Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

טשיקאַוועסן: ריזיקער ייִדישער צענטער עפֿנט זיך אין בערלין • שׂרפֿה צעשטערט אַמאָליקע שיל אין רומעניעTidbits: Huge Jewish center opens in Germany • Fire damages former synagogue in Romania

אינעם נײַעם צענטער וועלן זײַן קלאַסצימערן, אַ גימנאַסטיק־זאַל,אַ קוישבאָל־פּלאַץ, אַ קינאָ און אַ דעליקאַטעסען.

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם אוידיאָ דאָ:

ריזיקער ייִדישער צענטער עפֿנט זיך אין בערלין

דער גרעסטער ייִדישער צענטער אין דײַטשלאַנד זינט דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך געעפֿנט זונטיק אין בערלין.

דער „פּערס“ ייִדישער קאַמפּוס, וואָס באַשטייט פֿון זיבן שטאָק, וועט אָנגעפֿירט ווערן דורכן בערלינער צווײַג פֿון חב״ד. מיט דער צײַט וועלן אַלע ייִדישע קינדערשולן איבער דער שטאָט זיך אַרײַנציִען אינעם נײַעם בנין.

אַחוץ קלאַסצימערן וועלן זיך אינעם קאַמפּוס געפֿינען אַ קוישבאָל־פּלאַץ, אַ גימנאַסטיק־זאַל וואָס קען אויך דינען ווי אַ לעקציע־זאַל, אַ קינאָ, אַ מוזיק־סטודיאָ און אַ כּשרער דעליקאַטעסן. דער פּראָיעקט צו בויען דעם בנין האָט געקאָסט 43.7 מיליאָן דאָלאַר.

בערך 90 טויזנט ייִדן אין דײַטשלאַנד הײַנט געהערן צו סינאַגאָגעס, פֿון רעפֿאָרם ביז אָרטאָדאָקס. נאָך 100,000 זאָגן אַז זיי זענען נישט אַפֿיליִיִרט מיט קיין שיל.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

שׂרפֿה צעשטערט אַמאָליקע שיל אין רומעניע

אַ שׁרפֿה האָט חרובֿ געמאַכט אַן אָפּגעלאָזענעם בנין אין ראַדעוויץ, רומעניע, וואָס האָט אַ מאָל געדינט ווי די שיל פֿונעם טשערנאָוויצער רבין.

לויט אַ באַריכט פֿון דער אָרטיקער פֿײַער־קאָמאַנדע האָט די שׂרפֿה אויסגעבראָכן דעם 26סטן יוני. די פֿײַערלעשער פֿון פֿינעף אָרטיקע קאָמאַנדעס האָבן שעהען לאַנג באַקעמפֿט די פֿלאַמען ביז דאָס פֿײַער האָט זיך סוף־כּל־סוף אויסגעלאָשן דינסטיק אין דער פֿרי. קיינער איז נישט פֿאַרוווּנדיקט געוואָרן.

אין 1914 האָבן אין דער שטאָט ראַדעוויץ געוווינט 6,000 ייִדן — בערך 31% פֿון דער באַפֿעלקערונג — און עס זענען געשטאַנען נײַן אַקטיווע שילן:די גרויסע סינאַגאָגע און אַכט חסידישע שטיבלעך, וווּ עס האָבן, צום גרעסטן טייל, געדאַוונט וויזשניצער און סאַדעגערער חסידים.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

Dive In

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.