ייִדישער זשורנאַל דרוקט אַרטיקלען פֿון ייִדישע און אַראַבישע ישׂראלים וועגן דער מלחמה מיט כאַמאַסYiddish magazine publishes articles by Jewish and Arab Israelis about the war with Hamas
„אויפֿן שוועל“ האַלט אַז די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון ישׂראלים אין דער שווערער צײַט דאַרפֿן געבראַכט ווערן אויף ייִדיש.

Photo by Photo by JACK GUEZ/AFP via Getty Images)
ס׳איז לעצטנס אַרויס דער האַרבסט־ווינטער 2023 נומער פֿונעם ייִדיש־שפּראַכיקן זשורנאַל „אויפֿן שוועל“, וווּ מע קען לייענען די מחשבֿות, גבֿית־עדותן און איבערלעבונגען פֿון ישׂראלישע בירגערס — פֿרומע און פֿרײַע, ייִדן און אַראַבער, רעזערוויסטן און פּענסיאָנירטע — פֿון אַלע עלטערס און שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט.
הגם אַ טייל פֿון די אַרטיקלען זענען איבערגעזעצט געוואָרן פֿון אַנדערע שפּראַכן, האַלט די ייִדיש־ליגע, ווי אַ ייִדישיסטישע אָרגאַניזאַציע, אַז די פּערזענלעכע געשיכטעס פֿון ישׂראלים אין דער שווערער צײַט דאַרפֿן פֿאָרט געבראַכט ווערן אויף ייִדיש. צווישן די אַרטיקלען אין דעם נומער:
- בערעלע מעסינגער, אַ פֿרײַוויליקער בײַם זק״א, דערציילט וועגן דער שווערער עובֿדה פֿון זוכן און אָפּגעפֿינען קרבנות נאָכן 7טן אָקטאָבער.
- ניהאַד דאַביט, אַ פּראָמינענטער מאָלער און סקולפּטאָר, אַ געבוירענער אין רמלה, שרײַבט וועגן זײַן אַרבעט פֿאַר קאָעקסיסטענץ און פֿאַרשטאַנד דורכן אָרטיקן שלום־ און דערציִונג־צענטער.
- וועראַ סאַבאָ באַשרײַבט ווי זי מיט אירע ייִדיש־רעדנדיקע פֿרײַנד העלפֿן אַ נעפּאַלער סטודענט אַ שווער פֿאַרוווּנדיקטן פֿונעם אַטאַק, וואָס איז נאָר וואָס געהאַט אָנגעקומען אין ישׂראל אויף אַן אַגריקולטורעלער פּראָגראַם אויפֿן קיבוץ עלומים, לעבן דער גרענעץ מיט עזה.
כּדי זיך צו אַבאָנירן אויפֿן זשורנאַל, גיט אַ קוועטש דאָ.
|
|
|
|
|
|
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
