זום: נײַע ייִדישע פּאָעזיע לזכּרון די קרבנות פֿונעם כאַמאַס־פּאָגראָם אין ישׂראלContemporary Yiddish poetry dedicated to the Hamas pogrom victims
מע קען איצט זען די ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון דער אונטערנעמונג, ווי אויך איבערלייענען און אַראָפּלאָדן די לידער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 9טן אָקטאָבער — ניט מער װי אַ טאָג נאָך די שוידערלעכע אַטאַקן פֿון כאַמאַס שׂמחת־תּורה — האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ קװאַרטעט ייִדישע פּאָעטן כּדי פֿאָרצולײענען זײערע שאַפֿונגען: טאָמאַס סאָקסבערגער (װין), בערל קאָטלערמאַן (רמת־גן), ברוריה װיגאַנד (לאָנדאָן/אָקספֿאָרד) און מאַרעק טושעװיצקי (קראָקע). כ׳האָב געהאַט דעם כּבֿוד צו פֿירן דעם פֿאָרזיץ.
לכתּחילה האָט דער דאָזיקער פּאָעזיע־אָװנט געזאָלט פֿאָרקומען אין װין, אָבער קאָטלערמאַן האָט ניט געקענט אַרױספֿאָרן פֿון מדינת־ישׂראל כּדי צו קומען אַהין, און נאָך צװײ װאָלטן סײַ װי זיך באַטײליקט דורך זום. האָט מען באַשלאָסן דורכצופֿירן די אונטערנעמונג אין גאַנצן װירטועל. מע קען זיך צוקוקן צו אַ רעקאָרדירונג דערפֿון אָט דאָ.
די טעמע פֿונעם אָװנט איז געװען „בלאָנדזשענישן“. די שטימונג איז, פֿאַרשטײט זיך, געװען אַן אומעטיקע. בײַם אָנהײב האָט מען גערופֿן אַ רגע פֿון שטילשווײַגן לזכּרון די אומגעקומענע. די ערשטע רונדע לידער האָט מען — װי אַ מין אַזכּרה — געװידמעט ארץ־ישׂראל. װײַטער האָט מען געהערט װעגן די גלגולים פֿון אַ װײַסער ציג, װעגן ים־גײערס און װעגן בלאָנקען אױף דער יבשה.
ניט נאָר שפּאַצירן אױף דער נאַטור איז געװען אַ טעמע, נאָר אױך מעטאַפֿיזישע װאַנדערונגען און װאָגלענישן, דער עיקר פֿאַרשײדענע מינים איבערגאַנגען אָדער צונױפֿטרעפֿונגען. סך־הכּל האָט יעדער דיכטער פֿאָרגעלײענט פֿינף מאָל — געװײנטלעך אַ לענגער ליד, טײל מאָל עטלעכע קירצערע איינס נאָך אַנאַנד, למשל אַ ציקל הײַקוס.
פֿאַרן עצם לײענען האָבן די פּאָעטן געזאָגט אַ װאָרט אַפֿריִער און דערצײלט װאָס האָט זײ אינספּירירט און געגעבן דעם שטױס אָנצושרײַבן דאָס ליד. בײַם סוף האָט דער עולם באַמערקט אַז דאָס איז טאַקע געװען אײנער פֿון די אינטערעסאַנטסטע אַספּעקטן פֿונעם אָװנט. אױף אַזאַ אופֿן האָט מען טאַקע באַקומען אַן אַרײַנבליק אינעם געדאַנקענגאַנג פֿון אַ פּאָעט.
דאָס איז געװען דער צװײטער ייִדישער פּאָעיזע־װאַרשטאַט פֿון דעם סאָרט. אין פֿעברואַר 2023 האָט מען געהאַט אײַנגעאָרדנט אַזאַ מין װאַרשטאַט אין אָקספֿאָרד, ענגלאַנד, און, אם־ירצה־השם, װעלן נאָך זײַן װײַטערדיקע אַזעלכע אונטערנעמונגען — אָנהײב 2024, למשל, אין קראָקע, דער הײמשטאָט פֿון מאַרעק טושעװיצקי, אײנעם פֿון די באַטײליקטע פּאָעטן.
מע קען איבערלײענען די לידער פֿונעם „װינער“ װאַרשטאַט אָט דאָ.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
