אַ פּאָרטרעט פֿון מײַן עלטער־זיידן וואָס איז פֿאַרמישט געוואָרן אין אַ בלוט־בילבולA painting of my great-grandfather who was embroiled in a blood libel (includes audio)
הרבֿ יחיאל צבֿי מרגלית, אַ קאַרלינער חסיד, איז חדשים לאַנג געזעסן אין תּפֿיסה צוליב דער באַשולדיקונג

Photo by Malka Margolies
צו הערן אַ רעקאָרדירונג פֿון דעם אַרטיקל, גיט אַ קוועטש דאָ:
[אין 2018 האָט דער פֿאָרווערטס געבעטן די לייענער צושיקן אַ פֿאָטאָגראַפֿיע און באַשרײַבונג פֿון זייער באַליבטסטער ירושה־זאַך. אָט איז איינע פֿון צענדליקער באַשרײַבונגען וואָס דער פֿאָרווערטס האָט באַקומען.
צו לייענען וועגן אַלע ירושה־זאַכן וואָס די לייענער האָבן באַשריבן — סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש — גיט אַ קוועטש דאָ.]
איינע פֿון מײַנע באַליבטסטע ירושה־זאַכן איז אַ געמעל פֿון מײַן עלטער־זיידן, הרבֿ יחיאל צבֿי מרגלית, אַ קאַרלינער חסיד.
דער פּאָרטרעט איז געשאַפֿן געוואָרן אין ארץ־ישׂראל אויפֿן סמך פֿון אַ פֿאָטאָגראַפֿיע, וואָס מע האָט בשתּיקה אַראָפּגענומען פֿון אים. מע האָט עס געמוזט טאָן אָן זײַן וויסן ווײַל אין יענע צײַטן האָבן פֿרומע ייִדן געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ חטא צו מאָלן אָדער פֿאָטאָגראַפֿירן אַ מענטשן.
ווער ס׳האָט געמאָלט דאָס בילד ווייס איך נישט.
דער עלטער־זיידע איז געבוירן געוואָרן אין קריניק (הײַנט פּוילן) אין 1853 און זיך באַזעצט אין ארץ־ישׂראל אויף דער בקשה פֿון זײַן רבין.
צוריקפֿאָרנדיק פֿון ירושלים אין 1896 כּדי צו זען דעם רבין, איז מײַן עלטער־זיידע פֿאַרמישט געוואָרן אין אַ בלוט־בילבול און געזעסן אין תּפֿיסה אין רוסטשוק (הײַנט רוס), בולגאַריע, לעבן דער טערקישער גרענעץ, חדשים לאַנג.
במשך פֿון די ערשטע אַכט יאָר פֿון מײַן טאַטנס לעבן איז דער עלטער־זיידע בײַ אים געווען ממש אַ טאַטע־פֿיגור ווײַל זײַן אייגענער טאַטע (מײַן זיידע), אויך אַ רבֿ, האָט איבערגעלאָזט זײַן משפּחה אין ירושלים און איז אַוועק אין אויסלאַנד זוכן פּרנסה — צו ערשט, אין קאַנאַדע, און שפּעטער אין אַמעריקע. מײַן טאַטע פֿלעג מיר דערציילן ווי ער און זײַן זיידע זענען ביידע געשלאָפֿן אין דער סוכּה, געגאַנגען אין איינעם צום כּותל־מערבֿי און געזונגען קאַרלינער זמירות ביחד. נאָך דעם וואָס די משפּחה האָט פֿאַרלאָזט ארץ־ישׂראל אין 1930 האָט מײַן טאַטע שוין מער ניט געזען זײַן זיידן.
דאָס געמעל, וואָס האָט באַלאַנגט צו מײַן זיידן און דערנאָך צו מײַן טאַטן (ווען איך בין געווען אַ קינד איז עס שטענדיק געהאָנגען אין זײַן ביבליאָטעק), געפֿינט זיך איצט אין מײַן אייגענעם עסצימער. ווען נאָר איך גיב אַ קוק אויפֿן בילד, הער איך אַזש די קאַרלינער זמירות וואָס הרבֿ יחיאל צבֿי האָט איבערגעגעבן זײַן זון, וועלכער האָט זיי אויסגעלערנט זײַן זון, וועלכער האָט זיי אויסגעלערנט זײַן טאָכטער — מיר.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
That’s why I’m paying it Forward, by matching $36,000 of reader gifts. It’s an investment in the Forward’s newsroom, to continue telling the American Jewish story with truth and independence.
— Joel Brown, Forward board chair
