מע קען איצט לייענען יצחק באַשעװיסעס צײַטונג־אַרטיקלען אויף ענגליש You can now read I. B. Singer’s newspaper articles in English
אינעם ערשטן פֿון דרײַ בענד, זעט מען ווי שטאַרק ער האָט געגלייבט אַז די אַמעריקאַנער ייִדישע ליטעראַטור מוז שעפּן יניקה פֿון אַלטע מזרח-אײראָפּעיִשע קװאַלן.
ס’רובֿ ייִדן ווייסן נישט אַז יצחק באַשעװיס האָט גענוצט לכל-הפּחות דרײַ פּען-נעמען פֿאַר זײַנע פּובליקאַציעס אין פֿאָרװערטס.
בײַ זײַנע ליטעראַרישע ווערק איז דער נאָמען געווען יצחק באַשעװיס, בעת זײַנע זשורנאַליסטישע אַרטיקלען האָט ער אונטערגעשריבן װי יצחק װאַרשאַװסקי אָדער ד. סעגאַל. אױף ענגליש איז באַשעװיס באַקאַנט געװאָרן װי אײַזעק באַשעװיס זינגער, בעת די פּסעוודאָנימען װאַרשאַװסקי און סעגאַל זײַנען פֿאַרבליבן באַגראָבן אינעם אַרכיװ פֿון פֿאָרװערטס.
דער שרײַבער דוד סטראָמבערג, װאָס האָט שױן איבערגעזעצט אײניקע ליטעראַרישע װערק פֿון באַשעװיסן אויף ענגליש, האָט זיך אונטערגענומען אַן אַרומנעמיקן פּראָיעקט צו באַקענען דעם ענגליש-שפּראַכיקן עולם מיט באַשעװיסעס זשורנאַליסטישער ירושה, װאָס איז אַרױס אונטער דעם נאָמען יצחק װאַרשאַװסקי. די גאַנצע זאַמלונג װעט באַשטײן פֿון דרײַ בענד, און דעם ערשטן באַנד, „שריפֿטן װעגן ייִדיש און ייִדישקײט׃ די מלחמה–יאָרן 1945-1939“, אַרויסגעלאָזט דורכן פֿאַרלאַג „װײַסע ציגעלע‟ בײַם ייִדישן ביכער-צענטער, קען מען שוין באַקומען.
יענע יאָרן זענען געװען שװערע פֿאַר באַשעװיסן. זינט זײַן קומען קײן אַמעריקע אין 1935 האָט ער געפּרוּװט צו געפֿינען אַן אײגענעם אָרט אין דער נײַער ליטעראַרישער סבֿיבֿה. ער האָט געשריבן אַרטיקלען פֿאַרן פֿאָרװערטס, אָבער פֿאַר די היגע ייִדישע ליטעראַטן איז ער פֿאַרבליבן אינעם שאָטן פֿון זײַן באַרימטן עלטערן ברודער ישׂראל יהושע. דערפֿאַר איז ניט קײן חידוש, װאָס באַשעװיס איז געװען ביטער לגבי דעם מצבֿ און די אױסזיכטן פֿון ייִדיש אין אַמעריקע און פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדנטום בכּלל. אין זײַנע אַרטיקלען חזרט ער איבער דעם געדאַנק, אַז די ייִדישע ליטעראַטור מוז שעפּן איר יניקה בלױז פֿון דער טראַדיציאָנעלער ירושה, װײַל קײן עכטע ייִדישע קולטור אין אַמעריקע איז שױן ניטאָ.
דער חורבן פֿונעם פּױלישן ייִדנטום האָט אַ תּל געמאַכט פֿון באַשעװיסעס האָפֿענונג וועגן דער אױפֿלעבונג פֿון ייִדיש אין מזרח-אײראָפּע. ער האָט פֿאַרגליכן דעם גורל פֿון ייִדיש און העברעיִש. בעת העברעיִש איז אױפֿגעלעבט געװאָרן אױפֿן סמך פֿון די אַלטע ליטעראַרישע מקורים, דער עיקר פֿונעם תּנ״ך, איז ייִדיש בטבֿע אַ בעל-פּהיִקע שפּראַך, װאָס קען לעבן נאָר אינעם מױל פֿונעם פֿאָלק. דער מאַסנמאָרד פֿון ייִדן האָט באַראַבעװעט ייִדיש פֿון זײַן לעבעדיקן קװאַל. דער חורבן איז אַוודאי געװען דער סאַמע שװערסטער קריזיס אין דער געשיכטע פֿון ייִדיש.
באַשעװיס האָט פֿאָרגעלײגט פֿאַרשײדענע ראַדיקאַלע סגולות פֿאַר ראַטעװען די ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור. ער איז געװען ברוגז מיט ייִװאָ צוליב דעם, װאָס דער אינסטיטוט האָט ממשיך געװען פֿילאָלאָגישע פֿאָרשונגען אַנשטאָט זאַמלען װאָס גיכער די רעשטן פֿונעם לעבעדיקן ייִדישן לשון. באַשעװיס האָט געחלומט פֿון אַ מין ייִדיש-ישיבֿה, װוּ ייִדישע שרײַבער װעלן זיך לערנען ייִדישקײט נוסח מזרח-אײראָפּע. ער האָט מיט ביטול געשריבן װעגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור, װאָס האָט פֿאַר אים ניט געהאַט קײן ייִדישן טעם. אָבער ער האָט זיך געהיט פֿון דערמאָנען קאָנקרעטע נעמען.
סטראָמבערג שרײַבט, אַז באַשעװיסעס טעקסטן פֿון יענער תּקופֿה זײַנען „אָנגעזאַפּט מיט זײַן פּערזענלעכער דערפֿאַרונג.‟ בעת דער מלחמה איז באַשעװיס פֿאַריתומט געוואָרן. זײַן מאַמע און ייִנגערער ברודער משה זײַנען אומגעקומען אַרום 1942 ערגעץ אין קאַזאַכסטאַן, װוּ די סאָװעטן האָבן זײ פֿאַרשיקט נאָך דעם אױסבראָך פֿון דער מלחמה. זײַן עלטערער ברודער ישׂראל יהושע איז געשטאָרבן פֿון אַ האַרץ-אַטאַקע אין ניו-יאָרק אין 1944.
די באַציִונגען מיט דער שװעסטער הינדע אסתּר קרײטמאַן, װאָס האָט געלעבט אין לאָנדאָן, זײַנען ניט געװען קײן פֿרײַנדלעכע. אַזױ אַרום האָט זיך בהדרגה אױסגעפֿורעמט באַשעװיסעס געשטאַלט װי דער לײדיקער שומר פֿון די אוצרות פֿון דער אומגעקומענער װעלט פֿון פּױלישן ייִדנטום. אין יענע יאָרן האָט ער אָנגעהויבן צו דרוקן אין המשכים אין פֿאָרװערטס זײַן נײַעם ראָמאַן „די פֿאַמיליע מושקאַט‟. מיט דעם דאָזיקן ראָמאַן האָט באַשעװיס אָנגעהױבן זײַן שליחות פֿון אָפּהיטן דעם אָנדענק פֿון די פּוילישע ייִדן. אַזױ אַרום, פֿאַרסך-הכּלט סטראָמבערג, עפֿנט די מלחמה-צײַט אַ נײַע פֿאַזע אין באַשעװיסעס ליטעראַרישער קאַריערע.
להיפּוך צו דעם ייִדישן ליטעראַרישן הױפּטשטראָם האָט באַשעװיס קײן מאָל — ניט אין פּױלן און ניט אין אַמעריקע — ניט געהאַט קײן לינקע פּאָליטישע נטיות. זײַן קאָנסערװאַטיװער װעלטבאַנעם האָט משפּיע געװען ניט נאָר אױף זײַן באַציִונג צו דער ייִדישער קולטור, אָבער אױך אױף זײַן אַלגעמײנער אױפֿנאַמע פֿון אַמעריקע און אַמעריקאַנער ייִדן װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר עמי-האָרצים. אין זײַנע אַרטיקלען דערצײלט באַשעװיס זײַנע אַמעריקאַנער לײענער װעגן אַלטע מיסטישע גלױבענישן, אַזעלכע װי דיבוקים, און פּרוּװט זײ צו דערקלערן מיט דער הילף פֿון הײַנטצײַטיקע פּסיכאָלאָגישע טעאָריעס. אין אײניקע אַרטיקלען, באַמערקט סטראָמבערג, לאָזן זיך דערקענען קערנדלעך פֿון זײַנע קומעדיקע װערק. למשל, אין אַן אַרטיקל װעגן חנוכּה באַװײַזט זיך די פֿיגור פֿון אַ ייִד, װאָס האָט זיך געראַטעװעט פֿונעם חורבן פֿאַרמאַסקירט פֿאַר אַ פּראָסטן פּױלישן פּױער. שפּעטער װערט אַזאַ פֿיגור אַנטװיקלט װי דער העלד פֿונעם ראָמאַן „דער קנעכט‟.
סטראָמבערג באַזאָרגט יעדן אַרטיקל מיט אַ קורצער הקדמה, װאָס דערקלערט דאָס חשיבֿות און דעם טײַטש פֿון יעדן טעקסט. די דאָזיקע דערקלערונגען זײַנען ניצלעך פֿאַר אַ לײענער, װאָס װיל בעסער פֿאַרשטײן באַשעװיסעס געדאַנקענגאַנג און זײַן קינסטלערישע עװאָלוציע. אַװדאי שטײען ניט אַלע אַרטיקלען אױף דעם זעלבן קינסטלערישן און אינטעלעקטועלן ניװאָ װי זײַנע ליטעראַרישע װערק. ניט אומזיסט האָט ער זיך אונטערגעשריבן מיט אַ פּען-נאָמען. עס װאָלט אפֿשר געװען כּדאַי צו זײַן אַ ביסל מער קריטיש צו באַשעװיסעס זשורנאַליסטישע אַרטיקלען. אָפֿט מאָל זעט מען, אַז ער האָט געשריבן אין אײַלעניש, כּדי צו באַװײַזן אָפּצוגעבן דעם מאַטעריאַל צו דעם אױסגאַבע־טערמין.
באַשעװיס איז ניט געװען קײן פֿאַרלאָזלעכער און יושרדיקער קריטיקער פֿון אַנדערע ייִדישע ליטעראַטן אין אַמעריקע. זײַנע אַרטיקלען שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז די היגע ייִדישע ליטעראַטור האָט גאָר ניט געהאַט קײן װערטפֿולע פֿיגורן, ניט שלום אַש, ניט יוסף אָפּאַטאָשו, ניט דוד איגנאַטאָװ, ניט ברוך גלאַזמאַן, און ניט קײן אַנדערע שרײַבער װאָס זײַנען געװען פּאָפּולער אין יענע יאָרן. די אַרטיקלען אַנטפּלעקן אַ פּערזענלעכקײט, װאָס פֿילט זיך אײנזאַם און ניט הײמיש אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער סבֿיבֿה. מיט דער צײַט האָט באַשעװיס אַנטװיקלט אַן אײגנאַרטיקע סטראַטעגיע פֿון פֿאָרשטעלן זיך ווי דער אײנציקער לעבעדיקער יורש און היטער פֿון דער אױטענטישער ייִדישקײט. די דאָזיקע סטראַטעגיע האָט אים שפּעטער געבראַכט אַ סך דערפֿאָלג, בפֿרט אין די אױגן פֿון זײַנע ענגליש־שפּראַכיקע לײענער. אַ דאַנק סטראָמבערגס איבערזעצונגען קען מען איצט זען דעם אָנהײב פֿון דער דאָזיקער געראָטענער סטראַטעגיע.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO