Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַן אַלטערנאַטיװער ייִדישער קולטור־פֿעסטיװאַל אין קראָקעAn alternative Jewish culture festival in Krakow

דער ציל פֿונעם פֿעסטיוואַל איז אַרויסצורופֿן אַ קריטישע דיסקוסיע װעגן דער ייִדישער קולטור און דעם ייִדישן קיום אין הײַנטיקן פּױלן

דער קראָקעװער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישער קולטור האָט אַ נאָמען אױף דער ייִדישער גאַס, אַפֿילו אין דער װײַטער אַמעריקע — אױך צוליב דעם װאָס אױפֿן פֿעסטיװאַל שפּילן טאַקע ניט װײניק אַמעריקאַנער מוזיקער.

אָבער די לעצטע זעקס-זיבן יאָר האָט מען אין קראָקע אײַנגעאָרדנט אַ צווייטן ייִדישן קולטור־פֿעסטיװאַל, אױפֿן נאָמען „פֿעסטיװאַלט“ („אַלט“ פֿון „אַלטערנאַטיװ“). דער אָ „פֿעסטיװאַלט“ האָט אַ ביסל אַ קלענערן פֿאַרנעם און אױף אים פֿאַרבעט מען געוויינטלעך דװקא ניט די גרױסע שטערן פֿון אַמעריקע און מדינת־ישׂראל, נאָר ליבערשט קינסטלער פֿון פּױלן און אַ מאָל אױך פֿון די שכנותדיקע לענדער װי, אַ שטײגער, אונגאַרן. די דירעקטאָרן פֿונעם פֿעסטיװאַל, מײַקל און מאַגדאַ רובענפֿעלד, דערקלערן, אַז זײ האָבן געװאָלט שאַפֿן אַן אָרט פֿאַר אַ מער קריטישער דיסקוסיע װעגן ייִדישער קולטור, מנהגים און ייִדישן קיום אין פּױלן בײַם הײַנטיקן טאָג. אין הסכּם מיט דעם אָ צוגאַנג איז דער מאָטאָ פֿון הײַיאָריקן „פֿעסטיװאַלט“ — „דאָיִקײט“.

מײַקל רובענפֿעלד, אַ טעאַטער־מענטש אַ געבױרענער אין קאַנאַדע, אַרבעט אַ גאַנץ יאָר דאָ אין פּױלן, װי אַ דראַמאַטורג, רעזשיסאָר און אַקטיאָר. זײַנע פּיעסעס האָבן אָפֿט מאָל אַ שײַכות צו דער פֿאַרװיקלטער פּרשה פֿון פּױליש־ייִדישן געדעכעניש און די ייִדיש־קריסטלעכע באַציִונגען אין הײַנטצײַטיקן פּױלן. על־פּי רובֿ זײַנען זײ אױף פּױליש און ענגליש, נאָר טײל מאָל זײַנען דאָ בײַ אים אױך דיאַלאָגן און לידער אױף ייִדיש־לשון.

אין קראָקע, װוּ ער װױנט מיט זײַן װײַב און זינדל, האָט ער אױפֿגעפֿירט די פּראָװאָקאַטאָרישע פֿאָרשטעלונג „אַ מזלדיקער ייִד“. אין קוזמאַרק, דער היסטאָרישער ייִדישער װױנגעגנט אין קראָקע, פֿלעג מען אױפֿן יריד פֿאַרקױפֿן הילצערנע פֿיגורעלעך און בילדער פֿון ייִדן מיט אַ גילדן אין דער האַנט. לױט אַ פּױלישן פֿאָלקסגלײבעכץ קען אַ מענטשנס מזל זיך פֿאַרבעסערן, אַז מע הענגט אױף בײַ זיך אין שטוב אַ פּאָרטרעט פֿון אַ ייִד מיט אַ מטבע.

פֿאַר זײַן פֿאָרשטעלונג האָט רובענפֿעלד זיך אָנגעטאָן עפּעס אַלטמאָדישס, ער זאָל אױסזען װי די ייִדן אױף יענע בילדער, זיך אַװעקגעשטעלט אױפֿן מאַרק און פֿאַרקױפֿט בילדער פֿון זיך אַלײן, װי ער צײלט געלט, קוקט אױפֿן רענדל מיט גרױס התפּעלות אָדער האַלט עס אױף דער דלאָניע, גלײַך װי ער װאָלט עס איבערגעגעבן דעם װאָס קוקט אױף אים. מיט אָט דער אַקציע איז אים געלונגען אָנצוּװײַזן אױפֿן פּראָלבעמאַטישן אַספּעקט פֿונעם גוייִשן אײַנגלײבעניש.

אַחוץ דעם האָט רובענפֿעלד רעקאָרדירט אַ װידעאָ, אין װעלכן ער דערצײלט אַז ייִדן האָבן דאָך אַלע מאָל נאָר געהאַט אַ שלים־שלימזל אין פּױלן (בעת־מעשׂה זעט מען די טױערן פֿונעם אַמאָליקן לאַגער אין אױשװיץ) אָבער איצט האָט ער פֿאַרשטאַנען אַז ער קען טאַקע מאַכן אַ געשעפֿט און זוכה־בגורל זײַן דאָ אין פּױלן, מיטן פֿאַרקױפֿן בילדער פֿון זיך אַלײן (און דערצו אױך קאַװע־טעפּעלעך מיט זײַנע פּאָרטרעטן). װײַטער דערצײלט ער, אַז אױף זײַן דאָברע־מזל האָט אָבער דער „פֿעסטיװאַלט“ אױסגעפּועלט, די שטאָט קראָקע זאָל פֿאַרװערן דאָס פֿאַרקױפֿן אַ װאָסער־ניט־איז בילד פֿון אַ ייִד מיט אַ מאָנעטע אין האַנט, צום װינציקסטן אױף עפֿנטלעכע פּלעצער.

„זײ האָבן מיר קאַליע געמאַכט דאָס געשעפֿט!“ באַקלאָגט זיך רובענפֿעלד. פֿאַרשטײט זיך, טרײַבט ער סתּם קאַטאָװעס. נאָר װאָס שײך דעם פֿאַרבאָט, איז דאָס טאַקע אמת און אַ פֿאַרקױפֿערין האָט פֿאַר אַ יאָרן געדאַרפֿט באַצאָלן אַ קנס פֿון עטלעכע טױזנט דאָלאַר צוליב דעם וואָס זי האָט עובֿר געװען אויפֿן פֿאַרבאָט און ווײַטער פֿאַרקויפֿט אַזוינע בילדער. איצט זײַנען דאָ נאָר געציילטע מענטשן װאָס פֿאַרקױפֿן נאָך די ייִדישע פֿיגורעלעך — אָן קײן מתּבעות. אַנשטאָט דעם זעט מען אַ בילד פֿון אַ ייִד מיט אַן אױסגעשטרעקטער האַנט, װאָס דער קונה קען שפּעטער אַלײן אַרײַנשטעקן אין איר אַ גראָשן.

רובענפֿעלד — דער „מזלדיקער ייִד“, װאָס האָט כּלומרשט אָנגעזעצט — נעמט הײַיאָר אָנטײל אינעם „פֿעסטיװאַלט“ מיט אַ „קלײט פֿונעם מזלדיקן ייִדן“. דאָרט קען מען ניט נאָר קױפֿן בײגעלעך, נאָר אױך כּל־מיני „ייִדישע“ זאַכן — פֿלאַשן, פּושקעס, באַנקעס און טובעס, באַגילטע און באַדרוקטע מיט אַ מגן־דוד און רובענפֿעלדס פּנים אין דער מיטן (נאָר אָן שום רענדלעך, פֿאַרשטײט זיך). „קױפֿט זשע ייִדישע פּראָדוקטן, נאַט אײַך ייִדישע קאַרטאָפֿליעס, ייִדישע מילך, ס׳איז בעסער און ס׳עט אײַך ברענגען גליק, װאָרן ס׳איז ייִדיש!“

דער יערלעכער „פֿעסטיװאַלט“ האָט זיך אָנגעהױבן מיט זעקס יאָר צוריק אינעם קראָקעװער װױנצימער פֿונעם ייִדישן פּאָרפֿאָלק רובענפֿעלד. הײַיאָר קומט ער צום ערשטן מאָל פֿאָר אינעם קאַפֿע אױף טאַרגאָװע 2 און אין נאָך עטלעכע אַנדערע פּלעצער — דער עיקר אין קלײנע, אַלטערנאַטיװע גאַלערײען און טעאַטערס און אינעם ייִדישן מוזײ „גאַליציע“.

טאַרגאָװע 2 געפֿינט זיך ניט אין קוזמאַרק, נאָר אױף יענער זײַט װײַסל, װוּ די דײַטשישע אָקופּאַנטן האָבן בעת דער מלחמה געשאַפֿן אַ ייִדישע געטאָ. דאָרט וווּ עס שטייט הײַנט דער קאַפֿע האָט זיך בעת דער נאַציסטישער תּקופֿה געפֿונען די פֿירמע פֿונעם פּאָליאַק פֿעליקס דזשובאַ װאָס האָט, זאָגט מען, געהאָלפֿן ייִדן אױף אַן ענלעכן אופֿן װי אָסקאַר שינדלער.

פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, דעם 23סטן יוני, האָט מען געעפֿנט דעם „פֿעסטיװאַלט“ מיט אַ קבלת־שבת אױף טאַרגאָװע 2. מע האָט מכבד געװען דעם עולם מיט אַ שבתדיקער סעודה. שפּעטער אין אָװנט האָט מען דערעפֿנט אַן אױסשטעלונג מיטן טיטל „לײדי לאָדאַ“ — אָפּגעדרוקטע פֿײסבוק־פּאָסטס פֿון יאַקוב סקשיפּטשאַק, אַ שרײַבער און אַ גראַפֿישער קינסטלער װאָס האָט אױך געאַרבעט װי אַ חזן און זיך פֿאַרנומען מיט ייִדישן חינוך. (אַלײן האָט ער געלערנט אין הרבֿ יצחק יוסף זילבערס ישיבֿה „שבֿי גולה“). סקשיפּטשאַק האָט געמאַכט קידוש — מיט אַן אַלטערנאַטיװער, כּמו־מקובלישער ברכה, בענטשנדיק ניט דעם נאָמען פֿונעם „האַר פֿון דער װעלט“, נאָר פֿון דער שכינה, דער „אמא עלאָה“ (דער אײבערשטער מאַמע). נאָך דער סעודה האָט ער אָנגעפֿירט מיטן זינגען דאָס ליד „שנירעלע, פּערעלע“ און דעם „טראַדיציאָנעלן ייִדישן ניגון“ — װי ער האָט זיך געקליגלט — דעם „אינטערנאַציאָל“ (אַ באַקאַנטער סאָציאַליסטישער הימען).

כּדי מע זאָל באַקומען אַן אײַנדרוק פֿון דער אױסשטעלונג, „לײדי לאָדאַ“, לאָמיר אָנכאַפּן, אַ שטײגער, סקשיפּטשאַקס פֿײסבוק־פּאָסט מכּוח פּורים. װעגן זײַן צװײטן איך, פּאַני לאָדאַ, שרײַבט ער אַז זי האָט פֿײַנט דעם יום־טובֿ און קען ניט פֿאַרטראָגן דעם אָנבליק פֿון ייִדן װאָס שיכּורן זיך אָן, צעשמײכלען זיך נאַריש און פֿרײען זיך גלאַט אַזױ. פּאַני לאָדאַ, װאָס רופֿט זיך אַלײן אַ שטאָלצע און עגאָיִסטישע באָלשעװיסטקע, װיל ליבערשט פֿאַרברענגען פֿאַר זיך. דעם 13טן טאָג אין אָדר באַהאַלט זי דעריבער דעם בראָנפֿן, ייִדן זאָלן ניט האָבן קײן משקה אױף צו מאַכן אַ לחיים. „דערנאָך, װען ס׳פֿאַלט שױן צו די נאַכט, זשליאָקעט זי זיך אָן אײנע אַלײן.“ אײן מאָל אין אַ נאָװענע פֿאַרבעט זי אום פּורים איר חבֿרטע, „און די מײדלעך פֿאַרװײַלן זיך ביז אין װײַסן טאָג אַרײַן.“ זײ שמועסן װעגן אַ צוקונפֿט אָן שום מענטשן אַחוץ זײ בײדן — „זאַלבעצװײט, אײנע אַלײן אױפֿן גאַנצן פּלאַנעט“. די אױסטערלישע װיזיע ענדיקט זיך דערמיט אַז „די מײדלעך“ קלײַבן זיך איבער קײן רױם און באַזעצן זיך אין דער װאַטיקאַנער ביבליאָטעק. סקשיפּטשאַק־לאָדאַ װינטשעװעט: „אַ פֿרײלעכן פּורים! לשנה הבאה בװאַטיקאַן!“

אױך דער פּלאַקאַט פֿונעם הײַיאָריקן „פֿעסטיװאַלט“ איז סקשיפּטשאַקס אַרבעט. אַחוץ דאָיִקײט באַטאָנט מען הײַיאָר דעם ענין, געדענקען און פֿאַרגעסן. אױפֿן פּלאַקאַט שטײען די װערטער „שמור וזכור“ — היט אָפּ און געדענק (דעם הײליקן שבת), נאָר אױך דער ציטאַט פֿון שלום אַש: „נישט דאָס געדענקען, נאָר דװקא דאָס פֿאַרגעסן איז אַ תּנאַי פֿאַר אונדזער עקזיסטענץ.“

געענדיקט האָט זיך דער ערשטער אָװנט פֿונעם „פֿעסטיװאַלט“ מיט אַ קאָנצערט פֿון עלעקטראָנישער מוזיק װאָס האָט געשאַפֿן אַ מין מעדיטאַטיװע קלאַנגען־װעלט.

דער „פֿעסטיװאַלט“ וועט נאָך אָנגיין ביזן 2טן יולי. די װאָך װעט זיך אױך אָנהײבן דער באַקאַנטער, גרעסערער פֿעסטיװאַל פֿון ייִדישער קולטור מיטן הײַיאָריקן מאָטאָ „רוח“. בײַ יענעם פֿעסטיװאַל איז דער עיקר, צו פּראַװען אַ יום־טובֿ פֿון הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור, רעלאַטיװ אומקריטיש, ניט קוקנדיק אױף דער קאָמפּליצירטער געשיכטע פֿונעם אָרט װוּ ס׳קומט פֿאָר. דער „פֿעסטיװאַלט“ פֿון די רובענפֿעלדס, מיטן מער קריטישן קוק, גיט טאַקע צו אַ װיכטיקן און אױסערגעװײנטלעכן צושטײַער צו דער רײַכער לאַנדשאַפֿט פֿון ייִדיש־קולטור־פֿעסטיװאַלן אין פּױלן. אױב די לײענער װעלן זײַן אין קראָקע די טעג, איז כּדאַי אַרײַנצוכאַפּן אַ קוק אין זײער פּראָגראַם. די בילעטן זײַנען שוין כּמעט אױספֿאַרקױפֿט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.