Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

וווּ זאָל מען געפֿינען די טרייסטונג ווען אַלץ איז פֿאַרשטערט און פֿאַרברענט? (צוויי קורצע לידער-ציקלען)Where can we find solace when all is in ash and ruins? (Two short poem cycles)

דער פּאָעט באָריס קאַרלאָוו מאָלט אויס די ווירקונג פֿון די מלחמות אין ישׂראל און אוקראַיִנע אויפֿן ייִדישן פֿאָלק און אויף אים אַליין

 

אַלע קענען דעם אַלטן זאָג: „ווען עס שיסן די האַרמאַטן, שטומען די מוזעס.“ עס איז אָבער ווײַט ניט חל אויף יעדן שעפֿערישן נפֿש. פֿאַרקערט גאָר, ס׳איז דאָ ניט ווייניק לײַט וואָס שאַפֿן דווקא אין קלעם, בעת רעש־געפֿאַר פֿון מלחמות און אין צײַט פון פּורעניותן, זייערע טיפֿסטע און בלוטיק אויסגעווייטיקטע ווערק.

אַנדערע, ווי אַני־הקטן למשל, ווערן אַנטשוויגן פּײַנלעך פּראַווענדיק אינערלעכע אַקוסטישע גניזה. אָבער בעת די צוויי ממש געפֿערלעכע מלחמות – איינע אין מײַן טאַטנס וויגלאַנד – אוקראַיִנע און די אַנדערע אין לאַנד פֿון זײַנע קינדסקינדער און אָבֿות – האָבן זיך אַפֿילו בײַ זײַן „צעקראָכענעם“ זון באַוויזן געציילטע לידער. 

אָט זײַנען זיי אינעם פֿאַרקערטן סדר – פֿריִער דער קורצער ציקל „תּחי־נפֿשי“ און דערנאָך דער בלוי־געלער „אוקראַיִנע“ ציקל.

תְּחִי־נַפְשִׁי  – די פּלישתּים אויף־צו־להכעיס

ס׳האָט מײַן היים אַ בראָך געטראָפֿן –
טיר און טויער זײַנען אָפֿן
פֿאַר די רוצחים, פֿאַר די שינדער,
די, וואָס קוילען קליינע קינדער,
די, וואָס הענגען אויף די זקנים,
די, וואָס שאַנעווען ניט קיינעם.

שמואל האַלקין, מיט 80 יאָר צוריק — 1943

 

פֿאַרוווּנדיקט פֿויגל

פֿאַרוווּנדיקט פֿויגל מוז (וואָדען?)
אויפֿסנײַ זיך אויסרײַסן פֿון קלעם
צעעפֿענען די פֿליגל
למען הפֿלי, למען־השם

למען דער צוקונפֿט מיט איר ברען
אויסטאַנצן הויך דעם עיגול
באַשיצנדיק סײַ פֿרײַ, סײַ פֿרום
אויסגלײַכנדיק אַלץ וואָס איז קרום
אַ ציגל נאָך אַ ציגל

און אוסהעפֿטן אַ נײַעם נס
און אויסקנעטן אַ נײַע נעסט
די אייפֿעלעך דאָרט וויגן

דעם 10טן אָקטאָבער 2023

* * *

איך פֿאָר פּאַמעלעך
מִכָּאן וְְאֵילָךְ
דער האָריזאָנט
וויל גאָר ניט בײַזײַן
ער וויל פֿאַר מיר
זיך ניט באַווײַזן
נאָר איך בין שטאַרקער גאָר פֿון אײַזן
מײַן וועג כ׳טו אומוועגן באַווײַזן
ביז ער פֿאַרשטייט דעם שליאַך דעם וואָרן
ווײַזט זיך אַליין דעם שׂכל קלאָרן
ביז ס׳טוט דער האָריזאָנט דערווײַטיקט
באַווײַזן זיך סײַ שפּעט, סײַ צײַטיק

דעם 15טן אָקטאָבער 2023

דער ווייטיק

דער ווייטיק ווערט שטאַרקער און גרעסער
דער פּײַן איז אומענדלעך און גרויס
דער אומזין איז שאַרפֿער פֿון מעסער
עס ציטערט פֿאַר אומצײַט די קרוין
וווּ זאָל מען געפֿינען די טרייסטונג
ווען אַלץ איז פֿאַרשטערט און פֿאַרברענט
ווען ס׳בלוטיקט דער וועלטס אַלעפֿבייס און
די מענטשלעכקייט ז׳טויט און געשענדט
ס׳וועט מוזן שוין אָנקומען וואַכזאַם
דער ייִדישער גיבור מיט שווערד
צו שיקן אין גיהנום דעם אַכזר
אומהיימלעכסטן מין אויף דער ערד
ביטחון אײַך אַלע, ביטחון
נצחון ז׳נאָך ווײַט פֿון מײַן שוועל
נאָר העלפֿן וועט אונדז דער כּבֿיכול
מיט ריינקייט פון ייִדיש געווער

דעם 26סטן אָקטאָבער 2023

צום געבורט פוֿן מײַן ערשט אייניקל סאַברע

יאָ, טאַקע אין אַ שווערער שעה
ווען מ’סטראַשעט אונדז מיט אומצײַט
ביסט אָנגעקומען און ביסט דאָ
להכעיס פײַנט און אומלײַט
און ס׳וועט אַוודאי נעמען צײַט
ביז אַ פּאַרשוין וועסט ווערן
נאָר אויך אַ פּיצל, ביסט די שײַן,
דאָס שמייכל וואָס לעשט טרערן
און ס׳וועט די אַלטע, האַרבע וואָר
שוין מוזן ווערן ייִנגער
ס’עט פֿרישע זון גלײַך נאָך קאַיאָר
צעקושן דײַנע פֿינגער
און גריסן דיך און בענטשן דיך
זאָלסט ברענגען פֿרייד פֿון נחת
גאָר אױף־צו־להכעיס, שאַרף און גיך,
די שלעק און דבֿר־אַחרס
און זאָלסט בײַם ווערן אײַנגעוויגט
מיט דעם אוריונגסטן ניגון
זיך לערנען ניט צו זײַן צעקריגט
מיט וועלט בעת ברענגסט איר תּיקון

דעם 29סטן אָקטאָבער 2023

* * *

דער נבֿיא זאָגט: מ׳עט מוזן נאָך אַ וואַרט טאָן
ביז מע וועט מעגן וויינען אויף אַ קול
מ׳זאָל האַלטן דעם געוויין נאָך אַ פֿאַרשפּאַרטן
בעת קוילן סווישטשען און די שלאַכט איז אײַזן־שטאָל.
דער נבֿיא זאָגט… ווער הערט זײַן אָנזאָג האַרטן
ווען ס׳ליגט צעהרגעטע די מוזע־קרוין,
געשענדטע – בליקן, שמייכלען, ווערטער צאַרטע
און ס׳דאַכט: אָט־אָט ס׳גייט אויס, חלילה, שוין דער טרוים.
ניט גלייב אים, נאָר זײַ דאָך זײַן וואָרט מקיים…
באַוויינען וועט אונדז סטײַען צײַט אָן־צאָל,
באַנעצן ערד מיט טרערנס מים־חיים
אַז פֿליגל נײַע זאָלן וואַקסן אײַזן־שטאָל

דעם 12טן נאָוועמבער 2023

אוקראַיִנע, אוקראַיִנע…

דו, יעדע נאַכט בײַם שלאָפֿן גיין,
דעם חושך שענק אַ בליק
באַנעם ווי טיף די וויוגע וויינט
בעת שחיטה ברענגט דער קריג.

סאמויִל מאַרשאַק (1941); פון רוסיש – ב.ק.

דער זייגער ע״ה

ס׳איז געשטאָרבן דער זייגער
און ס’ניטאָ ווער ס׳זאָל זאָגן
דער וועלט ווי זי האַלט מיט דער צײַט
און די וועלט זאָגט: איך פּגר
כ׳קאָן שוין מער ניט אויסטראָגן
די אין־סופֿיקע אומצײַט וואָס בלײַבט

דעם 28סטן מערץ 2022

*  *  *

און אַלץ וואָס ווערט געשריבן איצט
און אַלץ וואָס ווערט געקלערט
איז הלמאַי האָט זיך צעהיצט
דער מערדער איבער שוועל
און הלמאַי די אַלטע וווּנד
צעבלוטיקט זיך אויפֿסנײַ —
כאַם־וואָלף־רוצח ווערט דער הונט
מיט באָמבעס אויפֿרײַס ר׳שפּײַט
און חרובֿ מאַכט ער וועלט און לײַט
צעשטויבט סײַ שטיין, סײַ ביין
דאָך, די נקמה ז׳שוין ניט ווײַט
פֿאַר מינדסטן וויי געוויין
און אַלץ וואַס קלערט זיך פּײַנלעך הייס
און אַלץ וואָס ווערט געטראַכט:
למאַי אויך הײַנט אַזוי פֿיל בייזס
קומט אויס דער מוטער־טראַכט

דעם 31סטן מערץ 2022

וואַרטן אויף אַ נס?

ווי קאָן מען וואַרטן אויף אַ נס
אַז ס׳איז אַ נס אַז מ׳קאָן נאָך וואַרטן
ווי מ׳וואַרט בעת פֿראָסט אויף צווײַגל בעז
אַ פֿרישן, דופֿטיקן און צאַרטן
ראַקעטעס פֿאַלן אָן אַ סוף
זיי ברענגען אומברענג, רעזיגנאַציע
דער מערדער – ס׳וואַרט אויף אים די שטראָף –
זײַן היימלאַנדס סוף.

                        „ספּעצאָפּעראַציִע“ –

אַ ווערטל – אויסצוריידן קוים,
דער חם איז גראָב, ר׳וויל טייטן גראַציע,
נאָר שטאַרבן מוז „דאָס דריטע רוים“  —
ס׳מלכות פֿון הוילער דעגראַדאַציע…
דאָס צווײַגל בעז — דער נס קומט באַלד
נאָר צער־און־ווייטאָג ס׳האַרץ צעשפּאַלט

דעם 17טן מערץ 2022

.

געזעגענונג

מײַן טײַערע, דער מערדער בײַ די טויערן
אויף אונדז מיט וואָפֿנס שרעקלעכע
טוט לויערן
ר׳איז גרייט און לאָער אָפּסמען, צעשמעטערן
אַלץ וואָס בײַ אונדז טוט אָטעמען
און קלעטערן
אַרויף, אַרויף צו לעבעדיקער קאָכעניש
סײַ טאָג, סײַ נאַכט, אום שבת,
אין דער וואָכעניש
מע וויל אונדז טאַקע העלפֿן אים אַנטוואָפֿענען
נאָר ביז ס׳קומט אָן צו אונדז די הילף
פֿאַרשלאָפֿענע
באַצאָלט מען טאַקע רבי־געלט מיט אייגן בלוט
ווער ווייסט צי זי וועט סטײַען אונדז
ווי אונדזער מוט
אַנטשיידן פֿעסטער,
שטאָלענער
מײַן ליכטיקע, לאָז וויסן דאָרטן אַלע פֿרײַנד
מ׳זאָל ניט פֿאַרפֿעלן גאָר די צײַט
פֿון אונדזער בלוט און ווייטאָגןגעשוואָלענע

דעם 11טן מערץ 2022

דער מערדער בײַ די טויערן…

ס׳האָבן זיך געענדיקט גראַמען
קלאַסישע, נאָוואַטאָרישע, עלאַסטישע
ראָמאַנטישע און אַפֿילו גלאַט אומגעלומפּערטע
דער אָטעם אַליין איז, דאַכט זיך, אַרויס פֿון סטרוי
די ווערטער ווי שיכּורע גויים
דראַפּען אויף גלײַכע ווענט
די קלאַנגען ווי געשרייען פֿון קליינע קינדער
אונטער די באָמבעס וואָס פֿאַלן און פֿאַלן און פֿאַלן
ס׳האָט זיך געעקט די שטילקייט,
די געטלעכע דמַמֶה דַקֶה
און דעם גרעסטן הומאַניסט, פּאַציפֿיסט,
דעם פּאַרווענעם נפֿש
ווילט זיך נאָר איינס,
נאָר איינס לגמרי, נאָר איינס לחלוטין —
מיט די אייגענע הענט צו דערווערגן דעם אויסוואָרף — פּוטין

דעם 5טן מערץ 2022

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.