Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וועלכער זמן איז דער שווערסטער פֿון יאָר?Which Jewish holiday season is the hardest to take?

ערבֿ־פּסח איז אַן אָפּקומעניש און הושענה־רבה ברענגט אַרײַן אַ שווערע שטימונג. ס’איז אָבער דאָ אַ געוויסע צײַט פֿון יאָר וואָס איז נאָך ערגער

דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אין חסידיש ייִדיש.

אויב מע וואלט געקענט רופן א געוויסן זמן צו א דין תורה, וועלעכער זמן וואלט דאס געווען?

ערב פסח למשל וואלט נישט געווען קיין קליינער בעלן, ובכן, זי דערקיטשעט, לאזט נישט גיין, לאזט נישט שטיין. אז מ׳הערט נאר באלד נאך פורים דאס ווארט פסח לאזט זיך אראפ א כבידות אויפן נאקן. דאס גאנצע רוימעריי און קאפ־דרייעניש, ווער האט נערוון דערצו, ס׳ערשט געווען פורים, מ׳האט געטון וואס מען האט געוואלט, און פלוצלינג, ערב פסח! ובכן לך תעלה קדושה…

נאך א בעלן איז שבועות נאכט. מען מוז זיין וואך, מען טאר נישטאמאל צוקלעפן אן אויג, אזוי שטייט געשריבן, וואס א מין איז דאס?… ס׳איז יום טוב, ושמחת בחגך, וואס פייניגט מען אידישע קינדער?…

און הושענה רבה, אז מ׳רעדט שוין פון בלייבן וואך, דא האלט מען אינמיטן א פריי-לוסטיגן יום טוב סוכות, מען טאנצט נאכט נאך נאכט שמחת בית השואבות, ס׳טוט זיך מוזיק, ס׳פריילעך, מען לויפט ארום, מ׳האצקעט, ס׳סוכות׳ט אין די גאסן, און פלוצלינג — א הארטנעקיגער אפשטעל, וואס איז? ליל הושעה רבה! היינט נאכט נעמט רבותם אן א כובד ראש, א כמארע נידערט אויפן האריזאנט… אנשטאט טאנצן, לעבעדיג לוסטיג.. איז א לאנגער קריאה גרויס ווי די גלות, לאנגע פארכמורעטע שטראף רייד מיטן ווארענונגס פינגער פון ספר דברים, און ס׳זיצן אנשי מעשה אין שיל אויסצוזאגן גאנץ ספר תהילים במנין באגלייט מיט ספעציעלע הושענה רבה תפילות ביז די שפעטע נאכט שעה׳ן… א ימים נוראים אינוואזיע אין דער סוכה אריין…

און אז מען שטייט אויף הושענה רבה אינדערפרי צום דאווענען, גייט מען אין שיל נישט בקומה זקופה, מיט א געהויבן קאָפ, ווי אלע טעג סוכות, נאר מיטן יום הדין׳דיגן מינע אויף די נאז, כאילו מ׳האט נישט גענוג געהאט מיטן סליחות פארגאנגענעם חודש…

און נאך „שאַנעראַבע“ קומט אן דער שכנות׳דיגער יום טוב שמחת תורה — ווידער אן ענגשאפט און בהלה, די מלכה פון כאדאראם, אירע שרייעדיגע פיוטים, כאאטישע הקפות, איינגעזעצט אין א באשיידענעם יום טוב טאג.

און וואס טוט זיך טאקע מיט ראש השנה און יום כיפור און די גאנצע עשרת ימי תשובה, דער מלך און מלכה ויוצאי משרתיהם פון אנגעצויגנקייט? א שווארעם פון געדעכטקייט, נערוון קוועטשעריי… מען דאוונט און מען זאגט ביזן אלף השישי אריין, מען פאסט, די ימי הדין, מען מאכט שיר נישט אין די הויזן.

איז אזוי מיט די ימים נוראים: איך פערזענליך האב דוקא צו די טעג נישט קיין טענות, מען דארף דאך ווי נישט ווי ערגעץ ווען אין יאר אפגעבן עפעס א דין וחשבון, זיך געבן אזא רייניג אויס פון אינעווייניג. מיר זענען דאך נישט קיין קליינע קינדער אז מיר זאלן נישט קענען דערהייבן צען תשובה טעג מיט א סך האניג לעקאך.

און באשר די דריי וואכן, ניין טעג, און תשעה באב, די משפחת המלוכה פון אנגעזעצטקייט, אפילה, מרה שחורה, אוי מה היה לנו, תאניה ועניה. איז אזוי, האסטו שטארק ליב מוזיק, איז עס אודאי אן אפקומעניש, א טריקעניש אין די אדערן. בדומה לזה, איז דיר וויכטיג דאס ארומוואשן זיך, אדער דאס אכילת בשר, איז אודאי ניין טעג דיין שלעכטער מזל. און מיט תשעה באב׳ן אליינס, קענסטו נישט דערהייבן דאס ערד זיצעריי מיטן בכה תבכה, איז דאך תשעה באב א געמיינער טאג. נאר וואס, איך האב עפעס נישט אויפגעכאפט קיין שנאה כבושה ביים פאלק קעגן די וואכן, נאר ליבערש אזא נערווירונג א לאסט ווי כלפי אן אלטיטשקן  נודניק, א מרה שחורה׳ניק, אדער ווי סתם א נאסער שוויציגער טאג… ס׳וואלט אבער קיינער – ווי ווייט איך ווייס – די ״דריי וואכן״ נישט גערופן צום דין תורה… מען קומט זיך מיט אים אדורך, מען טרעפט מיט אים א שפראך סוף כל סוף… מע לערנט זיך אויס אפילו אים צו גיבן א קלאפ אין פלייצע, אפילו ארום וויצלענען זיך…

נאר אויפן אלול, אלול מיט איר שווארצן וואלקן, דאכט זיך אז אויפן אלול זענען אלע פה אחד מלא רגזה, מ׳קען מיר אלול נישט מוחל זיין, מען איז מיט אים מער ברוגז אפילו ווי מיטן ערב פסח – די מלכה פון אבסעסיעס.

ווייל ס׳נאך א חודש ביז ראש השנה, מ׳שמעקט נאך נישט די האניג, ס׳זומערט נאך אינדרויסן,

וואס יאגסטו זיך? וואס ביסטו דוחק דעם קץ? מ׳נעמט א גאנצן פרייען חודש און מ׳צודריקט דיר דעם נפש.

און וואס דער אלול טוט נאר מיט דיר, קיינער ערלויבט זיך נישט אזוי אריינצוקומען מיט אזא שרעקאנווארפענדער מינע, אזא אפענע אומפריינדליכקייט, אזוי ווי דער אלול. אלול קומט פאר ווי א לייב, א בייזער שופט, א שווארצזאגער, א באשולדיגונגס באנק. ער קומט צו גיין מיט א בייז פנים, א נייע שטרענגע משגיח הישיבה וואס ווייסט נישט פון קיין חכמות… און מ׳באקומט קיין קרעפל נישט צוריק דערפאר, קיין שטיק האניג לעקאך נישט, נאר לויטער אנשרעקעניש, אלארמירונגען פון קול שופר ווי דער גלאק פון חדר — א צייכן אז די שפילצייט האט זיך געענדיקט און מ׳דארף צוריקגיין אין לערנצימער צום רבי׳נס שטעקן – און מ׳שעלט אים אונטער די רוקן…

קוים וואס מ׳איז צוריקגעקומען פון וואקאציע, מ׳האט זיך אקורשט געדרייט ווי לוסטיגע קינדער אין די בערג, זיך אויסגעשפילט, אויסגעבארדעוועט, געשווימען אין די באסיינען, א ניחוח פון פערפומען און די ריחות פון געפרעגלטע שומן חזיר דערגאנגען אין אלע ווינקלען אין די דאטשע שטעטלעך, שאטענעס פון לוסטיגע קאטשקעס אָן די פעדערן ארום ארום… א קול ענות, קלאנגען, פון  זינגעדיגע שונמית׳לעך — קעלעכלעך פון שיינע רייצענדיקע נקבות (אויף וואס מע קוקט נישט חלילה אפן און גראב נאר מ׳זעהט פון זייט פון אויג און ס׳גיט אומדירעקט צו צום שמחת הוואקאציע…), און ס׳געווען גוט און וואויל, געווינטלט און געפליסטערט א לייכטקייט אין דער לופט… פריידיג אויפן הארצן, אביסעלע – ווי ס׳שטייט אין די זמירות – „ונס יגון ואנחה“ (אוועק מיטן קלאגן און קרעכצן), אונטער א פריידיגער זון…

פלוצלינג א שווארצקייט, א קורטשלוס, אן ארעם ארום האלז, אן אייזערנע פארהאנג… ווי א פרעמדער בייזער כובש וואס קומט געוועלטיגן מיט כעס, די גייסות המלך מארשירן אין שטאט אריין – מורי ורבותי, אונטער די פארארדענונג פון זיין מייעסטעיט דער אלמעכטיגער, ברוך הוא וברוך שמו, ערקלערן מיר אז ס׳איז אלול… זאפארט ארויס פון שווים באסיין, זיך אנטאן די קליידער, זיך שטעלן אין א שורה – כבני מרון…

איך וואלט דעם אלול געזאגט אין פנים אריין: האלא, וואס דערגייסטו אונדז די יארן, וואס פארגינסטו נישט דאס ביסל חיות, לאז ר׳ איד אביסל קומען צו זיך, אביסל פארדייען, אטעמען. ס׳נאך דא צייט ביז ראש השנה. און אז מ׳האט זיך שוין צוגעוואוינט צום אלול און מ׳הייבט אן ווייזן א פייג,  קומט סליחות, ביים צווייטן האלב חודש, אוי וויי מיין וועלט. „יעצט לאמיר זען וואס דו קענסט“ – בורטשעט דער בייזער אלול צווישן די ציין. מ׳שטייט אויף פארטאגס, מ׳ציטערט ווי א פיש. זאגט עמיצער, האלא, פריי דיך וואס דו ביסט נישט קיין ספרדי. ביי זיי הייבט מען אן סליחותן פון ראש חודש אלול אן! האסט כאטש די ערשטע צוויי מיט א האלב וואכן מנוחה.

אבער ניין, איך פריי זיך נישט, כ׳האב גענוג פון אלול ווי ס׳איז. א וואך מיט א האלב פאר ראש השנה איז אויך צופיל. וואס יאגט מען זיך מיטן סליחות אז מען קען נישט ווארטן ביז ערב ראש השנה? לאז געמאך! ווי האט יענער געזאגט: ״די לראש השנה בשעתו״.

איז ר׳ אלול, צייט זיך צו שטעלן צום דין תורה!

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at editorial@forward.com, subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.

    Exit mobile version