„בלוטיקער פֿאָלקלאָר“ – װי אַזױ האָבן ייִדן געזונגען אין אַ צײַט פֿון גזירות און אומקום?Yiddish songs written during a time of deportations and mass murder
אויף אַ לאָנדאָנער קאָנפֿערענץ האָט מען דערציילט וועגן אַ צאָל אַרכיוון ייִדישע לידער פֿאַרבונדן מיט מלחמה און רציחה.
מאַסן־הריגות, פֿאַרכאַפּונגען, מלחמה. תּיכּף האָט די ייִדישע פּאָעזיע גענומען זיך אָפּרופֿן אױף די געשעענישן פֿון דער לעצטער װאָך אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים: אלי בענעדיקט — מיט אַ װײגעשרײ און טענות צום רבונו־של־עולם; װעלװל טשערנין — מיט אַ זעונג פֿון אַ נײַער ייִדישער שטאָט אױף די חורבֿות פֿון פֿריִערדיקן עזה נאָך דעם װי מע װעט שוין האָבן פֿאַרטיליקט דעם כּרך מיט זײַנע תּושבֿים, רחמנא־לצלן; בערל קאָטלערמאַן — מיט אַ רירנדיקן ליד פֿון בטחון און אַ קלאָגליד.
אױך בעתן נאַצי־חורבן האָט דאָס ייִדישע פֿאָלק געשריבן און געזונגען לידער. דעם 7טן סעפּטעמבער האָט מען דער דאָזיקער דערשײַנונג געװידמעט אַ באַזונדערע קאָנפֿערענץ, „בלוטיקער פֿאָלקלאָר“, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דער לאָנדאָנער ביבליאָטעק פֿאַר חורבן־פֿאָרשונג א״נ אַלפֿרעד װינער.
ערבֿ דער קאָנפֿערענץ האָט מען פֿאַרבעטן דעם עולם אױף אַ קאָנצערט פֿון חורבן־לידער. די ערשטע העלפֿט קאָנצערט האָט געשפּילט זיסל סלעפּאָװיטש מיט אַ קאַפּעליע און דער כאַריזמאַטישער זינגערין סאַשע לוריא. זײער אופֿן אױפֿצופֿירן די לידער ציט די יניקה פֿון די גבֿית־עדותן פֿון דער שארית־פּליטה גופֿא, װאָס געפֿינען זיך אינעם חורבן־װידעאָ־אַרכיװ א״נ פֿאָרטונאָף.
סלעפּאָװיטש, אַ פֿאָרשער פֿון אַשכּנזישער פֿאָלקסמוזיק, האָט זיך אין משך פֿון די לעצטע צװײ יאָר צוגעהערט צו די אינטערװיוען מיט לעבן־געבליבענע און אױפֿן סמך פֿון זײער געזאַנג אױסקאָמפּאָנירט מוזיקאַלישע שאַפֿונגען, אַ מין רעקאָנסטרוקציע. בעתן קאָנצערט האָט מען געװיזן די רעקאָרדירונג פֿונעם ליד װאָס אינעם פֿאָרטונאָף־אַרכיװ. דערנאָך האָבן סלעפּאָװיטש, לוריא און פֿרײַנד װײַטער געזונגען און געשפּילט דאָס ליד. דורכן פּראָיעקט „לידער פֿון גבֿית־עדותן“ האָט מען שױן אַרױסגעגעבן צװײ דיסקן. בשעת דעם קאָנצערט האָט מען אױך געשפּילט עטלעכע לידער צום ערשטן מאָל, װאָס זײ װעט מען קענען הערן אױף אַ דריטן אַלבאָם װאָס װעט, אם־ירצה־השם, אַרױס אין יאַנואַר 2024.
אױך די צװײטע העלפֿט פֿון קאָנצערט האָט אַרײַנגענומען װעלט־פּרעמיערעס. דאָס האָט דער פּראָיעקט „ייִדישער כּבֿוד“ („ייִדיש גלאָרי“) אױפֿגעפֿירט לידער פֿון געטאָס און לאַגערן, ס׳רובֿ צונױפֿגעקליבענע דורך דעם זאַמלער משה בערעגאָװסקי. בעת װען סלעפּאָװיטש און זײַנע קאָלעגעס האָבן זיך אונטערגענומען מחיה־מתים צו זײַן דעם „בלוטיקן פֿאָלקלאָר“, האָט דער צװײטער חלק גיכער געהאַט אַ פּנים פֿון קונסטליד אײדער פֿאָלקסליד. אַליס זאַװאַדזקי האָט געזונגען מיט באַגלײטונג, און די היסטאָריקערין אַנאַ שטערנשיס האָט געגעבן פּרטימדיקע אַרײַנפֿירן.
די קאָנפֿערענץ גופֿא האָט זיך אָנגעהױבן דעם צווייטן טאָג מיט אַ מין המשך פֿונעם קאָנצערט — מיט אַ שמועס װעגן די אַרכיװן װאָס מע קען ניצן בכדי צו פֿאָרשן מוזיק און לידער פֿון ייִדישן חורבן. מע האָט, למשל, אַרומגערעדט די זאַמלונגען פֿון שמערקע קאַטשערגינסקי און בען סטאָונהיל (בנימין שטײנבערג). מאַלענאַ כינסקי (בוענאָס אײַרעס) האָט באַשריבן די שטאַפּלען פֿון קאַשטערגינסקיס אַרבעט װי אַ זאַמלער און די גלגולים פֿון די חורבן־לידער װאָס ער האָט צונױפֿגעקליבן און אָפּגעדרוקט אין פֿאַרשײדענע אױסגאַבעס. לױט איר אָפּשאַץ האָט מען זיך בײַם אָנהײב באַצױגן צו די לידער דער עיקר װי צו מוזיק, שפּעטער װידער, דער עיקר, װי צו ליטעראַרישע שאַפֿונגען.
שמועסנדיק װעגן סטאָונהילס אַרומנעמיקער זאַמלונג האָט יאַנינאַ װוּרבס (בערן/הײַדלבערג) אױפֿגעװיזן, אַז אין סטאָונהילס רעקאָרדירונגען הערט זיך, אפֿשר, דער אױטענטישער קאָנטעקסט פֿון פֿאָלקלאָר: אַ גערודער און טומלעניש, דער עולם לאַכט, זינגט מיט און פֿאַרריכט דעם זינגער אָדער מאַכט דרך־אַגבֿדיקע באַמערקונגען.
ברעט װערב (װאַשינגטאָנער חורבן־מוזײ) האָט אין זײַן רעפֿעראַט באַמערקט אַז אַ סך לידער פֿון דער חורבן־תּקופֿה האָבן איבערגענומען מעלאָדיעס פֿון פּאָפּולערע זינגלידער — אָפֿט מאָל פֿון סאָװעטישן „מאַסן־ליד“, נאָר אױך פֿון פּױלישע טאַנגאָס אָדער טעאַטער־לידער. אַלעקס װײַזער (ניו־יאָרק) האָט פֿאָרגעשטעלט די רײַכע זאַמלונגען װאָס געפֿינען זיך אינעם ייִװאָ־אַרכיװ.
אױך דער פּאַנעל װעגן „אױפֿפֿירן דעם אַרכיװ“ האָט געהאַט אַ דירעקט שײַכות צום קאָנצערט. ליזאַ פּעשל (יאָרק) האָט רעקאָנסטרויִרט אַ הומאָריסטישע פּיעסע מיט לידער, „פּרינץ בעטליגענד“, װאָס יוסף לוסטיג האָט, צוזאַמען מיט נאָך דרײַ געפֿאַנגענע, אָנגעשריבן אין געטאָ טערעזין. אין איר רעפֿעראַט האָט פּעשל דערצײלט װי מע האָט אױפֿגעפֿירט די פּיעסע מיט אַ זיבן יאָר צוריק אין דרום־אַפֿריקע און אין אױסטראַליע. בעת דער אױסטראַלישער אַנסאַמבל האָט זיך פֿאַרנומען מיט דער פֿראַגע װאָס די פּיעסע האָט בשעתּו געמײנט אינעם געטאָ, האָבן די קײפּ־טאַונער סטודענטן זי אױסגעטײַטשט װי אַ פּירוש אױפֿן מצבֿ אין דער הײַנטצײַטיקער דרום־אַפֿריקע.
װעגן אױפֿפֿירונגען האָט אױך גערעדט דער פֿינישער פֿאָרשער סימאָ מוּיִר. אָבער אין דעם פֿאַל זײַנען דאָס געװען קאָנצערטן לטובֿת דער שארית־הפּליטה, גלײַך נאָך דער מלחמה, למשל, אין סאַנאַטאָריעס. מוּיִר האָט פֿאָרגעשטעלט אַ װײניק באַקאַנטן זאַמלער, לעאָ ראָזענבליט (1904–2000), וואָס האָט געדינט ווי דער הױפּט־חזן בײַ דער שטאָקהאָלמער גרױסער שול און אױך געווען אַ זינגער אין ייִדישן טעאַטער. ראָזענבליט האָט סײַ צונױפֿגעזאַמלט לידער אין געדרוקטע אױסגאַבעס, סײַ געזונגען דעם דאָזיקן „בלוטיקן פֿאָלקלאָר“ — אומעטום אין שװעדן װוּ ס׳איז געװען אַ ייִדישער עולם.
דרך־אַגבֿ, איז דאָ שײך און אינטערעסאַנט אַ באַמערקונג פֿון דער ישׂראלדיקער פֿאָרשערין גילה פֿלאַם: אין אַלגעמײן האָבן ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה אױף טרױער־אַקאַדעמיעס גיכער פֿאַרבעטן באַרימטע זינגערינס — אין שװעדן, למשל, חיהלע גראָבער. זײ האָבן געזונגען פּאָפּולערע זאַכן און לאַװ דװקא די לידער װאָס דער עולם האָט אַלײן געזונגען אין לאַגער און געטאָ. פֿאַרקערט, װען הײַנטצײַטיקע מוזיקער שפּילן אַזעלכע לידער װאָס מע פֿלעג טאַקע זינגען אין קאַצעט, האָבן ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה טײל מאָל טענות צו זײ און פֿילן אַז מע האָט אַ שטײגער צוגענומען בײַ זײ די לידער.
אַ יוצא־מן־הכּלל צװישן די רעפֿעראַטן איז געװען אַלעקסאַנדראַ בירקס רעדע, דערגאַנצט דורך מוזיק, געשפּילט אױפֿן פֿידל דורך דער רעפֿערענטין אַלײן. בירק פֿאָרשט װי אַזױ טראַװמע דריקט זיך אױס אין דער מוזיק. דערבײַ קאָנצענטרירט זי זיך אױף מוזיק פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, פֿון מענטשן װאָס זײַנען אָפּגעקומען אין גולאַג אָדער האָבן איבערגעלעבט די מלחמה און דעם חורבן. אין לאָנדאָן האָט זי פֿאָרגעשטעלט פֿראַגמענטן פֿון אַ „ליד װעגן חורבן“ (אַ ליד אָן װערטער) װאָס דער קאָמפּאָזיטאָר עמיל לײװאַנד האָט אין משך פֿון יאָר צענדליקער געהאַלטן בײַ זיך אין שופֿלאָד.
אױך האַנאַ װילסאָן, פֿונעם אָרט־פּראָיעקט „מוזיק און דער חורבן“, האָט גערעדט װעגן אַ װערק װאָס מע האָט געפֿונען אין אַ משפּחה־אַרכיװ. ערבֿ דעם חורבן האָט דער קאָמפּאָזיטאָר, אױגן ענגל, געשאַפֿן אַן אָפּערע װאָס מע האָט געשפּילט צום ערשטן מאָל פֿאַר אַ יאָרן, 79 יאָר נאָך דעם װי ענגעל איז אומגעקומען אינעם חורבן.
דער לעצטער פּאַנעל האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער פֿראַגע, װי אַזױ לידער קענען דינען דער חורבן־פֿאָרשונג װי מקורים. איציק גאָטעסמאַן האָט אַרומגעשמועסט פֿיר דוגמאָות פֿון חורבן־לידער פֿון זײַן זאַמלונג זינגלידער װאָס ער האָט רעקאָרדירט, צװישן זײ אַ ליד װאָס זײַן מאַמע, בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן ע״ה, האָט געהערט אין אַ די־פּי־לאַגער אין װין און איבערגעזונגען פֿאַר אים — אַ ליד װעגן אַ יתומה, מסתּמא אין טראַנסניסטריע, װאָס הײבט זיך אָן מיט די װערטער:
„דו אָרעם קינד מיט שװאַרצע האָר
מיט שװאַרצע אױגן זאָג מיר גאָר.
פֿאַר װאָס דערצײלסטו יעדן ייִד,
אַז דו ביסט דאָס קינד פֿון קײנעם ניט?“
װײַטער האָט אַנאַ שטערנשיס (טאָראָנטע) אַרױסגעזאָגט די טשיקאַװע טענה אַז אַ ליד קען דינען פֿאַר אַן עדות אין אַ פּראָצעס. װי אַ ראַיה האָט זי דערקלערט װי אַזױ לידער באַשרײַבן אָפֿט פּרטים פֿון באַשטימטע געשעענישן און באַשולדיקן אמתדיקע, ספּעציפֿישע יחידים. יושר און גערעכטיקײט איז טאַקע אַן ענין פֿון גרױס װיכטיקײט אין די לידער װאָס ייִדן האָבן געשאַפֿן אין די געטאָס און לאַגערן, אונטער דער דײַטשישער אָדער רומענישער אָקופּאַציע. זײ פֿאָדערן גאַנץ אָפֿט, מע זאָל מישפּטן און באַשטראָפֿן די רוצחים און זײערע שותּפֿים. נאָך מער, אַ מאָל קומט טאַקע אױס אַז פֿון אַ געװיסן אָרט איז דער איינציקער פֿאַרבליבענער עדות פֿון די רציחות טאַקע אַ ליד.
אַחרון אַחרון איז מיכאל לוקין, אַ מוזיקאָלאָג פֿונעם העברעיִשן אוניװערסיטעט, אַרױסגעטראָטן מיט דער סאַמע אינטערעסאַנטסטער טענה פֿון גאַנצן צוזאַמענפֿאָר. צו ערשט האָט ער פֿעסטגעשטעלט אַז אין אַלגעמײן זעען מיר בעתן חורבן אַן איבעררײַס, ניט קײן המשך פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד. דאָס טראַדיציאָנעלע פֿאָלקסליד איז טאַקע נאָך אַלץ געװען בנימצא, װי משה בערעגאָװסקי האָט אױפֿגעװיזן מיט זײַנע פֿאָרשונגען ערבֿ דער דײַטשיש־סאָװעטישער מלחמה. אָבער די מערסטע לידער, װאָס גערודפֿטע ייִדן האָבן געזונגען שױן בעת דער מלחמה, האָבן זײערע מעלאָדיעס געשעפּט דװקא פֿון פּאָפּולערע ניט־ייִדישע זינגלידער. בעת די באַלאַדע און דאָס ליבעליד — װיכטיקע זשאַנערס פֿון ייִדישן פֿאָלקסליד — זײַנען שיִער ניט פֿאַרשװוּנדן געװאָרן, האָבן אַנדערע זשאַנערס נאָך געשפּילט אַ געװיסע ראָלע פֿאַרן דיכטעריש־מוזיקאַלישן אָפּרוף אױפֿן חורבן.
אָבער אין לעצטן סך־הכּל קען קײן רײד מער ניט זײַן פֿון אַ המשך. דעם דאָזיקן פֿאַקט האָט לוקין דערקלערט מיט דער סבֿרא אַז דער טראַדיציאָנעלער שטײגער און דאָס הײמישע מוזיקאַלישע לשון האָבן ניט געקענט איבערגעבן די גרױליקע איבערלעבונגען און די געפֿילן װאָס זײ האָבן אַרױסגערופֿן. בשעתן חורבן האָבן ייִדן, לױט לוקינס השערה, פֿאַרשטאַנען אַז מע דאַרף צוקומען צו אַנדערע אופֿנים זיך אױסצודריקן.
אין הײַנטיקן מדינת־ישׂראל איז דאָ אַ רעפּערטואַר לידער װאָס מע זינגט געװײנטלעך אַז מע געדענקט די אומגעקומענע אינעם חורבן און די געפֿאַלענע בעת מלחמות אָדער טעראָריסטישע אָנפֿאַלן. מע װעט דאַרפֿן אָפּװאַרטן צו זען װי עם־ישׂראל װעט געפֿינען אַן אופֿן צו געדענקען די קרבנות פֿון דער לעצטער קאַטאַסטראָפֿע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO