דער אַרומנעמיקער לעקסיקאָן פֿון ייִדישע שרײַבער איז איצט צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץComprehensive encyclopedia of Yiddish writers has been fully digitized
די וועבזײַט פֿונעם ייִדישן קולטור־קאָנגרעס נעמט איצט אַרײַן פּרטים וועגן כּמעט יעדן שרײַבער וועמעס ווערק מע האָט אַ מאָל פּובליקירט אויף ייִדיש

Graphic by Angelie Zaslavsky
פֿאָרשער און סתּם ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט האָבן שוין פֿון לאַנג זיך גענייטיקט אין אַ דיגיטאַלישער ענציקלאָפּעדיע פֿון אַלע שרײַבער וואָס האָבן זיך געדרוקט אויף ייִדיש.
איצט האָט דער ייִדישער קולטור־קאָנגרעס, לכּבֿוד זײַן 75סטן יוביליי, דיגיטאַליזירט דעם ייִדישן אָריגינאַל און אַרײַנגעשטעלט אַ זוך־פֿונקציע. זײַן דערהײַנטיקטע וועבזײַט נעמט אַרײַן דעם גאַנצן אינהאַלט פֿונעם אַכט־בענדיקן „לעקסיקאָן פֿון דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור“, ווי אויך דעם צוגאָב־באַנד וועגן סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער.
ס׳האָט געדויערט ממש 25 יאָר צונויפֿצושטעלן דעם לעקסיקאָן, אָנהייבנדיק אין 1956, און דער קולטור־קאָנגרעס האָט עס אַרויסגעגעבן.
אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿונעם לעקסיקאָן איז שוין פֿריִער געווען צוטריטלעך אויף דער אינטערנעץ, אָנהייבנדיק פֿון 2014, אַ דאַנק דעם פֿאָרשער יהושע פֿאָגעל. קיין דיגיטאַלישן צוטריט צום ייִדישן טעקסט איז אָבער ביז איצט נישט געווען. פֿאָגעלס איבערזעצונג פֿיגורירט איצט אויך אויף דער וועבזײַט פֿונעם קולטור־קאָנגרעס. מיט דער צײַט האָפֿט דער קאָנגרעס אַז מע וועט קענען שטעלן דעם ייִדישן אָריגינאַל זײַט בײַ זײַט מיט דער איבערזעצונג.
די נײַע וועבזײַט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן דורך דזשיימי קאַץ, מיט דער באַראַטונג פֿונעם דירעקטאָר פֿונעם קולטור־קאָנגרעס — שיין בייקער, און דער זשורנאַליסטקע און אַדוואָקאַטין רחל קפֿריסין. הגם די וועבזײַט דערמעגלעכט מע זאָל קענען דורכזוכן דעם אינהאַלט, אַרבעט מען איצט צו פֿאַרבעסערן די זוך־פֿונקציע, אַ דאַנק דער מיטאַרבעט פֿונעם קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלער רפֿאל פֿינקל.
דער קאָנגרעס אַרבעט איצט בײַם דיגיטאַליזירן מער פֿון זײַנע אַרכיוון, אַרײַנגערעכנט דערציילונגען, פּיעסעס, פֿאָטאָגראַפֿיעס, קונסטווערק און אוידיאָ־רעקאָרדירונגען. צווישן די פּיעסעס וואָס מע האָט בדעה אַרײַנצוגעבן זענען „דער דיבוק“ פֿון ש. אַנ־סקי, „דאָס גרויסע געווינס“ פֿון שלום־עליכם און אַנדערע קלאַסישע ווערק פֿון ייִדישן טעאַטער.
Why I became the Forward’s Editor-in-Chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
