ווי אוקראַיִנער פּאָעטן האָבן באַשריבן די שחיטה אין באַבי יאַרHow Ukrainian poets wrote about the Babyn Yar massacre
אַ נײַע אַנטאָלאָגיע װײַזט ווי וויכטיק די טעמע איז בײַ זיי געווען, ניט געקוקט אױף דער סאָװעטישער צענזור
דער האַרװאַרדער אינסטיטוט פֿאַר אוקראַיִנישע שטודיעס האָט אַרױסגעגעבן אַ צװײשפּראַכיקע אַנטאָלאָגיע פֿון לידער פֿון אוקראַיִנער דיכטער װעגן באַבי יאַר. ווי באַקאַנט, איז דאָס דאָס אָרט װוּ די דײַטשן און זײערע אָרטיקע מיטהעלפֿער האָבן דערמאָרדעט העכער װי דרײַסיק טױזנט קיִעװער ייִדן אום יום–כּיפּור, דעם 29טן און 30טן סעפּטעמבער פֿון 1941.
שפּעטער האָבן די דײַטשן גענוצט דעם דאָזיקן יאַר פֿאַר מאַסן–צעשיסונגען פֿון קאָמוניסטן, סאָװעטישע געפֿאַנגענע און אַפֿילו אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן, װאָס זײַנען אַנטױשט געװאָרן אין די נײַע דײַטשישע הערשער און האָבן זיך גענומען קעמפֿן קעגן זײ.
דאָס זאַמלבוך „באַבי יאַר׃ אוקראַיִנער דיכטער רופֿן זיך אָפּ‟ איז כּולל לידער פֿון 24 דיכטער, ייִדן און אוקראַיִנער, אָנגעשריבן צװישן 1941 און 2018. דער רעדאַקטאָר אָסטאַפּ קין, אַן אַמעריקאַנער פֿאָרשער און איבערזעצער פֿון אוקראַיִנישער ליטעראַטור, דערקלערט אין דער הקדמה, אַז די דיכטער, װאָס זייערע ווערק פֿיגורן אין דער אַנטאָלאָגיע, האָבן געהערט צו פֿאַרשײדענע דורות, געלעבט אין פֿאַרשײדענע פּאָליטישע תּקופֿות און געשריבן אין פֿאַרשײדענע סטילן. דער ציל פֿון זײַן פּראָיעקט, שרײַבט קין, איז צו מאַכן אַ מין „קאַטאַלאָג‟ פֿון זײערע אָפּרופֿן אױף דער ייִדישער טראַגעדיע אין באַבי יאַר.
די טעמע באַבי יאַר האָט אַ קאָמפּליצירטע געשיכטע אין דער סאָװעטישער קולטור. דעם ריזיקן פֿאַרנעם פֿון דער טראַגעדיע מען האָט אַנטדעקט ערשט נאָך דעם, װי די רױטע אַרמײ האָט באַפֿרײַט קיִעװ אין האַרבסט 1943. אױפֿן דריטן יאָרצײַט פֿון דעם מאַסנמאָרד, סוף־סעפּטעמבער 1944, האָבן זיך טױזנטער ייִדן פֿאַרזאַמלט אין באַבי יאַר אױף אַ ספּאָנטאַנער הזכּרה־צערעמאָניע.
אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה האָט די סאָװעטישע מאַכט דערלאָזט רעדן װעגן דער טראַגעדיע פֿון באַבי יאַר, אָבער דערבײַ האָט מען כּסדר פֿאַרשװיגן, אַז דאָס רובֿ קרבנות זײַנען געװען ייִדן. אין די 1960ער יאָרן האָט מען זיך גענומען בױען דאָרט נײַע הײַזער, אַ פּנים, כּדי אױסצומעקן דעם אָנדענק נאָך דער טראַגעדיע. אָבער די דאָזיקע טעמע איז געװאָרן װיכטיק פֿאַר דער ליבעראַלער אינטעליגענץ — סײַ דער ייִדישער, סײַ דער אוקראַיִנישער סײַ דער רוסישער. ערשט סוף־1980ער יאָרן, בעת גאָרבאַטשעװס „פּערעסטרױקע‟, האָט דער אָנדענק פֿונעם ייִדישן חורבן באַקומען אַן אָפֿיציעלע הסכּמה מצד דער סאָװעטישער מלוכה.
די מחברים פֿון די סאַמע ערשטע לידער אױף אוקראַיִניש, װאָס דערמאָנען דעם ייִדישן חורבן, זײַנען געװען די בכּבֿודיקע סאָװעטישע דיכטער פּאַװלאָ טיטשינאַ, מיקאָלאַ באַזשאַן און מאַקסים רילסקי. אַלײן האָבן זײ זיך דעמאָלט געפֿונען װײַט פֿון קיִעװ, עװאַקויִרט טיף אין די מזרח־געגנטן פֿונעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. זײ זײַנען ניט געװען קײן עדותן פֿון די רציחות און ניט געלעבט אונטער דער דײַטשישער אָקופּאַציע. זײערע לידער זײַנען פֿול מיט דער סאָװעטישער מליצה. זײ רופֿן צו נקמה און לױבן די רױטע אַרמײ, דעם חבֿר סטאַלין, און די ברידערשאַפֿט צװישן ייִדן און אוקראַיִנער.
אין 1942 האָט רילסקי אָנגעשריבן אַ ליד, „דעם ייִדישן פֿאָלק‟, װאָס דוד האָפֿשטײן האָט איבערגעזעצט אױף ייִדיש. די לעצטע סטראָפֿע דעקלאַרירט׃ „װאָס ענגער שפּאַנען מיר, אַלץ גיכער קומט דער פֿרידן, / דורך בלוט און חושך שפּאַנט דער זיג און דער דערפֿאָלג. / ניט שטאַרבן! לעבן דאַרף מען, אוקראַיִנער, ייִדן! / זאָל לעבן אונדזער פֿאָלק!‟
די לידער פֿון די 1960ער און די 1970ער יאָרן קלינגען שוין אַנדערש. דאָ הערט מען אָפּקלאַנגען פֿונעם מאָדערניסטישן סטיל פֿון די 1920ער יאָרן, װאָס איז דערשטיקט געװאָרן בעת סטאַלינס טעראָר אין די 1930ער יאָרן. צװישן חשובֿע פֿיגורן אין דער אוקראַיִנישער דיכטונג נאָך דער מלחמה זײַנען געװען עטלעכע ייִדן, אַזעלכע װי לעאָניד פּערװאָמײַסקי (אליהו גורעװיטש) און משה פֿישבײן.
פּערװאָמײַסקיס ליד „אין באַבי יאַר‟ (1968) איז אינטים און טראַגיש. דער דיכטער רעדט מיטן קול פֿון אַ ייִדישן טאַטן װאָס װיל פֿאַרװערן זײַן זון פֿון זען דעם טױט׃ „שטעל זיך לעבן מיר, זון מײַנער, / כ׳װעל פֿאַרמאַכן מיט מײַן דלאָניע דײַנע אױגן, / דו זאָלסט ניט דערזען דײַן אומקום, / נאָר מײַן בלוט אױף דער זון אין מײַנע פֿינגער, / יענץ בלוט, װאָס איז אױך דײַן בלוט געװאָרן / און איצט דאַרף עס אױף דער ערד זיך אױסגיסן…‟ (איבערזעצונג פֿון װעלװל טשערנין). דאָס דאָזיקע ליד איז געװען צװישן געצײלטע לידער װעגן באַבי יאַר, װאָס זײַנען אַרױס אין די דערלױבטע סאָװעטישע פּובליקאַציעס אין יענער צײַט.
אין פֿאַרגלײַך מיט פּערװאָמײַסקי וואָס איז געװען אַ חשובֿע פֿיגור אין דער סאָװעטישער אוקראַיִנישער ליטעראַטור, האָט פֿישבײן ניט געהאַט אַזאַ מזל. געבױרן אין 1946 אין טשערנאָװיץ, האָט ער עולה געװען קײן ישׂראל אין 1978 און זינט 1982 געאַרבעט אין דער אוקראַיִנישער רעדאַקציע פֿונעם ראַדיאָ „פֿרײַהײט‟ אין דײַטשלאַנד.
דאָס ליד „יאַר‟ האָט ער פֿאַרפֿאַסט נאָך זײַענדיק אין אוקראַיִנע אין 1974, אָבער עס האָט דערשינען אין דרוק ערשט אין 1984 אין ניו־יאָרק. די העלדין פֿון דעם ליד איז אױך אַ קינד, װאָס שטײט אױפֿן שװעל פֿון טױט, אָבער להיפּוך צו פּערװאָמײַסקיס ליד, האָט דאָס קינד אַ ייִדישן נאָמען, רחלע. „זי שלאָפֿט נאָך / רחלע אָן אַ לאָך אין איר שאַרבן‟, בשעת „טױזנטער מענטשן גײען צװישן האַרטע אומדערבאַרעמדיקע װענט / זײ טראָגן / רחלע אָן אַ לאָך אין איר שאַרבן […] זײ טראָגן זי דאָרטן, צו די קױלנװאַרפֿער.‟
דאָס רובֿ לידער אין דער אַנטאָלאָגיע שטאַמען פֿון דער לעצטער תּקופֿה, װען די סאָװעטישע צענזור איז שױן אָפּגעשאַפֿן געװאָרן און מען האָט געקענט רעדן פֿרײַ אױף װאָסער ניט איז טעמעס. אָבער די רעלאַטיװ קנאַפּע צאָל לידער פֿון די 1960ער און 1970ער יאָרן, װען דער חורבן אין באַבי יאַר איז געװען נאָך פֿריש אינעם זכּרון אי פֿון דיכטער אי פֿון זײערע לײענער, מאַכן אַ שטאַרקערן אײַנדרוק.
צו שרײַבן אַזאַ מין לידער דעמאָלט, װען די סאָװעטישע מאַכט האָט געהאַט אַ שטרענגן אידעאָלאָגישן קאָנטראָל איבער ליטעראַטור, איז געװען אַ סימן פֿון פֿרײַהײט, אַפֿילו װען מען האָט געמוזט מאַכן געװיסע פּשרות און ניט דירעקט דערמאָנט די ייִדן. די לידער אין דער אַנטאָלאָגיע „באַבי יאַר“ זײַנען פֿאַרשײדנאַרטיק לױט זײער סטיל און קװאַליטעט. אָבער גענומען אין אײנעם שאַפֿן זײַ אַ רײַך און פֿילפֿאַרביק בילד. די אַנטאָלאָגיע באַקענט דעם לײענער מיט אַ ברײטן אױסקלײַב פֿון אוקראַיִנישער דיכטונג, װאָס איז עד־היום פֿאַרבליבן ניט באַקאַנט דעם ענגלישן לײענער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO