Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

געראַטעוועט אָדער באַראַבעוועט? אַ מחלוקת וועגן די טײַערע חפֿצים פֿון אַמאָליקע שילן אין אוקראַיִנע Rescue or theft? A dispute about the valuable objects of former synagogues in Ukraine

אין 2016 האָבן ישׂראלדיקע פֿאָרשער געהאָלפֿן אָפּקױפֿן אַרױסגעפֿירטע חפֿצים פֿון די טשאָרטקעווער און פּידײַעצער שילן לטובֿת דעם מאָסקווער מוזײ

דער אַרטיקל איז איבערגעזעצט געוואָרן פֿון אוקראַיִניש דורך פֿיליפּ שװאַרץ. דעם אָריגינאַל קען מען לייענען דאָ.

דאָס רעדל היסטאָריקער װאָס פֿאָרשן די געשיכטע פֿון ייִדן אין אוקראַיִנע איז מיט אַ חודש צוריק גוט אױפֿגעטרײסלט געװאָרן איבער דער מעשׂה פֿון שטיקער ייִדישע קולטור־ירושה װאָס מע האָט אַרױסגעפֿירט פֿון אוקראַיִנע אינעם מאָסקװער ייִדישן מוזײ אַרײַן.

די מעשׂה האָט דערפֿירט צו אַ שאַרפֿן מײנונג־אױסבײַט אין די סאָציאַלע נעצן, פּרעסע־אַרטיקלען און אָפֿענע בריװ, ווי, למשל, פֿונעם פּראָפֿעסיאָנעלן פֿאַרבאַנד פֿון אוקראַיִנישע פֿאָרשער, װאָס פֿאַרנעמען זיך מיט ייִדישע לימודים. צו דעם איצטיקן סקאַנדאַל איז געקומען װען מע האָט אױפֿגעדעקט אַז דער טױער פֿון דער גרױסער שיל אין טשאָרטקעװ (פֿון 18טן י״ה) און אַ שטײנערנע פּלאַטע פֿון דער פּידײַעצער שיל (פֿון 17טן י״ה) זײַנען אַרױסגעפֿירט געװאָרן קײן מאָסקװע. בײדע חפֿצים זײַנען געװען טײלן פֿון דענקמעלער פֿון נאַציאָנאַלער און אָרטיקער באַדײַטיקײט.

די גאַנצע זאַך האָט געטראָפֿן אין 2016. די מעשׂה האָט אָבער אױפֿגעקאָכט דעם עולם, װען מע האָט זי דאָ ניט לאַנג באַקאַנט געמאַכט, בפֿרט נאָך דעם װי דער רוסישער מיליטער האָט ברוטאַל צעראַבעװעט די מעליטאָפּאָלער און כערסאָנער מוזײען און צעשטערט אַ גרױסן טײל פֿון אוקראַיִנעס היסטאָרישער ירושה. דערצו האָבן די צװײ ישׂראלדיקע פֿאָרשער, װאָס האָבן געהאַט צו טאָן מיטן אַרױספֿירן די חפֿצים, זיך פֿאַרענטפֿערט אױף אַזאַ מין אופֿן אַז ס׳האָט גאָרנישט ניט אױפֿגעקלערט, נאָר גיכער געגאָסן בױמל אױפֿן פֿײַער פֿונעם װיכּוח.

באָריס חיימאָװיטש און הלל קאַזאָװסקי האָבן אַרױסגעלאָזט אַ טעקסט װאָס אין אים באַרעכטיקן זײ דעם אַרױספֿיר, טענהנדיק אַז מע האָט איבערגעלאָזט אױף הפֿקר די דענקמעלער, אַזױ אַז מע האָט זײ געדאַרפֿט אָפּראַטעװען זײ זאָלן חלילה ניט חרובֿ װערן. װי אַ ראַיה רעכענען זײ אױס די דענקמעלער װאָס פֿון זײ איז שוין אַ תּל געוואָרן צוליב דעם װאָס מע לאָזט די ייִדישע קולטור־ירושה אין אוקראַיִנע אױף הפֿקר. אַזױ װי ס׳איז ניטאָ אין אוקראַיִנע קײן אינסטיטוציע װאָס איז בכּוח אָפּצוהיטן קונסטשאַפֿונגען, איז אױסגעקומען אַז מע דאַרף זײ אָפּקױפֿן און אַרױספֿירן אַהין װוּ אַזאַ אינסטיטוציע איז יאָ פֿאַראַן, דהײַנו אין מאָסקװע.

חײמאַװיטש און קאַזאָװסקי זײַנען גוט באַקאַנט אין דער אוקראַיִנישער סבֿיבֿה פֿון מוזײען־טוער װאָס פֿאַראינטערעסירן זיך אינעם אָפּהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה. מע האָט זײ זיכער ניט געהאַלטן פֿאַר קײן מאַראָדירער צי גרױסהאַלטערישע אימפּעריאַליסטן, נאָר גיכער פֿאַר קאָלעגעס און שותּפֿים װאָס אױך זײ גײט אָן, מע זאָל אָפּהיטן די ייִדישע היסטאָרישע מאַטעריעלע קולטור. דעריבער האָט דער ענין טאַקע אַרױסגערופֿן אַזאַ מחלוקת צװישן די אוקראַיִנישע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה.

צװישן אַנדערע איז אַרױסגעטראָטן מיט אַן עפֿנטלעכער װענדונג דער דירעקטאָר פֿונעם פֿאַרלאַג „דוך אי ליטעראַ“ („גײַסט און אות“), לעאָניד פֿינבערג, און געגעבן צו װיסן אַז ער שטיצט חיימאָװיטש און קאַזאָװסקי װי מומחים װאָס זאָרגן זיך װעגן דער מאַטעריעלער קולטור. די פֿאָרשער װאָס שטיצן אונטער דאָס אַרױספֿירן די טיר און דעם טאָװל האָבן געטענהט אַז, װיבאַלד ס׳איז דאָ אַ סכּנה, זײַנען פּאַסיק װעלכע ניט איז מיטלען כּדי צו פֿאַרהיטן די קולטור־דענקמעלער. דער צד־שכּנגד האָט אין בריװ און פּעטיציעס געשריבן װעגן דעם עובֿר־זײַן אױפֿן אוקראַיִנישן געזעץ, דעם צעשטערן די אױטענטישע סבֿיבֿה פֿון דער טיר און דעם טאָװל און װעגן דעם באַרױבן די אוקראַיִנישע מוזײען־טוער פֿון דער מעגלעכקײט אַלײן עפּעס צו טאָן.

איכ׳ל ניט מאַכן קײן אָנשטעל אַז איך בין אַן אָביעקטיװע אָבסערװאַטאָרין. פֿאַרקערט, כ׳בין צװישן די װאָס האָבן זיך אױפֿגעקאָכט איבער דעם פֿאַרלױפֿעניש. מיך האָט געאַרט דער אופֿן װי אַזױ מע האָט פֿאַרטײדיקט דעם־אָ שטײגער צונױפֿזאַמלען אַרטיפֿאַקטן פֿאַר אַ ייִדישן מוזײ.

ראשית, באַקומט זיך דערפֿון אַז מע באַטראַכט די גאַנצע ייִדישע קולטור־ירושה אױף דער אַמאָליקער טעריטאָריע פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד װי דאָס אײגנס, אַרײַנגערעכנט אַפֿילו טשאָרטקעװ — װאָס איז, אין די צאַרישע צײַטן, ניט געװען קײן טײל פֿון דער רוסישער אימפּעריע.

והשנית, גיט עס דעם אײַנדרוק אַז די אוקראַיִנער זײַנען אומפֿעיִק אויפֿצוהאַלטן זייער היסטאָרישע ירושה. הײסט עס, באשר זײ זײַנען ניט בכּוח דאָס צו טאָן, דאַרף מען עס אָפּלײגן אױף להבא; אַ שטײגער מע וואָלט זיי געזאָגט: „טאָמער װעט איר זיך אױסלערנען, װעט מען װידער אַ מאָל אַ קלער טאָן װעגן דעם.“ אַזױ אַרום פֿאַרזעט מען די אוקראַיִנישע מוזײען װאָס פֿאַרנעמען זיך דװקא יאָ מיטן אָפּהיטן די ייִדישע קולטור־ירושה װי, למשל, דער מוזײ פֿאַר דער געשיכטע פֿון רעליגיע אין לעמבערג.

והשלישית, טענהט מען אַז „ניט די אוקראַיִנער האָבן צונױפֿגעזאַמלט די זאַמלונגען אין די מוזײען.“ דערצו האָט אוקראַיִנע ניט נאָר ניט אָפּגעהיט די ייִדישע קולטור־ירושה, נאָר מע האָט זי אַפֿילו צעראַבעװעט, בפֿרט די מוזײיִשע זאַמלונגען. אַזױ טענהט מען — כאָטש אַזױנע גנבֿות האָבן אין די 1990ער יאָרן געטראָפֿן אױף דער גאַנצער טעריטאָריע פֿונעם געװעזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.

די אַלע טענות זײַנען אין תּוך אַרײַן ניט קײן נײַע. ס׳איז ניט דאָס ערשטע מאָל װאָס ס׳שװימט אױף די פֿראַגע װעגן אַרטיפֿאַקטן פֿון די קאָלאָניאַלע תּקופֿות װאָס געפֿינען זיך אין די מוזײען. מע האָט זיך טאַקע לעצטנס פֿאַרנומען מיט דער דאָזיקער פֿראַגע אין אַזױנע לענדער װאָס באַמיִען זיך פּטור צו װערן פֿונעם קאָלאָניאַלן באַנעם און שטײגער. מוזײען אין פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, בריטאַניע און די פֿאַראײניקטע שטאַטן האָבן אין משך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר גענומען אױף אַן אמת באַטראַכטן דעם ענין פֿון אומקערן די אַ מאָל „אַרױסגעפֿירטע“ אַרטיפֿאַקטן. אין דער מעדיאַ רופֿט מען אַזאַ מין אַרױספֿיר בעת אַ מלחמה אָדער בעתן געװעלטיקן איבער די קאָלאָניעס, פּּשוט און קלאָר, מאַראָדערײַ, און דאָס אומקערן די גזלה — רעפּאַטריאַציע. „די תּקופֿה פֿון אינדיאַנע דזשאָונס איז שױן פֿאַרענדיקט,“ האָט מיט אומעט אַ זיפֿץ געטאָן — אָדער אַרױסגערופֿן מיט שאָדנפֿרײד — דער ניו־יאָרק־טײַמס.

צװישן די מוזײען װאָס קערן אום אַרטיפֿאַקטן קײן איטאַליע, ניגעריע אָדער קאַמבאָדיע, זײַנען דאָ אַזעלכע באַרימטע אינסטיטוציעס װי דער ניו־יאָרקער מעטראָפּאָליטען־מוזײ אָדער דער סמיטסאָניאַן. פֿאַרשטײט זיך אַז אין די אַמעריקאַנער צי בריטישע מוזײען זײַנען דאָ װוּנדערלעכע תּנאָיִם פֿאַרן אָפּהיטן חפֿצים װי אױך װוּנדערלעכע פֿאַכלײַט, און ס׳איז אַ גרױסער ספֿק צי די איצטיקע מיטאַרבעטער זאָלן טראָגן אַחריות פֿאַר די רױבערישע אַרױספֿירן װאָס זײַנען פֿאָרגעקומען, למשל, אין 19טן יאָרהונדערט.

בײַ די פֿריִערדיקע דורות װידער איז דאָס אַלץ געװען אַ נאָרמאַלע זאַך. מע פֿלעג האַלטן מיט אינדיאַנע דזשאָונס, דעם שיקאַגער אַרכעאָלאָגיע־פּראָפֿעסאָר װאָס טוט טאָן ראַטעװען אַרטיפֿאַקטן פֿון פֿאַרגעסענע ציװיליזאַציעס און זײ איבערפֿירן אין מוזײען. לױט אַזאַ מין אַװאַנטורישן גײַסט פֿלעג מען טאַקע דערגאַנצן די מוזײיִשע זאַמלונגען. יעדער אַרטיפֿאַקט האָט זיך זײַן געשיכטע — פֿאַראַן אַזעלכע װאָס מע האָט צוגענומען װי זאַקרױב בשעת אַ מלחמה; אַ סך אָפּגעראַבעװעטע אַרטיפֿאַקטן האָט מען געקױפֿט אױף אינטערנעץ־ליציטאַציעס.

ס׳איז אָנגעקומען רעלאַטיװ גרינג, אָנצונעמען רעסטיטוציע־געזעצן װאָס שײך קונסטװערק װאָס די נאַציס האָבן זיך געהאַט אָנגעגזלט. די סיטואַציע איז אָבער פֿאַרװיקלטער אַז מע שמועסט װעגן אַמאָליקע קאָלאָניאַלע מלוכות. אין פֿראַנקרײַך, למשל, האָט מען אין 2017 אָנגענומען אַ געזעץ װאָס דערמעגלעכט דאָס צוריקגעבן קונסטשאַפֿונגען. אין גרױס־בריטאַניע, װידער, קומט אָן גאָר שװער אָנצונעמען אַזאַ מין געזעץ צוליב אַנדערע, יסודותדיקע געזעצן װאָס שײך מוזײען.

אין אוקראַיִנע זײַנען דאָ אַ סך אינעװײניקסטע ניואַנסן אין די מוזײען, װאָס זײערע זאַמלונגען האָבן זיך אױסגעפֿורעמט ניט סתּם אין אַנדערע דורות, נאָר אױך אין אַנדערע מלוכות. אַן עיקרדיקער טײל פֿון די עקספּאָנאַטן װאָס אין די מוזײען האָט מען קאָנפֿיסקירט, בפֿרט בײַ די רעליגיעזע קאָנגרעגאַציעס. די ייִדישע קולטור־ירושה איז ניט קײן יחיד־במינו מיט דעם, נאָר דװקא װאָס שײך דעם זאָרגן פֿאַר די ייִדישע קולטור־דענקמעלער, איז דער מצבֿ דער סאַמע קריטישער.

דעם־אָ מצבֿ װעט מען ניט קענען פֿאַרריכטן ניט דורכן אומקערן שיל־בנינים צו די ייִדישע קהילות, ניט מיט קײן געלטער. די הײַנטצײַטיקע רעליגיעזע געמײנדעס, סײַ קריסטלעכע, סײַ ייִדישע, האָבן אָפֿט אַנדערע באַדאַרפֿן און אַן אַנדערן באַנעם פֿון עסטעטיק. װאָס שײך די קריסטלעכע געמײנדעס, איז דאָ דער טראַגישער פֿאַל פֿון די צעשטערטע װאַנטגעמעלן און באַפּוצונגען אינעם סלאַװסקער קלױסטער, װאָס קײנעם האָט מען דערפֿאַר נאָך אַלץ ניט באַשטראָפֿט. װאָס שײך ייִדישע אינװעסטירער, איז דאָ דער בײַשפּיל פֿונעם סאַטענעװער בית־עולם און שיל װאָס דורך אַן אומפּראָפֿעסיאָנעלן רעמאָנט האָט מען צעשטערט דעם לאָקאַלן און היסטאָרישן װערט פֿון די אָביעקטן. אַזױ װי ס׳איז ניטאָ קײן קאָנטראָל, קען אַ רײַכער פֿינאַנצירער טאַקע איבערמאַכן און כּלומרשט פֿאַרשענערן אַ היסטאָריש װערטפֿולן דענקמאָל, װי ס׳װילט זיך אים. ס׳פֿעלן אָפֿט מאָל די פּעולהדיקע געזעצן און שײכדיקע מעכאַניזמען װאָס זאָלן קענען באַװאָרענען די דענקמעלער פֿון אַזעלכע סכּנות — באַקומט זיך פֿאַקטיש אַז לית דין ולית דיין.

ס׳אַ ספֿק צי ס׳זײַנען באַרעכטיקט די אוקראַיִנישע האָפֿענונגען, אַז אַ זײַטיקער, אַן אינװעסטירער פֿון אױסלאַנד, למשל, וועט אָנקומען און אָפּרעמאָנטירן די חורבֿות. דאָס קען ניט זײַן קײן לײזונג, דער עיקר אַז מע באַטראַכט אַז די דאָזיקע חורבֿות באַװײַזן זיך אין די שטעט ניט צוליב באָמבעס, נאָר צוליב אָפּגעלאָזנקײט. רק אַז מען אַרבעט בשותּפֿות, אין אײנעם מיט דער אָרטיקער געזעלשאַפֿט, װעט מען זיך קענען דעראַרבעטן אין אוקראַיִנע צו אַן אַנדער מין קולטור װאָס שײך באַציִען זיך צו די ייִדישע דענקמעלער.

אַ סך קולטור־שעפֿער פֿון אייראָפּע און אַמעריקע באַציִען זיך צו דער ייִדישער מאַטעריעלער קולטור װי צו אַ מקור פֿון אינספּיראַציע. זײ קומען צו פֿאָרן כּדי אַראָפּצונעמען אַ פֿילם אָדער צו מאַכן אַ פֿאָטאָ־רעפּאָרטאַזש, אָבער קײן דיאַלאָג מיט די אָרטיקע אָרגאַניזאַציעס פֿאַרפֿירן זײ ניט. די חרובֿע קולטור־ירושה גיט זײ אַ מעגלעכקײט זיך צו באַניצן מיטן ניט־בכּבֿודיקן און אומאָריגינעלן אַרגומענט װעגן אַ פֿאַרשװוּנדענער קולטור און װעגן דעם גלײַכגילט מצד די אָרטיקע תּושבֿים. כּמעט קײנער פֿון די קינסטלער בלײַבט ניט אױף לענגער בכדי צו פֿאַרשטײן אַלע סיבות און די אײגנקײטן פֿון די אָרטיקע פּראָבלעמען.

ס׳איז דאָ אין אוקראַיִנע אַ קלײנע צאָל פֿונדאַציעס װאָס האָבן געאַרבעט לױט אַן אַנדער מין שטײגער. די ראָטשילד־פֿונדאַציע, למשל, האָט דורכגעפֿירט אויסשולונג־סעמינאַרן פֿאַר מוזײיִשע פֿאַכלײַט. די דײַטשישע פֿונדאַציע GTZ האָט אונטערגעשטיצט די לעמבערגער אײַנװױנער בײַם רעסטאַװרירן די אַרײַנגאַנג־טירן פֿון זײערע מױערן. די אײראָפּעיִשע אָרגאַניזאַציע ESJF אַרבעט איבערן פֿאַרצײכענען און אָפּהיטן ייִדישע בית־עולמס. מע קען אויך דערמאָנען די רעסטאַװרירונג פֿונעם סנעטינער בית־עולם און די טעטיקײט פֿונעם פֿאַראײן מאַגוריטש װאָס היט אָפּ די שטײנער אױף בױקישע צװינטערס (די בױקעס זײַנען אַ באַרג־פֿאָלק אין די קאַרפּאַטן). אַחוץ דעם זײַנען פֿאַראַן קלענערע איניציאַטיװן, למשל די פֿון מאַרלי און דזשײ אָסבאָרן, וואָס היטן אָפּ דעם רעטינער בית־עולם.

די דערמאָנטע פּראָיעקטן אַרבעטן ענג צוזאַמען מיט די אָרטיקע תּושבֿים. דאָס זײַנען אָרגאַניזאַציעס און טוער װאָס באַמיִען זיך, ס׳זאָל זיך גוט אײַנװאָרצלען דאָס אײַנזעעניש אַז די דאָזיקע קולטור־דענקמעלער און די אַחריות פֿאַר זײ האָט מען געירשנט אין אײנעם, כאָטש דערעיקרשט ליגט די אַחריות טאַקע אױף די אוקראַיִנישע פּלײצעס.

מע װײסט ניט װי אַזױ, װען און צי מע װעט בכלל אומקערן פֿון די רוסישע מוזײען און אַרכיװן דאָס װאָס מע האָט אַרױסגעפֿירט אין משך פֿון די לעצטע יאָרהונדערטער. הײַנט צו טאָג איז די גרעסטע סכּנה אַז די אַרטיפֿאַקטן זאָלן פֿיזיש פֿאָרלױרן גײן. מיר קענען אָבער ניט אײַנשטימען צו אַ דיסקוסיע װאָס אין איר זאָגט מען אונדז אָפּ די זעלבשטענדיקײט — ניט בלױז אינעם רוסישן קאָנטעקסט, נאָר אין אַלגעמײן — װי, למשל, אַז מע נעמט איבער די אַחריות פֿאַרן קאָנטראָל איבער די דענקמעלער.

אין אײנער פֿון די היציקע דיסקוסיעס האָט זיך געהערט די טענה אַז די דאָזיקע מעשׂה זײט פֿײַנטשאַפֿט צװישן „די אוקראַיִנער און די ייִדן“. דאָס איז שױן גענוג װײַט פֿונעם אמת, אַפֿילו אַז מע נעמט אָן פֿאַר אַ פֿאַקט די אומבײַטעװדיקע קאַטעגאָריעס פֿון די אוקראַיִנער און די ייִדן. גיכער גײט אין אַ חילוקי־דעות איבער דער פֿראַגע װי אַזױ מע דאַרף אַרבעטן מיט דער קולטור־ירושה און װער ס׳האָט אַ רעכט אױף איר. דערבײַ איז געװען קענטיק װאָס די גראַדואַנטן פֿון די יודאַיִסטיק־לימודים בײַ דער קיִעװ־מאָהילאַ־אַקאַדעמיע און דער ייִנגערער דור פֿאָרשער און מוזײען־אַרבעטער זײַנען ניט מסכּים מיט די טענות פֿון די מיטאַרבעטער פֿונעם מאָסקװער ייִדישן מוזײ. ס׳בלײַבט נאָר די פֿראַגע צי זײער איניציאַטיװ און אידעען־רײַכקײט װעלן קענען גובֿר זײַן די סטאַגנאַציע פֿון דער געזעץ־געבונג װאָס שײך אָפּהיטן די דענקמעלער. און אויך: צי מע װעט אױף דעם יסוד קענען אױסבױען געזונטע שותּפֿישע באַציִונגען מיט פֿאַראינטערעסירטע לײַט פֿון אױסלאַנד.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.