Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַ זאַמלבוך פֿון דוד בערגעלסאָנס ווערק איבערגעזעצט אױף דײַטשישA new collection of Yiddish writer Dovid Bergelson’s works translated into German

די ענגלישע איבערזעצונגען פֿון זײַנע װערק באַטאָנען זײַן פֿריִערע תּקופֿה אין קיִעװ און בערלין. דאָס איצטיקע בוך נעמט אַרײַן ווערק פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿה.

ס׳איז לעצטנס אַרויס אַ זאַמלבוך פֿון דוד בערגעלסאָנס װערק אויף דײַטשיש — אַ המשך פֿון דער לאַנגער טראַדיציע פֿון דײַטשישע איבערזעצונגען, װאָס האָט זיך אָנגעהױבן מיט הונדערט יאָר צוריק, ווען זײַן ראָמאַן „נאָך אַלעמען“ איז איבערגעזעצט געוואָרן אויף דײַטשיש פֿון אַלכּסנדר עליאַסבערג, און פּובליקירט געוואָרן אין בערלין אין 1923.

דאָס קעפּל פֿונעם נײַעם זאַמלבוך „זאָל די װעלט זײַן אַן עדות“ שטאַמט פֿון בערגעלסאָנס אַן אַרטיקל, וואָס איז דערשינען אין דער סאָװעטישער צײַטונג „אײניקײט“ אין יולי 1942. דאָס איז געװען אײנע פֿון די ערשטע עפֿנטלעכע מעלדונגען װעגן דעם חורבן. דוד בערגעלסאָן און זײַן פֿרױ ציליע זײַנען געװען צװישן די ערשטע מיטאַרבעטער פֿון „אײניקײט“ װען די דאָזיקע צײַטונג איז געשאַפֿן געװאָרן װי דער אָרגאַן פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. צוליב דעם האָט מען אַראָפּגעבראַכט די בערגעלסאָנס פֿון צענטראַל־אַזיע אין דער שטאָט קוּיבישעװ (הײַנט סאַמאַרע), װוּ עס האָט זיך דעמאָלט געפֿונען די סאָװעטישע רעגירונג און אַנדערע אַנשטאַלטן, דער ייִדישער אַנטיפֿאַשיסטישער קאָמיטעט בתוכם.

די נײַע אױסגאַבע װערט באַזאָרגט מיט פּרטימדיקע קאָמענטאַרן און דאָקומענטאַלע מקורים, װאָס העלפֿן בעסער פֿאַרשטײן די קולטורעלע און היסטאָרישע אומשטאַנדן פֿון בערגעלסאָנס לעבן און שאַפֿונג. דער אינהאַלט איז כּולל פֿינף אָפּטײלן לױט די תּקופֿות פֿון בערגעלסאָנס לעבן: די יאָרן פֿאַר דער רוסישער רעװאָלוציע, די צײַט פֿון דער רעװאָלוציע, דעם בירגער־קריג און עמיגראַציע אין דײַטשלאַנד, די 1930ער יאָרן אינעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, די צװײטע װעלט־מלחמה און דער חורבן, און צום סוף — זײַן אַרעסט און טױטשטראָף אין סטאַלינס תּפֿיסה.

די רעדאַקטאָרינס פֿונעם זאַמלבוך, פּראָפֿעסאָר סאַבינע קאָלער און ד״ר אַלכּסנדרה פּאָליאַן, שטעלן אין זײער נאָכװאָרט אַ פֿראַגע, װאָס עד־היום פֿאַרבלײַבט דער עיקר אין װיכּוחים אַרום בערגעלסאָנס פּערזענלעכקײט און שאַפֿונג: װי אַזױ קען מען משװה זײַן בערגעלסאָנס פֿריִערדיקן מעלאַנכאָלישן מאָדערניסטישן סטיל מיט די סאָװעטישע אידעאָלאָגישע שאַבלאָנען, װאָס זײַנען בולט אין זײַנע שפּעטערע װערק? די װאָרצלען פֿון דער דאָזיקער סתּירה, האַלטן קאָלער און פּאָליאַן, שטעקן אין בערגעלסאָנס חלום פֿון ייִדישער קולטור־אױטאָנאָמיע.

פֿון אײן זײַט, האָט בערגעלסאָן געגלױבט אַז ליטעראַטור דאַרף זײַן פֿרײַ פֿון פּאָליטיק. אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט האָט ער געהאַלטן, אַז די הײַנטצײַטיקע ליטעראַטור דאַרף אָפּשפּיגלען די רעאַליטעט. און היות װי דער סאָװעטן־פֿאַרבאַנד איז דעמאָלט געװען דאָס אײנציקע לאַנד, װוּ ייִדיש האָט געהאַט אַ מלוכישע שטיצע און אָנערקענונג, האָט מען בלית־ברירה געדאַרפֿט זיך צופּאַסן צו דער נײַער װירקלעכקײט.

װי עס האָבן שױן דערװיזן די שטודיעס פֿון יוסף שערמאַן, גענאַדי עסטרײַך, האַריעט מוראַװ און אַנדערע פֿאָרשער פֿון זײַן ליטעראַרישן עזבֿון, האָט בערגעלסאָן געקענט קונציק אַרײַנפֿלעכטן מאָדערניסטישע סטיליסטישע המצאָות אַפֿילו אין די סאַמע פּראָפּאַגאַנדיסטישע סאָװעטישע טעקסטן זײַנע.

בעת דער צװײטער װעלט־מלחמה װערן ייִדישע מאָטיװן נאָך בולטער אין בערגעלסאָנס װערק. „אַ באַנײַט ייִדיש זעלבסטבאַװוּסטזײַן, אַ נײַער מין ׳ייִדישקײט׳ קערט זיך צוריק אין בערגעלסאָנס טעקסטן,“ פֿאַרסך-הכּלען די רעדאַקטאָרינס. זײער אױסקלײַב פֿון בערגעלסאָנס װערק באַקענט דעם דײַטשישן לײענער מיטן קאָמפּליצירטן און צומאָל סתּירותדיקן פֿערציק־יעריקן ליטעראַרישן גאַנג פֿון אײנעם פֿון די פֿײַנסטע ייִדישע שרײַבער. חוץ ליטעראַרישע דערצײלונגען נעמט דאָס זאַמלבוך אַרײַן אויסצוגן פֿון זײַנע בריװ, אַרטיקלען און זײַן רעדע אױף דעם מיטינג פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט.

ספּעציעל װיכטיק איז די איבערזעצונג פֿונעם לעצטן אַקט פֿון דער היסטאָרישער דראַמע „פּרינץ ראובֿני“, װאָס ער האָט אָנגעשריבן צװישן 1942 און 1944. דער רעזשיסאָר און אַקטיאָר שלמה מיכאָעלס האָט אין משך פֿון עטלעכע יאָר געגרײט אַן אױפֿפֿירונג פֿון דער דאָזיקער דראַמע אינעם מאָסקװער מלוכישן ייִדישן טעאַטער. ער האָט בדעה געהאַט צו שפּילן די הױפּטראָלע. אָבער זײַן פּלאַן איז ניט מקוים געװאָרן צוליב דער סאָװעטישער צענזור. דער ייִדישער טעקסט פֿון דער דראַמע איז אַרױס אינעם ניו־יאָרקער „איקוף־פֿאַרלאַג“ אין 1946, אָבער קײן מאָל ניט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד.

בערגעלסאָנס אײגנאַרטיקער סטיל לאָזט זיך גלײַך דערקענען אין יעדן זאַץ זײַנעם. אָבער װי אַזױ קען מען איבערזעצן זײַן פֿײַן-געשליפֿענעם ייִדיש  אױף דײַטשיש? בײדע שפּראַכן זײַנען ענלעך און דאָך גאַנץ אַנדערש. אַפֿילו די זעלביקע װערטער מײנען אָפֿטמאָל פֿאַרשײדענע זאַכן.

די איבערזעצער פּעטער קאָמאַנס, סוזאַנע קלינגענשטײן, סאַבינע קאָלער און יאַנינאַ װוּרבס האָבן גענוצט פֿאַרשײדענע סטראַטעגיעס פֿאַר די תּקופֿות אין בערגעלסאָנס שאַפֿונג. פֿאַר די פֿריִערע מאָדערניסטישע װערק האָבן זײ זיך געסטאַרעט אָפּצוהיטן די פֿאָנעטישע און ריטמישע סטרוקטור פֿון זײַן פּראָזע. עס האָט זײ געלונגען צו רעפּראָדוצירן בערגעלסאָנס לאַנגע זאַצן מיטן פֿאַרדרײטן סינטאַקס און איבערחזרונגען פֿון שליסלװערטער. בערגעלסאָנס שפּראַך פֿון דער סאָװעטישער תּקופֿה איז געװען קלאָרער, מער דירעקט. דאָ זעט מען אַ שטאַרקערע השפּעה פֿון רוסיש און צומאָל אַפֿילו פֿון סאָװעטישע קלישעען.

גאָר אַנדערש איז די געהױבענע פּאָעטישע שפּראַך פֿון „פּרינץ ראובֿני“, װאָס איז דורכגעזאַפּט מיט לשון־קודשדיקע פּסוקים פֿונעם תּנ״ך און תּפֿילות. אין פּעטער קאָמאַנסעס איבערזעצונג קלינגען בערגעלסאָנס ריטמישע שורות װי אַן אָפּקלאַנג פֿון פֿרידריך שילער, דעם דײַטשישן דיכטער און דראַמאַטורג, װעלכער איז געװען באַליבט בײַ די ייִדישע און העברעיִשע מחברים פֿון דער השׂכּלה־תּקופֿה.

דאָס זאַמלבוך „זאָל די װעלט זײַן אַן עדות“ איז אַ װיכטיקער אױפֿטו, װאָס אַנטפּלעקט נײַע צדדים אין בערגעלסאָנס שאַפֿונג. דאָס איז די ערשטע אַנטאָלאָגיע פֿון זײַנע װערק, װאָס ברענגט צונױף זײַנע שאַפֿונגען פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות און פּרוּװט צו דערװײַזן זײער המשכדיקײט. אױף ענגליש זײַנען דאָ געראָטענע איבערזעצונגען פֿון זײַנע ראָמאַנען „נאָך אַלעמען“, „אָפּגאַנג“ און „מידת-הדין“, װי אױך אַ קלײנע זאַמלונג דערצײלונגען פֿון דער בערלינער תּקופֿה. אָבער די שפּעטערע סאָװעטישע תּקופֿה איז קױם באַקאַנט דעם ענגליש־שפּראַכיקן עולם. דער עיקר, פֿעלט דאָ אַ גוטע אַנטאָלאָגיע פֿון בערגעלסאָנס דערצײלונגען, דראַמאַטישע װערק, עסייען און בריװ. דאָס דײַטשישע זאַמלבוך קען זײַן אַ נוצלעכער מוסטער פֿאַר אַזאַ מין פּראָיעקט אױף ענגליש.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.