Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווען די אַמעריקאַנער ייִדישע צײַטונגען האָבן אָנגעהויבן שרײַבן פֿאַר פֿרויען אויךWhen American Yiddish newspapers began writing for women, too

דאָס נײַע בוך פֿון איילת ברין װײַזט, ווי די מאַטעריאַלן פֿאַר פֿרױען האָבן געהאָלפֿן אַמעריקאַניזירן די ייִדישע פּרעסע 

פֿאַר הונדערטער טױזנטער ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מיזרח-אײראָפּע, װאָס זײַנען געקומען קײן אַמעריקע סוף 19טן-אָנהײב 20סטן יאָרהונדערט, איז די ייִדישע צײַטונג געװאָרן דער װיכטיקסטער װעגװײַזער אינעם נײַעם לעבן.

אַפֿילו די, װאָס האָבן קײן מאָל ניט געזען קײן צײַטונג אין זײער שטעטל, זײַנען דאָ אין אַמעריקע געװאָרן געטרײַע לײענער פֿון דער ייִדישער פּרעסע. װי אױף אַנדערע שפּראַכן, האָבן ייִדישע צײַטונגען פֿאָרגעשטעלט פֿאַרשײדענע פּאָליטישע פּאָזיציעס און קולטורעלע נײגונגען: „דאָס ייִדישעס טאַגעבלאַט“ האָט באַדינט דעם פֿרום־קאָנסערװאַטיװן עולם; „דער טאָג“ איז געװען ליבעראַל־ציוניסטיש; דער פֿאָרװערטס — סאָציאַליסטיש און פּראָ־אַמעריקאַניש, בעת די „פֿרײַהײט“ איז געװען קאָמוניסטיש. אַ דאַנק דער דיגיטאַלער טעכנאָלאָגיע װערן אַלץ מער אַלטע צײַטשריפֿטן צוטריטלעך פֿאַר פֿאָרשער, װאָס נוצן זײ אין זײערע שטודיעס.

פּראָפֿעסאָר איילת ברין, פֿונעם אוניװערסיטעט פֿון האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקאָט, האָט באַהאַנדלט דעם ענין פֿון ייִדישע צײַטונגען אונטער דעם קוקװינקל פֿון מין (גענדער). זי טענהט, אַז די פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען פֿון דער ייִדישער פּרעסע האָבן זיך דער עיקר אָפּגעגעבן מיט די פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע אַספּעקטן און געלאָזט דעם מין־ענין בײַ דער זײַט.

אין איר בוך „אַ רעװאָלוציע אין דרוק׃ גענדער און די שאַפֿונג פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע“ איז זי אױסן צו דערװײַזן, װי אַזױ „די ענינים פֿון פֿרױען און גענדער זײַנען געװאָרן צענטראַל פֿאַרן אױפֿקום פֿון דער ייִדישער פּרעסע װי אַ שטאַרקע און משפּיעדיקע קראַפֿט אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור“. זי פֿאַרגלײַכט די טאָגצײַטונגען, װאָס האָבן רעפּרעזענטירט גאָר פֿאַרשײדענע אידעאָלאָגישע פּאָזיציעס — פֿון די קאָנסערװאַטיװע „ייִדישעס טאַגעבלאַט“ און „מאָרגן–זשורנאַל“ צו די לינק־געשטימטע פֿאָרווערטס און „פֿרײַהײט“.

ניט געקוקט אױף זײערע חילוקי־דעות, האָבן אַלע רעדאַקטאָרן גוט פֿאַרשטאַנען װי װיכטיק זײַנען די לײענערינס געװען פֿאַרן דערפֿאָלג פֿון זײער צײַטונג. דערבײַ האָבן יחזקאל שׂרהזאָן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם „טאַגעבלאַט“, און אַב קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס, גענוצט פֿאַרשײדענע סטראַטעגיעס צוצוציִען די פֿרױען. דאָס „טאַגעבלאַט“ האָט געדרוקט אַ רובריק „די ליטװישע חכמנית“, געשריבן דורך געצל זעליקאָװיטש. ער האָט געשעפּט אינספּיראַציע פֿון דער אַמעריקאַנער מאַסן־פּרעסע אָבער צוגעגעבן אַ בולטן ייִדישן טעם.

צומאָל האָט „די ליטװישע חכמנית“ דערצײלט װעגן אָנגעזעענע ייִדישע פֿרױען־געשטאַלטן פֿון דער געשיכטע; צומאָל האָט זי געשריבן עצות פֿאַר אימיגראַנטישע ייִדישע מאַמעס װי אַזױ זיך צו ספּראַווען אין דער גאָלדענער מדינה. מיט דער צײַט האָט דאָס „טאַגעבלאַט“ אָנגעשטעלט דעם באַרימטן מחבר פֿון שונד־ראָמאַנען — שמ״רן (נחום–מאיר שײַקעװיטש) און געדרוקט זײַנע ראָמאַנען אין המשכים. די דאָזיקע פּובליקאַציעס האָבן געהאָלפֿן פֿאַרברײטערן די לייענערשאַפֿט, בפֿרט בײַ די פֿרומע ייִדן.

קאַהאַן האָט אױך גוט פֿאַרשטאַנען די מעלות פֿון פּובליקאַציעס װאָס זײַנען ספּעציעל געצילט פֿאַר פֿרױען. מיט יאָרן פֿריִער האָט ער געשריבן אַרטיקלען פֿון „מענטשלעכן אינטערעס“ פֿאַר ענגליש־שפּראַכיקע צײַטונגען אויף טעמעס וואָס פֿאַראינטערעסירן פֿרויען, ווי למשל דעם לעבן פֿון ייִדן אױף דער איסט–סײַד. װען ער איז געװאָרן דער רעדאַקטאָר פֿון פֿאָרווערטס, האָט ער באַטראַכט דעם דאָזיקן זשאַנער װי אַ בריק צװישן דער ייִדישער קולטור און דער אַמעריקאַנער.

זײַן פּראַגמאַטישער צוגאַנג איז ניט געװען צום האַרצן זײַנע מער ראַדיקאַלע לינקע קאָלעגעס, װי זײַן מיטרעדאַקטאָר פֿיליפּ קראַנץ. זײ האָבן געהאַלטן, אַז די צײַטונג מוז קודם־כּל דינען װי אַ קול–מבֿשׂר פֿאַר דער סאָציאַליסטישער פּראָפּאַגאַנדע. זײ האָבן געטענהט, אַז קאַהאַנס אָריענטאַציע אױף פֿרױען האָט פֿאַרװאַסערט דעם סאָציאַליסטשן מהות פֿון דער צײַטונג. אַזױ אַרום, דערװײַזט ברין, האָבן די צװײ אידעאָלאָגיש פֿאַרשײדענע צײַטונגען גענוצט די אײגענע סטראַטעגיע, דהײנו, געדרוקט מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען געװען ספּעציעל געצילט אױף די פֿרױען־לייענער און ווי אַ רעזולטאַט געשעפּט רווח. אין בײדע פֿאַלן איז דאָס געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַמעריקאַניזאַציע פֿון דער ייִדישער פּרעסע.

לכתּחילה זײַנען די מחברים פֿון די דאָזיקע מאַטעריאַלן געװען מענער, כאָטש אײניקע פֿון זײ האָבן גענוצט פֿרױיִשע פּסעוודאָנימען. דער דאָזיקער טעמע איז געװידמעט אַ גאַנצער קאַפּיטל פֿונעם בוך, װאָס דערצײלט טשיקאַװע מעשׂיות װעגן בן־ציון גאָלדבערגס, יעקבֿ גלאַטשטײנס און מאַקס װײַנרײַכס שעפֿערישקײט אונטער די נעמען אידאַ ברענער, קלאַראַ בלום און שׂרה ברענער.

אָנהײבנדיק פֿון די 1910ער יאָרן, האָבן די צײַטונגען אָנגעשטעלט פֿרױען צו רעדאַקטירן גאַנצע זײַטן פֿון פֿרױען־אינטערעס. דאָס איז געװען אַ סימן פֿון טיפֿערע ענדערונגען אינעם ייִדישן לעבן אין אַמעריקע, האַלט ברין. יענע רובריקן פֿאַר פֿרױען װי „פֿרױען־אינטערעסן“ אין פֿאָרווערטס; „די פֿרױ און די הײם“ אין דעם „טאָג“ און „די פֿרױ און די פֿאַמיליע“ אינעם „טאַגעבלאַט“ זײַנען אין תּוך געװאָרן ערטער פֿאַר סאָציאַלע עקספּערימענטן.

די אַרטיקלען האָבן באַקענט זײערע לײענער מיט אַלע אַספּעקטן פֿונעם אַמעריקאַנער לעבן און אָפֿט מאָל קריטיקירט דעם אַלטן פּאַטריאַרכאַלן שטײגער. ראָזע לעבענסבױם למשל האָט געפֿירט די רובריק „אין דער פֿרױען–װעלט“ אין דעם „טאָג“, װוּ זי האָט צונויפֿגעוועבט נײַעס װעגן מאָדע, טעאַטער און פּאָליטיק, מיטן טראָפּ אױף דער ראָלע פֿון פֿרױען אינעם אַמעריקאַנער עפֿנטלעכן און פּאָליטישן לעבן.  אירע לײענער זענען נישט בלויז געווען פֿרױען, אָבער מענער אויך. די פֿרױען־זײַטן האָבן צוגעצױגן אַ סך רעקלאַמע. די רעקלאַמע — האָט דערקלערט דער פֿאָרווערטס־פֿאַרװאַלטער ברוך װלאַדעק — איז געװען אַ סימן פֿון דער צײַטונגס געטרײַשאַפֿט צו די „אַמעריקאַנער װערטן“.

ברינס בוך באַטראַכט די געשיכטע פֿון דער בלי־תּקופֿה פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע אונטער אַ װיכטיקן נײַעם קוקװינקל. זי האָט דורכגעאַקערט טױזנטער זײַטן פֿון ייִדישע צײַטונגען און אַ היפּשע צאָל אַרכיװאַלע דאָקומענטן. איר בוך איז רײַך מיט אַ סך לעבעדיקע פּרטים, װאָס לאָזן ממש פֿילן דעם דופֿק פֿון יענער תּקופֿה. איר צוגאַנג עפֿנט נײַע פּערספּעקטיװן פֿאַר װײַטערע פֿאָרשונגען אין דער ייִדישער קולטור.

מע קען אַגבֿ פֿאַרברײטערן דעם געאָגראַפֿישן פֿאַרנעם פֿון דער דאָזיקער טעמע און באַטראַכטן, װי אַזױ די מאָדערנע אַנטװיקלונגען אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע האָבן באַװירקט די ייִדישע קולטור אין אײראָפּע און דרום־אַמעריקע, בפֿרט אין פּױלן און אַרגענטינע. דער סימן-מובֿהק פֿון דער ייִדישער פּרעסע פֿאַרן חורבן איז טאַקע געװען איר אַל־װעלטלעכקײט. ייִדישע זשורנאַליסטן און שרײַבער זײַנען אַרומגעפֿאָרן איבער דער גאַנצער װעלט, און די צײַטונגען האָבן אויך אָפֿט איבערגעדרוקט מאַטעריאַלן פֿון אַנדערע לענדער. אינטערעסאַנט וואָלט איצט געווען צו פֿאָרשן ווי אַזוי די פֿרױען־זײַטן האָבן טאַקע געווירקט אױף דער ייִדישער קולטור אין אַנדערע עקן פֿונעם ייִדישן גלות.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.