי האָבן זיך אויסגעלערנט די שפּראַך פֿון די שקלאַפֿן – די מערהייט פֿון די באַפֿעלקערונג פֿונעם אינדזל, און פּאַפּיאַמענטאָ איז געשווינד געוואָרן זייער היימשפּראַך. הײַנט רעדן כּמעט אַלע קוראַסאַאָאַנער, אַרײַנגערעכנט ווײַסע האָלענדער, פּאַפּיאַמענטאָ, אָבער ס׳איז נישט שטענדיק געווען אַזוי. לויט די היסטאָריקער, זענען די ייִדן געווען די ערשטע נישט־אַפֿריקאַנער גרופּע, וואָס האָט איבערגענומען די שפּראַך.

פּונקט ווי אַלע אַנדערע ייִדישע קהילות אין פֿאַרשיידענע לענדער, האָבן די קוראַסאַאָאַ־ייִדן אַ ביסל געענדערט די אָרטיקע שפּראַך, צוגעבנדיק לײַ־ווערטער פֿון לשון־קודש און שאַפֿנדיק אַ נײַעם דיאַלעקט אָדער עטנאָלעקט. ווי דער לינגוויסט ניל דזשייקאָבס שרײַבט, דעמאָנסטרירט דאָס פֿאָנעטישע אויסזען פֿון העברעיִשע און אַראַמישע לײַ־ווערטער זייער ספֿרדישע אָפּשטאַמונג:

משפּחה ווערט מישפּאַכאַ (נישט מישפּאָכע) און פּנים ווערט פּאַנים (נישט פּאָנעם). דער כּלל האָט אָבער אויך אויסנאַמען: דעם וואָרט רחמנות רעדט מען אַרויס אויף קוראַסאַאָ ווי ראַגמאָנעס — דער אַקצענטירטער וואָקאַל „אָ“ און די ענדונג „עס“ זאָגן עדות, אַז עס איז משפּיע געוואָרן דורכן אַשכּנזישן אַרויסרעד.

די לשון-קודשדיקע ווערטער, וואָס מען ניצט הויפּטזאַכלעך אין רעליגיעזע קאָנטעקסטן, זענען נישט דער איינציקער אונטערשייד צווישן אַלגעמיינעם פּאַפּיאַמענטאָ און דער דורך די ייִדן גערעדטע ווערסיע פֿון דער שפּראַך; דזשייקאָבס דערמאָנט אויך סטיליסטישע אונטערשיידן. צום בײַשפּיל, ווען נישט-ייִדישע קוראַסאַאָאַנער ווילן קלינגען פֿאָרמעל, ניצן זיי מער שפּאַנישע ווערטער. בײַ די ייִדן איז עס אַנדערש: זיי ניצן אָפֿט פּאָרטוגעזיש און פֿראַנצייזיש ווי ליטעראַרישע שפּראַכן.

אייניקע ווערטער אינעם ייִדישן עטנאָלעקט פֿון פּאַפּיאַמענטאָ שיידן זיך אונטער פֿון דער אַלגעמיין־שפּראַך אָן שײַכות צום סטיל. אין אַ סך פֿאַלן זענען די ייִדישע פֿאָרמען נעענטער צו די אייראָפּעיִשע קוואַלשפּראַכן. דאָס וואָרט פֿאַר הויכבאַאַמטער איז דיגניטאַריאָ אויף שפּאַניש און פּאָרטוגעזיש און קלינגט פּונקט אַזוי אויפֿן עטנאָלעקט, אין דער צײַט ווען די נישט־ייִדישע קוראַסאַאָאַנער זאָגן דיגנאַטאַריאָ — מיט אַן אַנדער וואָקאַל אין מיטן. נאָך אַ בײַשפּיל איז דאָס וואָרט, וואָס מען רעדט אַרויס ווי גראַנמערסי אויף ייִדיש־פּאַפּיאַמענטאָ און ווי גרעמעסי אויף דער אַלגעמיין־שפּראַך. עס קומט פֿון פֿראַנצויזיש, אין וועלכן עס באַטייט „א גרויסן דאַנק“, אָבער האָט אַ גאַנץ אַנדער מיין אין ביידע וואַריאַנטן פֿון פּאַפּיאַמענטאָ — ס׳איז אַ ווערב מיטן באַטײַט „לעבן אויף עמעצנס חשבון“.

די אייראָפּעיִשערע פֿאָרמען פֿון די ווערטער קענען דערקלערט ווערן דורך דעקרעאָליזאַציע. אַזוי רופֿט מען אָן דעם פּראָצעס פֿון דערנעענטערונג פֿון אַ קרעאָל צו איר קוואַלשפּראַך. אינעם פֿאַל פֿון ייִדיש־פּאַפּיאַמענטאָ, קענען די קאָנטאַקטן מיט אַנדערע ראָמאַניש־שפּראַכיקע ייִדישע קהילות און דאָס לייענען פֿון אַלטע ביכער זײַן די סיבות פֿון דער דערשײַנונג.

פּונקט ווי רובֿ ייִדישע גלות־שפּראַכן, דראָט דעם פּאַפּיאַמענטאָ פֿון די קוראַסאַאָ־ספֿרדים אַ געפֿאַר פֿון פֿאַרשווינדונג. צוליב די פּראָצעסן פֿון אַסימילאַציע, סעקולאַריזאַציע און גלאָבאַליזאַציע רעדן ייִנגערע ייִדישע קוראַסאַאָאַנער די אַלגעמיין־שפּראַך, דאָס נישט־ייִדישע פּאַפּיאַמענטאָ. צום גליק, לעבט די אַלטע שפּראַך כאָטשבי אויף פּאַפּיר: פֿון די ביכער פֿון דער אָרטיקער שרײַבערין מײַ הענריקעז קען מען זיך אַ סך לערנען וועגן דעם עטנאָלעקט און דער קולטור פֿון דער קהילה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.