Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

חוה לאַפּין, גדול הדור פֿון דער ייִדיש־וועלט, איז אַוועק אין דער אייביקייטChava Lapin, peerless expert of Yiddish language and culture, has died

זי איז געווען אַ פּיאָנער פֿונעם אוניווערסיטעטישן ייִדיש־לימוד און בעל־יועץ פֿאַר עטלעכע דורות ייִדיש־לערער, סטודענטן און אַרטיסטן

חוה פּיעטרושקא לאַפּין, אַ גדול־הדור אינעם תּחום פֿון ייִדישער שפּראַך און שטייגער לעבן, איז די וואָך, דעם 21סטן יוני, אַוועק אין דער אייביקייט צו 89 יאָר. זי האָט פֿאַראָבֿלט דרײַ זין — חיים, אַבֿרהם און דבֿ.

צווישן אַנדערן וועט די ייִדיש־וועלט זי געדענקען ווי אַ פּיאָנער פֿון דעם ייִדיש־לימוד אויף דעם אוניווערסיטעטישן ניוואָ; אַן אומאָפֿיציעלער בעל־יועץ וואָס שייך שפּראַך און שטייגער־לעבן פֿאַר עטלעכע דורות ייִדיש־סטודענטן, ־לערערס און ־אַרטיסטן, און אַ ייִדיש־קענער בחסד־עליון.

די פּשוטע פֿאַקטן פֿון איר לעבן: ד״ר לאַפּין איז געבוירן געוואָרן אין מאָנטרעאָל אין 1933 אין אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער און ייִדיש־רעדנדיקער היים. דער טאַטע, הענעך פּיעטרושקא, איז געווען אַ שנײַדער פֿון פֿאַך אָבער אַ למדן אין די איבעריקע שעה פֿון טאָג. איר פֿעטער שׂימחה פּיעטרושקא האָט איבערגעזעצט גאַנץ משניות אויף ייִדיש און איז געווען דער מחבר פֿון דער ייִדישער פֿאָלקס־ענציקלאָפּעדיע.

זי האָט זיבן יאָר זיך געלערנט אין אַ ייִדישער פֿאָלקשול. איר היים־סבֿיבֿה, וואָס האָט אַרײַנגענומען און אַרומגענומען די גאַמע פֿון גאָר פֿרומע ביז פֿרײַדענקערס, איז געווען אַ גינציקער באָדן, וווּ זי האָט זיך געלערנט אָפֿנקייט און טאָלעראַנץ. אין איר לערערײַ און אין איר משפּחה־לעבן האָט זי געוווּסט ווי צו שאַצן די אַנדערשקייטן בײַ ייִדן און ווי אַרויסצוהייבן און אָפּצוגעבן דרך־ארץ די זאַכן וואָס בינדן אונדז צוזאַמען ווי ייִדן און ייִדיש־רעדערס.

ד״ר לאַפּין האָט גראַדויִרט פֿון מעגיל־אוניווערסיטעט מיט אַ דאָקטאָראַט אין ביאָכעמיע אין אַ צײַט ווען עס זײַנען געווען שטרענגע קוואָטעס אויף ייִדן. אין 1957 האָט זי זיך איבערגעצויגן קיין ניו־יאָרק, וווּ זי האָט געמאַכט אַ פּאָסט־דאָקטאָראַט אין אַלבערט אײַנשטיין־קאַלעדזש פֿון מעדיצין. במשך פֿון איר גאַנצער אימפּאָזאַנטער קאַריערע ווי אַ פֿאָרשערין אין נעווראָכעמיע האָט זי אָנגעשריבן אַ 50 אַקאַדעמישע אַרטיקלען. איר מאַן שמואל לאַפּין איז געווען עקזעקוטיוו־דירעקטאָר פֿון ייִוואָ פֿון 1966 ביז זײַן פֿריצײַטיקן טויט אין 1973. נאָך דעם האָט זי אַליין געמוזט דערציִען און מפֿרנס זײַן אירע דרײַ בנים.

אין 1973 האָט זי אָנגעהויבן איר „צווייטע קאַריערע“ אין ייִדיש־לערערײַ אויף אַן אַקאַדעמישן ניוואָ — אין גאַנצן אַ נײַ פֿעלד — אין קווינס־קאַלעדזש און קאָלאָמביע־אוניווערסיטעט און אין 1974 אין ווײַנרײַך־זומער־פּראָגראַם וווּ זי איז געווען, ווי זי פֿלעגט זאָגן, „אַ שטיק מעבל“, ד״ה אַ פּערמאַנענטער טייל פֿון דער פּראָגראַם כּמעט ביז די לעצטע יאָרן פֿון איר לעבן. מער ווי צען יאָר האָט זי געדינט ווי דער דירעקטאָר פֿון קולטור און דערציִונג בײַם אַרבעטער־רינג און איז יאָרן לאַנג געווען אויף דער עקזעקוטיווע פֿון ייִוואָ. זי איז געווען די שטאָלצע און ליבנדיקע באָבע פֿון פֿיר אייניקלעך — אַלע ייִנגלעך, כאָטש זי האָט מיר איין מאָל פֿאַרטרויט אַז „עס גלוסט זיך אַ מאָל פֿאַרבינדן אַ סטענגעלע“.

אָבער די אַלע גאָר רושמדיקע פֿאַקטן גיבן נאָך אַלץ נישט צו פֿאַרשטיין דעם תּמצית פֿון דעם מענטש וואָס האָט געהייסן „חוה לאַפּין“ — דער אוצר וואָס זי האָט פֿאַרקערפּערט אין זיך, און די גרייס פֿון דער איצטיקער אַבֿדה.

חוה לאַפּינס ייִדיש איז מסתּמא געווען דאָס געשמאַקסטע און זאַפֿטיקסטע מאַמע־לשון וואָס איך האָב ווען אַ מאָל אין מײַן לעבן געהערט. כאָטש איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה און בין אַליין אַ לערערין פֿון ייִדיש, און טאַקע געהאַט דעם זכות צו זײַן אַ מיטלערערין מיט חוהן אין די 1970ער יאָרן ווען איך האָב צום ערשטן מאָל געלערנט אין ווײַנרײַך־זומער־פּראָגראַם בײַם ייִוואָ, מוז איך זיך מודה זײַן אַז ס’איז זעלטן געווען אַ פּאַראַגראַף וואָס איז אַרויס פֿון איר מויל אין וועלכן איך האָב נישט געהערט בײַ איר אַ נײַ וואָרט אָדער אויסדרוק. איר לשון האָט געהאַט די פֿאָלקישקייט פֿון אַ מאַרק־ייִדענע, די געלערנטקייט פֿון אַ למדן און די ראַפֿינירטקייט פֿון אַן עלעגאַנטן פּראָזאַיִקער. אויסדרוקן ווי „אוי, וויי צו מיר נישט“, „אַ פּיסק אויף שרויפֿן“, אָדער „אַ קלייניקייט — זי האָט אַ באָבע אין ארץ־ישׁראל!“ וואָס מע זאָגט אויף אַ בעל־גאווה, האָט זי למען־האמת נישט אַליין אויסגעטראַכט, נאָר איך האָב זיי געהערט צום ערשטן מאָל בײַ איר.

און צוליב דער רײַכקייט, דער זאַפֿטיקייט, איר טיף ייִדיש וויסן און איר אײַנגעוואָרצלטקייט אין אַזוי פֿיל צווײַגן פֿון ייִדיש־ייִדישן לעבן איז די ייִדיש־ליגע בײַ וועמען איך האָב דעמאָלט געדינט ווי אויספֿיר־סעקרעטאַר געווען גליקלעך ווען מע האָט חוהן צוגעצויגן צו דער רעדקאָלעגיע פֿון דעם אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן ווערטערבוך וואָס איז אַרויס אין 2016. און די אַרבעט האָט זי געטאָן דווקא אָן אַ קאָמפּיוטער און אָן בליצפּאָסט. (פֿון אַנדערע פֿאָרמען פֿון דער סאָציאַלער מעדיע איז שוין אָפּגערעדט). דאָס איז אויך געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַר חוהן. זי איז געווען דער איינציקער מענטש אויף דער ייִדישער גאַס (אויף וויפֿל איך ווייס) וואָס האָט נישט געניצט קיין קאָמפּיוטער. איר זון ד״ר חיים לאַפּין האָט געזאָגט דעם פֿאָרווערטס אַז כאָטש פֿיר קאָמפּיוטערס האָבן געלעבט בײַ איר אין שטוב במשך פֿון פֿאַרשיידענע צײַטן, האָט זי זיך קיין מאָל נישט אויסגעלערנט ווי צו ניצן בליצפּאָסט און האָט אַלצדינג אויסגעשריבן מיט דער האַנט.

פֿאַר וואָס, ווייסט מען ניט. קלענערע און עלטערע קעפּ האָבן זיך אויסגעלערנט צו ניצן דעם קאָמפּיוטער, אָבער ווײַזט אויס אַז זי האָט זיך אײַנגעעקשנט אַז מע דאַרף דאָס נישט האָבן, אַז די אַלטע מיטלען האָבן גענוג גוט געדינט. בײַ מיר איז דאָס געווען אַ טייל פֿון איר יחיד־במינהדיקן חן. איך דערמאָן זיך ווען איך בין געווען אין מאָסקווע אויף אַ זמן אין 1992 און חוה האָט מיר געשיקט אַ פֿאַקס אין שייכות מיט מײַן לערנביכל וואָס זי האָט רעדאַקטירט פֿאַרן אַרבעטער־רינג (נאָך אַ געלעגנהייט וואָס איך האָב געהאַט צו געניסן פֿון אירע טיפֿע קענטענישן, ווי אויך פֿון איר שאַרף רעדאַקציאָנעל אויג). דער פֿאַקס איז געווען אין גאַנצן אויף ענגליש — אַ שפּראַך וואָס מיר האָבן קיין מאָל נישט געניצט צווישן זיך. ווען איך האָב זי געפֿרעגט, „סטײַטש?!“ האָט זי געגעבן אָנצוהערן אַז זי האָט נישט געוווּסט צי דער פֿאַקס קען ייִדיש.

אין דעם ענטפֿער און אין איר גאַנצן צוגאַנג צו דער כּסדר־בײַטנדיקער הײַנטצײַטיקער טעכנאָלאָגיע האָב איך דערזען אַ מעטאַפֿאָר פֿונעם לעבן. כאָטש זי איז געווען אַ פֿרוי פֿון וויסן און וויסנשאַפֿט און האָט אויך פֿאַרשטאַנען אַז ייִדיש טאָר נישט שטיין אויף אַן אָרט (זי האָט זיך נישט איין מאָל צו מיר באַקלאָגט וועגן די שפּראַך־פּוריסטן וואָס ווילן נישט אַרײַנלאָזן קיין ענגלישע ווערטער אויף ייִדיש. „מיט וואָס זײַנען פּויליש און רוסיש בילכער פֿון ענגליש?“ האָט זי געטענהט. „דאָס ייִדישע פֿאָלק וווינט אויך דאָ אין אַמעריקע אַ היפּשע פּאָר יאָר.“) מיין איך אַז זי איז אויך נישט נתפּעל געוואָרן פֿון דער הײַנטיקער טעכנאָלאָגיע. זי האָט געפֿילט אַז דער קאָנטאַקט צווישן מענטשן קען נאָך אַלץ זייער פֿײַן פֿאָרקומען אויף דעם גוטן אַלטן שטייגער, טעלעפֿאָניש און פּנים־אל־פּנים, און אויב מע וויל זיך פֿאַרבינדן מיט איר דאַרף מען נישט קיין מאַכערײַקעס. און כאָטש דאָס לעבן איז אפֿשר גרינגער געוואָרן צוליב די אַלע נײַע פּאַראָנדקעס זײַנען מענטשן נישט בעסער און נישט קליגער געוואָרן.

חוה איז געגאַנגען איר אייגענעם וועג: אין אַ צײַט ווען ס’רובֿ פֿרויען פֿון איר דור האָבן נאָר געקענט חלומען פֿון ווערן סעקרעטאַרשעס אָדער קינדער־לערערינס איז זי געוואָרן אַ פֿאָרשערין אין נעווראָכעמיע און מחבר געווען אַ היפּשע צאָל פּובליקאַציעס. זי האָט געקענט עמעצן אַרײַנזאָגן, און נישט געקאַרגט קיין שאַרפֿע ווערטער ווען זי האָט געהאַלטן אַז זיי זײַנען נייטיק. וועגן איר ראָלע אויף דער ייִוואָ־עקזעקוטיווע האָט זי אויף זיך אַליין געזאָגט אַז זי איז זיי אַ מאָל ווי „אַ ביין אין האַלדז“ ווײַל זי האָט שטענדיק געמאָנט אַז ייִוואָ זאָל בלײַבן געטרײַ אירע פּרינציפּן ווי אַן אינסטיטוציע וואָס דאַרף שטיצן און פֿאַרטיידיקן ייִדן, ייִדיש און די קולטור־ירושה פֿון מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, בשעת אַנדערע האָבן — לויט איר מיינונג — זי געוואָלט אַראָפּפֿירן אויף אַנדערע דרכים.

און אַזוי ווי די זאַכן זײַנען איר געווען אַזוי וויכטיק און טײַער איז זי שטענדיק געווען גרייט צו העלפֿן מענטשן אין דער ייִדיש־וועלט מיט זייערע קשיות וועגן שפּראַך און שטייגער לעבן. דווקא ווײַל זי האָט נישט געקאַרגט קיין קריטיק האָט אַ גוט וואָרט פֿון איר טאַקע געמיינט עפּעס און האָט געמוטיקט און אינספּירירט.

בײַ ייִדן װען ס’איז דאָ אַ האַרבע קשיא אָדער פּראָבלעם װאָס מע קען נישט פֿאַרענטפֿערן אָדער לײזן זאָגט מען „תּיקו“ (תשבי יתרץ קושיות ובעיות) װאָס דאָס הײסט מער װײניקער אַז קומען װעט אליהו הנבֿיא, דער װאָס זאָגט אָן אַז אָט־אָט קומט משיח, און װעט, װען ער װעט אָנקומען, פֿאַרענטפֿערן אַלע קשיות. אין אונדזער ייִדיש־וועלטל האָבן מיר אַן אַנדער ענטפֿער, ספּעציעל װען סע קומט צו קשיות פֿאַרבונדן מיט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן שטײגער לעבן. מיר זאָגן נישט „תּיקו“, נאָר „גײ פֿרעג בײַ חוה לאַפּינען“. און חוה איז טאַקע אַלע מאָל געווען ברײטהאַרציק אי מיט איר צײַט אי מיט איר װיסן. און טאָמער האָט זי נישט געקענט ענטפֿערן איז טאַקע געווען אַ סימן אַז מע וועט אפֿשר מוזן װאַרטן ביז משיח װעט קומען.

איין מאָל אין זומער־פּראָגראַם האָט אײנע אַ סטודענטקע מיך געפֿרעגט, אײדער זי האָט זיך באַקענט מיט חוהן אין קלאַס, „װער איז דאָס די חוה לאַפּין? איז זי אַן אמתער מענטש אָדער אַ לעגענדע?“ איך האָב זי געקענט און מיטגעאַרבעט מיט איר העכער 40 יאָר און איך זאָג עדות אױף דעם אַז חוה איז געווען בײדע, אי אַ מענטש אין אַלע זינען פֿונעם וואָרט, אי אַ לעגענדע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.