אַ פּאָדקאַסט וועגן דעם ערשטן ייִדישן ראָמאַן איז פֿול מיט גרײַזןPodcast about the first Yiddish novel in history is filled with errors
ס׳איז קלאָר אַז די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם וועגן דעם ראָמאַן „בבֿא־בוך“ קענען נישט קיין ייִדיש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דער אַרטיקל איז אָנגעשריבן אויפֿן חסידישן ייִדיש.
דער ערשטער אידישער ראמאן אויף דער וועלט איז געשריבן געווארן מיט פינף הונדערט יאר צוריק אין איטאליע און איז געדרוקט געווארן אין דייטשלאנד. געהייסן האט עס „בבא ד׳אנטאָנאַ“, מער באקאנט ווי בבא בוך [באָווע־בוך] און דער מחבר איז געווען אליהו בחור.
בבא — דער העלד פון דער געשיכטע — איז א אידיש-רעדנדיקער „דאן קיכאט“ באזירט אויף א פאפולערן גויאישן ראמאן, נאר אביסל פאראידישט.

דער באקאנטער אויסדרוק „באבע מעשה“ איז א גלגול פון דעם ביכל.
„טעאטער דיבוק“, אַ טעאַטראַלע גרופּע אין לאָס־אַנדזשעלעס, האט ארויסגעלאזט א פאדקאסט וועגן דעם מערקווירדיגן ביכל, אבער עטליכע בולטע גרייזן זענען דארט אריינגעפאלן צוליב דעם וואס דער גאסט אויף דער פראגראם — א פראפעסערין פון טעאטער, אירית דזשאפי-בערג — איז, ווייזט אויס, נישט גענוג באקאנט מיט אידיש.
איר ערשטער טעות, איז געווען וועגן דעם ווארט „בלבולים“. די מעשה פונ’ם העלד בבא קומט צו א הויכפונקט, ווען זיין געליבטע מארגרעטא — דעם סולטאנס טאכטער — פאלט חלשות, נאכדעם וואס בבאס ערשטע ווייב, דרוזיאנא, איז פלוצלונג צוריקגעקומען.
בבא זאגט מארגארעט אז ער מוז צוריקגיין צו דרוזיאנא — אבער ער טראגט מארגארעטן באלד אן א נייעם שידוך — זיין חבר טיריץ. „ער איז גארנישט ווייניגער פון מיר,“ זאגט ער.
מארגרעטא איז גלייך מסכים און זי זאגט: „איך וויל עס טון וואס שנעלער, ווייל אויב נישט קענען נאך ארויסקומען בלבולים.“
דזשאפי-בערג ווייסט, ווייזט אויס, נישט פון דעם אידישן ווארט „בלבולים“. זי האט געמיינט אז דא רעדט מען פון העברעאישן ווארט „בלבולים“ וועלכע מיינט „צעמישעניש“. פרעגט זי פארחידושט:
„וואס פארא בלבולים מיינט דא מארגרעטא? איז עס א פלאנטער אין דער געשיכטע? איז עס א רעליגיעזע צעמישעניש? איז עס גאר א סעקסועלע צעמישעניש?“
מסתמא האט דזשאפי-בערג קיינמאל נישט געלייענט וועגן בלוט בלבולים אויף אידיש, און ס’איז איר גארנישט איינגעפאלן אז מארגרעטא רעדט דא וועגן אויסגעטראכטע בלבולים — דאס אידישע ווארט פאר פאלשע באשולדיגונגען. מארגרעטא האט גיך מסכים געווען צום שידוך ווייל זי האט אוודאי מורא געהאט אז מענטשן זאלן איר נישט בארעדן, אז מ’וועט אויסטראכטן אויף איר בלבולים אז זי האט צוגענומען א פרויס מאן און איז גאר ווייט פון א צנועה.
א צווייטער טעות האט דזשאפי-בערג געמאכט ביים דערציילן די מעשה פון באווע — דאס מאל אויף א סענסיטיווער טעמע. די פראפעסערין האט געפרעגט: „פארוואס אין בבא-בוך זענען די מוסולמענער באשריבן געווארן מיט אזא פאראכטונג? ווי מיר ווייסן האבן אידן געלעבט הונדערטער יאר אין גוטע באציאונגען מיט די מוסולעמענער אין טערקיי און אין די שפאנישע שטעט, וואו זיי זענען נישט נאר טאלערירט געווארן אבער אפילו רעספעקטירט געווארן.“
איינע פון די באווייזן וואס דזשאפי-בערג ברענגט וועגן די דערנידערונג פון די מוסלומענער אינ’ם בוך איז, אז זיי ווערן גערופן ׳היידען׳ און זי טייטשט עס אויס ווי heathen וואס מיינט געצן דינער, פאגאנער.
אבער דער אמת איז אז זי האט פארזען אן אפענע סתירה צו אירע ווערטער. אין א ווערטערבוך וועלכעס האט מחבר געווען נישט קיין אנדערער ווי אליהו בחור אליין, זעט מען קלאר אז אידיש פארמאגט צוויי באזונדערע טייטשן פארן ווארט „היידען“. דער ערשטער מיינט „אראבער“ און
דער צווייטער מיינט „גוי“.
דאס איז אן אילוסטראציע וויפיל צעמישענישן און באבע מעשיות קען ארויסקומען ווען מען ווייסט נישט דעם ריכטיגן באדייט פון אידישע ווערטער.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news. All donations are still being matched by the Forward Board - up to $100,000 until April 24.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.

