Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די „קולטור־ליגע‟ — אַ קיִעווער נעץ וואָס האָט געבראַכט ייִדיש־קולטור צו די ייִדישע מאַסןThe Kultur Lige — a Kyiv-based network that brought Yiddish culture to the Jewish masses

די אינסטיטוציע האָט געבויט ייִדישע ביבליאָטעקן, קינדער־גאָרטנס, פֿאַרלאַגן, מוזיקשולן, צײַטשריפֿטן און טעאַטערס.

די געשיכטע פֿון דער „קולטור־ליגע‟, װאָס איז געװען טעטיק אין אוקראַיִנע אין די ערשטע יאָרן נאָך דער רוסישער אָקטאָבער־רעװאָלוציע, איז הײַנט װײניק באַקאַנט אַפֿילו צװישן די היסטאָריקער פֿון מיזרח־אײראָפּע.

דאָס איז געװען אַ יוצא-דופֿנדיקער אױפֿטו פֿון אַ קבֿוצה קיִעװער ייִדישע ליטעראַטן, קינסטלער און כּלל־טוער. די בלי־תּקופֿה פֿון דער „קולטור־ליגע‟ איז געװען קורץ, צװישן 1918 און 1921. דאָס זײַנען געװען יאָרן פֿון בלוטיקע רציחות אױף ייִדן, הונגער און מגפֿות איבער גאַנץ אוקראַיִנע, אָבער די „קולטור־ליגע‟ האָט באַװיזן צו שאַפֿן אַ רײַכע, פֿילזײַטיקע קולטור אױף ייִדיש.

חוץ דעם, איז די „קולטור־ליגע‟ געװען אַ װיכטיקער פּאָליטישער עקספּערימענט. דאָס איז געװען דאָס ערשטע מאָל װען אַ מינאָריטעט האָט אױפֿגעבױט אַ דעמאָקראַטישע מלוכישע אינסטיטוציע פֿאַר קולטורעל-נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע. די אידעאָלגיע פֿון דער „קולטור־ליגע‟ איז געװען גלות־נאַציאָנאַליזם, און איר ציל איז געװען איבערצומאַכן די ייִדישע מאַסן אין אַ שעפֿערישע און פּראָדוקטיװע גלות-פֿאָלק מיט ייִדיש װי איר נאַציאָנאַלע שפּראַך. צוליב דעם האָט די „קולטור־ליגע‟ אױפֿגעבױט אַ נעץ פֿון לאָקאַלע, רעגיאָנעלע, נאַציאָנאַלע און טראַנס־נאַציאָנאַלע אָרגאַניזאַציעס; צווישן זיי — ביבליאָטעקן, קינדער־גאָרטנס, פֿאַרלאַגן, צײַטשריפֿטן, טעאַטערס און כּלערלײ שעפֿערישע פֿאַרבאַנדן.

דאָס נײַע זאַמלבוך „בױענדיק אַ מאָדערנע ייִדישע קולטור׃ די ייִדישע קולטור-ליגע‟ באַהאַנדלט אָט די אַלע פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע. די רעדאַקטאָרן האַריעט מוראַװ, גענאַדי עסטרײַך און מיראָסלאַװ שקאַנדריִי, װי אױך די באַזונדערע מחברים פֿון די קאַפּיטלען, זײַנען מומחים אױף דער ייִדישער און אוקראַיִנישער קולטור, קונסט, מוזיק, ליטעראַטור און געשיכטע.

אין יאַנואַר 1918 האָט די „צענטראַלע ראַדע‟, דער פּאַרלאַמענט פֿון דער ערשט־געבױרענער אוקראַיִנער פֿאָלקרעפּובליק, דערקלערט „נאַציאָנאַל-פּערזענלעכע אױטאָנאָמיע‟ פֿאַר ייִדן און געשאַפֿן אַ מיניסטעריום פֿאַר ייִדישע ענינים. להיפּוך צו אַנדערע מלוכות, אַזעלכע װי ליטע און לעטלאַנד, װאָס זײַנען אױפֿגעקומען אין מיזרח־אײראָפּע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט אוקראַיִנע דאָס געטאָן פֿרײַװיליק. אָבער די ערשטע יאָרן פֿון דער עקזיסטענץ פֿון דער „קולטור־ליגע‟ זײַנען װײַט ניט געװען רויִק.

דער ירושלימער היסטאָריקער הילל קאַזאָװסקי דערקלערט די פּאָליטישע טאַקטיק פֿון דער פֿירערשאַפֿט פֿון דער „קולטור־ליגע‟ אינעם בלוטיקן יאָר 1919, װען אוקראַיִנע איז געװאָרן דאָס שלאַכטפֿעלד פֿון פֿיר פֿאַרשײדענע אַרמײען. קיִעװ איז דעמאָלט אַריבער פֿון די אוקראַיִנער נאַציאָנאַליסטן צו די רוסישע „רױטע“ באָלשעװיקעס און דערנאָך צו די רוסישע „װײַסע“ אַנטי־באָלשעװיקעס.

קאַזאָװסקי טענהט, אַז דװקא די מיטאַרבעט מיט דער סאָװעטישער מאַכט, װאָס האָט געהערשט אין קיִעװ צװישן פֿעברואַר און אױגוסט פֿון 1919, האָט געהאָלפֿן דער „קולטור־ליגע‟ װײַטער פֿירן איר טעטיקײט אונטער די שװערע באַדינגונגען. דעמאָלט האָבן די באָלשעװיקעס בלית-ברירה געשטיצט די ייִדישע אױטאָנאָמיע װײַל זײער מאַכט איז געװען נאָך שװאַך און זײ האָבן זיך גענײטיקט אין ייִדן װי אַליִיִרטע. אַזױ איז האָט די „קולטור־ליגע“ פֿאַרבליבן דער הױפּט־אַנשטאַלט פֿאַר ייִדישע ענינים.

דװקא אַזאַ פּאָליטישער מצבֿ האָט דערמעגלעכט דעם אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע אין 1919. מיט אַ יאָר שפּעטער, װען די באָלשעװיקעס האָבן װידער פֿאַרנומען קיִעװ, זײַנען זײ שױן מער ניט געװען טאָלעראַנט צו ניט־קאָמוניסטישע אָרגאַניזאַציעס, און אין סעפּטעמבער 1920 איז די קיִעװער „קולטור־ליגע“ געװאָרן באָלשעװיזירט און אָנגעװױרן איר אױטאָנאָמיע. אַ װיכטיקע ראָלע האָט דערין געשפּילט דער קריטיקער יצחק נוסינאָװ, װעלכער איז שפּעטער געװאָרן אײנער פֿון די חשובֿסטע סאָװעטישע ליטעראַטור־פֿאָרשער.

ייִדישע קינסטלער און ליטעראַטן אַרום דער „קולטור־ליגע“ האָבן אַקטיװ מיטגעאַרבעט מיט זײערע אוקראַיִנער קאָלעגעס. סײַ די סײַ יענע זײַנען געװען פֿאַרטאָן אין זוכן אַן אײגנאַרטיקן נאַציאָנאַלן סטיל אין קונסט, װאָס זאָל פֿאַראײניקן עלעמענטן פֿון פֿאָלקלאָר און אײראָפּעיִשן אַװאַנגאַרד.

שקאַנדריִי אַנטפּלעקט אינטערעסאַנטע פּאַראַלעלן צװישן די טעאָרעטישע חקירות פֿונעם ייִדישן קינסטלער ברוך אַראָנסאָן און דעם אוקראַיִנישן קינסטלער מיכאַילאָ בױטשוק. יעדער אײנער האָט אױף זײַן אופֿן געפּרוּװט אַרױסצוציִען עלעמענטן פֿון נאַציאָנאַלער פֿאָרם פֿון אַלטע מקורים און זײ צונױפֿשמעלצן אין אַ מאָדערנעם נאַציאָנאַלן סטיל. פֿאַר ייִדן זײַנען די דאָזיקע מקורים געװען אױסגעקריצטע שטײנערנע מצבֿות און ביכער־גראַפֿיק, בעת די אוקראַיִנער האָבן געשעפּט זײער יניקה פֿון פֿאָלק־אָרנאַמענטן און איקאָנעס. בײדע שטרעמונגען האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט דער אַקאַדעמישער שיטה אין דער רוסישער קונסט, װאָס האָט פֿאַר זײ געשמעקט מיטן רוסישן אימפּעריאַליזם.

צװישן די פֿאַרשײדענע סעקציעס פֿון „קולטור־ליגע“ איז געװען אויך די מוזיק־סעקציע. װי עס שרײַבט ליודמילאַ שאָלאָכאָװאַ, די פֿאַרװאַלטערין מיטן ייִדישן אָפּטײל פֿון דער ניו-יאָרקער עפֿנטעלער ביבליאָטעק, האָט די דאָזיקע סעקציע געהאַט צװײ צילן׃ צו פּראָפּאַגאַנדירן ייִדישע מוזיק צװישן די ייִדישע מאַסן און צו דערמוטיקן ייִדישע מוזיקער צו שאַפֿן נײַע װערק אין אַ נאַציאָנאַלן ייִדישן סטיל.

צוליב דעם האָט די „קולטור־ליגע“ אָרגאַניזירט קאָנצערטן, װוּ מען האָט פֿאָרגעשפּילט די װערק פֿון אלכּסנדר קרײן, משה מילנער, לאַזאַר װײנער און אַנדערע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן פֿון יענער צײַט. אין 1920 האָט די „קולטור־ליגע“ געעפֿנט די ערשטע מוזיקשול פֿאַר קינדער, און בפֿרט פֿאַר די יתומים פֿון די פּאָגראָמען. דער ערשטער דירעקטאָר פֿון דער דאָזיקער שול איז געװען משה בערעגאָװסקי, װעלכער האָט אין די 1930ער־1940ער יאָרן זיך קונה־שם געװען מיט זײַנע פֿאָרשונגען פֿונעם ייִדישן פֿאָלקלאָר.

װען בערעגאָװסקי איז אַרעסטירט געװאָרן בעת סטאַלינס אַנטיסעמיטישע גזירות אין 1950, איז דװקא די דאָזיקע טעטיקײט געװען דער תּירוץ פֿאַר די באַשולדיקונגען אין „ייִדישן נאַציאָנאַליזם“. די ייִדישע מוזיקשול פֿאַר קינדער איז פֿאַרמאַכט געװאָרן אין 1925. אין אירע לעצטע יאָרן, צװישן 1920 און 1925, האָט מען מער געשפּילט קלאַסישע קאָמפּאָזיאָטרן װי מאָצאַרט און בעטהאָװען, און די קאָנצערטן פֿון דער „קולטור־ליגע“ זײַנען געװען זײער פּאָפּולער צװישן דעם ברײטערן קיִעװער עולם.

די ייִדישע דיכטער און שרײַבער, װעלכע זײַנען געװען אַקטיװ פֿאַרטאָן אין דער „קולטור־ליגע“, אַזעלכע װי לײב קװיטקאָ, דוד האָפֿשטײן, פּרץ מאַרקיש, דוד בערגעלסאָן און דער נסתּר, האָבן שפּעטער פֿאַרנומען דעם סאַמע חשובֿן און בכּבֿודיקן אָרט אין דער סאָװעטישער ייִדישער ליטעראַטור.

שפּעטער האָבן זײ זיך געמוזט צופּאַסן צו די שטרענגערע אידעאָלאָגישע פֿאָדערונגען פֿון דער סאָװעטישער צענזור, אָבער זײער פּאָעטישע שפּראַך מיט אײגנאַרטיקע אימאַזשן און מעטאַפֿאָרן איז פֿאַרבליבן אײַנגעװאָרצלט אין דער תּקופֿה פֿון דער „קולטור־ליגע“. די קינסטלערישע פּאָעטיק פֿון קװיטקאָ און בערגעלסאָן װערט באַטראַכט אין די קאַפּיטלען פֿון מוראַװ און דער יונגער דײַטשישער פֿאָרשערין דאַריאַ װאַכרושעװאַ.

„קולטור־ליגע“ איז געגרינדעט געװאָרן אין קיִעװ, אָבער שפּעטער האָט זי געהאַט גילגולים אין אַנדערע לענדער, צװישן זײ — פֿראַנקרײַך און רומעניע. װעגן די דאָזיקע אָפּצװײַגן שרײַבן ניק אַנדערװוּד (אַמעריקע) און אַוגוסטאַ קאָסטיוק ראַדאָסלאַװ (רומעניע). אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד זײַנען די לעצטע יורשים פֿון דער „קולטור־ליגע“ — דער קאָאָפּעראַטיװער פֿאַרלאַג און די קונסטשול — פֿאַרמאַכט געװאָרן אַרום 1930, אָבער אַמאָליקע מיטגלידער פֿון דער „קולטור־ליגע“ האָבן ממשיך געװען זײער שעפֿערישע טעטיקײט אין דער אָפֿיציעלער סאָװעטישער קולטור.

דװקא זײ זײַנען געװאָרן דער קולטורעלער קערן פֿונעם „ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט“ בשעת דער צװײטער װעלט־מלחמה, און האָבן געמאַכט דעם װיכטיקסטן בײַטראָג אינעם קורציאָריקן אױפֿבלי פֿון דער ייִדישער קולטור אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. דער דאָזיקער אױפֿבלי איז דערשטיקט געװאָרן דורך סטאַלינען אין 1948. קװיטקאָ, האָפֿשטײן, מאַרקיש און בערגעלסאָן זײַנען צעשאָסן געװאָרן דעם 12טן אױגוסט פֿון 1952. דער נסתּר און נוסינאָװ זײַנען אומגעקומען אין תּפֿיסה.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.