Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דיגיטאַליזירטע עסײען שילדערט אַמאָליקע וויכּוחים וועגן ייִדישן לשון און קולטורDigitized essays reveal historic debates about Yiddish language and culture

דער באַנד נעמט אַרײַן מער ווי 60 עסייען אויף ייִדיש, באַגלייט מיט אַ הקדמה אויף ענגליש און דײַטשיש.

זינט דעם 19טן יאָרהונדערט איז דער עסײ געװען אַ פּאָפּולערער זשאַנער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. מען האָט געשריבן עסײען אױף גאָר פֿאַרשײדענע טעמעס און צוליב פֿאַרשײדענע צװעקן: ליטעראַרישע קריטיק, פּאָליטישע פּאָלעמיק, זכרונות און פֿילאָסאָפֿישע חקירות.

כּסדר זײַנען עסײען אַרױס אין דער פּעריאָדישער פּרעסע און לרובֿ זײַנען זײ פֿאַרבליבן באַגראָבן צװישן פֿאַרגעלטע בלעטער פֿון אַלטע צײַטשריפֿטן אין ביבליאָטעקן און אַרכיװן. די נײַסטע דיגיטאַלישע רעװאָלוציע האָט געעפֿנט די דאָזיקע זאַמלונגען פֿאַרן ברײטן עולם און מען האָט צו ביסלעך גענומען אױסגראָבן די דאָזיקע אוצרות. די דײַטשישע ייִדיש־פֿאָרשער אפֿרת גל־עד, דאַריע װאַכרושאָװאַ און שמעון נױבערג האָבן אױפֿגעטאָן אַ װיכטיקע אַרבעט פֿון אָפּקלײַבן און פּובליקירן מוסטערן פֿונעם ייִדישן עסײ־זשאַנער אין אַ קריטישער װיסנשאַפֿטלעכער אױסגאַבע.

דאָס זאַמלבוך „אין שכנות מיט דער גאָרער װעלט“ איז כּולל 69 עסײען פֿון 35 מחברים. די עסײען — דערקלערן די רעדאַקטאָרן אין זײער הקדמה — „דערמעגלעכן זיך צו באַקענען מיט די עסטעטישע פּראָגראַמען, די קינסטלערישע באַטראַכטונגען און די דעבאַטן אַרום דער מאָדערנער ייִדישער קולטור, דער עיקר אין אײראָפּע און צפֿון־אַמעריקע צװישן בײדע װעלט־מלחמות און זינט דעם חורבן“.

די אַנטאָלאָגיע באַשטײט פֿון פֿינף טעמאַטישע אָפּטײלן. די פֿיר ערשטע אָפּטײלן װערן אָרגאַניזירט טעמאַטיש: „פּראָקלאַמאַציעס, מאַניפֿעסטן און קעגן־מאַניפֿעסטן“; „רעפֿלעקסיעס װעגן קונסט און פּאָעזיע“, „װעגן זיך אַלײן“ און „װעגן ייִדישער ליטעראַטור און קולטור“. דער פֿינפֿטער אָפּטײל, דער לעצטער, נעמט אַרײַן עסײען פֿון אײן מחברטע, קאַדיע מאָלאָדאָװסקי. זי איז געװען אײנע פֿון די געצײלטע פֿרױען, װאָס האָט זיך אַקטיװ באַטײליקט אין עפֿנטלעכע ייִדישע װיכּוחים.

די טעקסטן ברענגען דעם לײענער צוריק אין דער תּקופֿה, װען ייִדישע ליטעראַטן האָבן געפֿירט הײסע דעבאַטן װעגן דעם תּוך, דער פֿאָרם און דעם תּכלית פֿון ייִדישער קולטור. דאָס בוך עפֿנט זיך מיט דעם װיכטיקן מאַניפֿעסט פֿון צװײ ייִדישע קינסטלער, ישׂשׂכר בער ריבאַק און באָריס אַראָנסאָן, באַטיטלט „די װעגן פֿון דער ייִדישער מאָלערײַ“. דער דאָזיקער טעקסט איז געװאָרן דער יסוד פֿון דער עסטעטישער פּראָגראַם פֿון ייִדישן קינסטלערישן אַװאַנגאַרד.

די מחברים האָבן פּראָקלאַמירט: „דאָס נאַציאָנאַלע אין דער קונסט אַנטפּלעקט זיך גראָד אין דער אַבסטראַקטער פֿאָרם.“ און דאָס שליחות פֿון ייִדישע קינסטלער, „װעלכע זײַנען אַזיאַטיש פֿאַרשיכּורט פֿון פֿאָרם“, איז צו באַנײַען און דערפֿרישן די „מידע“ מערבֿדיקע קונסט. עס איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז בײדע מחברים האָבן שפּעטער זיך קונה־שם געװען אין דער ייִדישער קונסט, הגם קײן סך „אַזיאַטישע“ סימנים קען מען אין זײערע װערק ניט דערקענען. אָבער זײער מאַניפֿעסט, װאָס איז לכתּחילה געדרוקט געװאָרן אינעם קיִעװער אַלמאַנאַך „אױפֿגאַנג“ אין 1919, איז פֿאַרבליבן צװישן די װיכטיקסטע דאָקומענטן פֿון ייִדישער קונסט־געשיכטע.

פּרץ מאַרקיש האָט זיך אָפּגערופֿן אױף ריבאַקס און אַראָנאָסאָנס פּראָגראַם מיט זײַן אײגענעם מאַניפֿעסט, „אױף די װעגן פֿון ייִדישער דיכטונג“, װאָס איז דערשינען מיט אַ יאָר שפּעטער אין דער מאָסקװער צײַטונג „דער עמעס“. מאַרקיש האָט אָפּגעלײקנט װאָסער ניט איז שײכות צװישן דער נײַער ייִדישער ליטעראַטור און דער אײראָפּעיִשער בירגערלעכער קולטור, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר אַן אָפּגעלעבטע: „די ייִדישע נײַע דיכטונג אין דער רעװאָלוציאָנערער רוסלאַנד האָט זיך בײַ הײַנטיקן טאָג ניט װאָס צו לערנען בײַ דער אײראָפּעיִשער ליריק.“ אָנגעזאַמלט אונטער אײן הילע, רעדן די דאָזיקע דאָקומענטן אײנער מיטן אַנדערן, אַזױ װי זײ האָבן עס געטאָן מיט אַ הונדערט יאָר צוריק.

די רעדאַקטאָרן פֿון דער אַנטאָלאָגיע האָבן דורכגעמאַכט אַ ריזיקע אַרבעט מיט אָפּזוכן די װיכטיקע טעקסטן אין זעלטענע צײַטשריפֿטן און  איבערדרוקן זײ אינעם כּלל־אױסלײג מיט נוצלעכע הערות. אָבער די גרעסטע מעלה פֿון דער אַנטאָלאָגיע איז די קאָמפּאָזיציע. דער הײַנטיקער לײענער קען זיך אַרײַנטאָן אין דער לעבעדיקער אַטמאָספֿער פֿון אַמאָליקע װיכּוחים, ממש הערן װי ייִדישע שרײַבער, דיכטער, קינסטלער און קריטיקער אַמפּערן זיך אײנער מיטן צװײטן װעגן דעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער קולטור.

דער גרעסטער אָפּטײל פֿון דער אַנטאָלאָגיע איז געװידמעט דעם ענין פֿון ייִדיש און דער ייִדישער ליטעראַטור. זײער װערטפֿול איז דאָס אַרטיקל „די 4 קלאַסן“ פֿון יהושע-מרדכי ליפֿשיץ, װאָס איז אַרױס אינעם אָדעסער  בלאַט „קול־מבֿשׂר“ אין 1863. דאָס איז מסתּמא דער ערשטער ייִדישער עסײ, װאָס באַטראַכט די פּראָבלעם פֿון ייִדיש־קולטור. ליפֿשיץ רעדט צו דעם עולם, װאָס איז נאָך גאָר ניט צוגעװױנט צו לײענען אױף ייִדיש װעגן טעאָרעטישע ענינים. ער הײבט אָן פֿון אַלגעמײנע באַגריפֿן, „װאָס הײסט מענטש?“, „װאָס הײסט שׂכל?“, „װאָס הײסט פֿאָלק?“, און קומט דערנאָך צו דער עיקרדיקער פֿראַגע׃ „די ייִדישע שפּראַכע?“ ער ענטפֿערט אַזױ: „דאָס ייִדישע לשון איז אונדזער מוטערשפּראַכע […] ד״ה אונדזער דערציִונגס־שפּראַכע װאָס דורך איר קענען מיר זיך אײנס דאָס אַנדערע אַמבעסטן פֿאַרשטײן.“ ער דערװידערט די, װאָס האָבן געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ „פֿאַרדאָרבענער“ שפּראַך: „מיט װאָס פֿאַר אַ רעזאָן מע קען אױף אַ שפּראַכע, װאָס עס לעבן, האַנדלען און װאַנדלען אין איר אַזױ פֿיל טױזנטער מענטשן, אַ גאַנץ פֿאָלק, זאָגן: זי איז פֿאַרדאָרבן.“ ליפֿשיץ איז אַרײַן אין דער ייִדישער קולטור־געשיכטע װי דער מחבר פֿון דעם ערשטן ייִדיש־רוסישן װערטערבוך און װי אַ מליץ־יושר פֿאַר ייִדיש.

נאָך ליפֿשיצעס טעקסט האָבן די רעדאַקטאָרן געשטעלט אַחד-העמס בריװ אין דער רעדאַקציע פֿון דער ייִדישער צײַטונג „דער יוד“ (1899). זײַן דעה איז געװען קעגן דער פּאָזיציע פֿון ליפֿשיץ: „די שפּראַך, אין װעלכער מיר זענען אין דער קינדהײט דערצױגן געװאָרן, דורך װעלכער מיר האָבן אונדזערע ערשטע באַגריפֿן באַקומען און אונדזערע ערשטע קינדלעכע געפֿילן אַן אױסדרוק געגעבן – די דאָזיקע  שפּראַך איז אונדז אַלײן ניט טײַער, ניט אײגן: מיר פֿילן צו איר קײן שום צערטלעכקײט ניט, איר לעבן און בליִען אינטערעסירט אונדז גאָר ניט.“ אחד–העם איז געװען אַ פֿאַרביסענער העברעיִסט אָבער ער האָט אָנערקענט, אַז ביז דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק װעט אױסלערנען די „עכטע“ ייִדישע שפּראַך — דאָס הײסט, העברעיִש — מעג מען במילא נוצן ייִדיש פֿאַר רעדן מיטן „גאַנץ פּראָסטן עולם, װאָס פֿאַרשטײט ניט מער װי זשאַרגאָן.“

ער האָט אָבער געהאַט טענות צו דער רעדאַקציע פֿון „דער יוד“ הלמאַי זײ רעדן מיט זײער לײענער װעגן געהױבענע באַגריפֿן, װאָס אַ פּראָסטער ייִד אין ניט ביכולת צו פֿאַרשטײן. אַחד־העם האָט געכאַפּט אַ פּסק פֿון נוח פּרילוצקי אין דער װאַרשעװער צײַטונג „אונדזער לעבן“: „דער שרײַבער [אַחד־העם] האָט אײן מאָל פֿאַר אַלע מאָל פֿאַרשטאָפּט זײַן אױער פֿאַרן גערױש פֿון לעבן.“

דורך דער זאַמלונג קאָן דער הײַנטיקער לײענער פֿון דער אַנטאָלאָגיע נאָכהאַלטן מיט די װיכּוחים צװישן ייִדישע ליטעראַטן, װאָס זײ האָבן געפֿירט איבער יאָרן און געאָגראַפֿישע מרחקים.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.