פֿרומע האַלפּערינס דערציילונגען וועגן האָרעפּאַשנע, עלנטע ייִדן אין ניו־יאָרק איז איצט אַרויס אויף ענגליש.Frume Halpern’s stories about hard-working, unnoticed New Yorkers are now available in English
אינעם בוך „געבענטשטע הענט“ זײַנען די הענט מער װי אַ כּלי פֿאַר פֿאַרדינען פּרנסה. זײ העלפֿן מאַכן פֿאַרבינדונגען צװישן מענטשן.
מענטשלעכע הענט זײַנען אַ בולטער אימאַזש אין די מעשׂיות פֿון פֿרומע האַלפּערן. דאָס איז ניט קײן חידוש װײַל זי האָט לאַנגע יאָרן געאַרבעט װי אַ מאַסאַזשיסטקע. גלײַכצײַטיק האָט האַלפּערן געדרוקט דערצײלונגען אין פֿאַרשײדענע ייִדישע צײַטשריפֿטן. ערשט צום סאַמע סוף פֿון איר לעבן, אין 1963, האָט זי זוכה געװען צו זען אַ בוך פֿון אירע דערציילונגען, „געבענטשטע הענט“.
פֿרומע האַלפּערן איז געבױרן געװאָרן לעבן ביאַליסטאָק, אָבער קײן גענױע פּרטים װעגן דעם אָרט און יאָר פֿון איר געבורט האָט מען ניט. זי איז געקומען קײן אַמעריקע אין 1904. אין ניו־יאָרק האָט זי זיך אױסגעלערנט די מלאָכה פֿון מאַסאַזש־טעראַפּיע און געקראָגן אַ שטעלע אינעם בראָנקסער שפּיטאָל. זי האָט חתונה געהאַט מיט אײנעם, יצחק האַלפּערן, און זײ האָבן געהאַט צװײ טעכטער, אָבער שפּעטער האָט זיך דאָס פּאָרפֿאָלק געגט. פֿרומע האָט געלעבט אין אַ קלײנער דירה אין בראָנקס. מען האָט זי פֿאַרגעדענקט װי אַ פֿרױ מיט פֿאָרמעלע, אַ ביסל טרוקענע מאַנירן, וואָס האָט כּמעט קײן מאָל ניט גערעדט װעגן איר ליטעראַרישער טעטיקײט.
איצט איז דאָס דאָזיקע בוך דערשינען אין דער ענגלישער איבערזעצונג פֿון ירמיהו אַהרן טאַוב. די דאָזיקע אַרבעט האָט ער געטאָן בעת דער קאָראָנע־פּאַנדעמיע, און דאָס האָט אים געהאָלפֿן איבערצולעבן די שװערע צײַט. „איך האָב באַהערשט אַנגסט, באַדרענגעניש און אײנזאַמקײט װען איך האָב אַרײַנגענומען האַלפּערס װיזיע,“ שרײַבט טאַוב אינעם נאָכװאָרט צו דעם בוך. ער האָט גוט געפֿאָרשט האַלפּערנס לעבן און װערק. ער האָט זיך אַפֿילו באַקענט מיט איר משפּחה און אָפּגעזוכט זעלטענע אַרכיװאַלע מאַטעריאַלן.
האַלפּערנס העלדן זײַנען ניו־יאָרקער ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, װאָס זײַנען מפֿרנס פֿונעם מי פֿון זײערע הענט. די הענט זײַנען בײַ זײ מער װי אַ מין כּלי פֿאַר פֿאַרדינען פּרנסה, זײ העלפֿן מאַכן פֿאַרבינדונגען צװישן מענטשן. שׂרה, די העלדין פֿון דער דערצײלונג „געבענטשטע הענט“, איז אַ מאַסאַזשיסטקע אַזױ װי האַלפּערן. „דורך אירע צװײ ניט־שײנע, אָבער געראָטענע הענט, פֿאַרבינדט זיך שׂרה אױך אַ סך מאָל מיט אַזעלכע, װאָס פֿאַרשטײען ניט איר לשון און קענען זיך מיט איר ניט צונױפֿרײדן. די הענט זײַנען איר מעדיום, און דורך זײ דערפֿילן די קראַנקע איר נאָענטקײט ביז די טיפֿסטע טיפֿענישן פֿון זײערע אױסגעליטענע, קראַנקע גלידער.“ די דאָזיקע מעשׂה, די ערשטע פֿונעם בוך, נעמט אַרײַן פּרטים, װאָס האַלפּערן האָט געשעפּט פֿון איר אײגענעם לעבן.
אַנדערע מעשׂיות באַרירן, אױף פֿאַרשײדענע אופֿנים, די זעלביקע פּראָבלעם פֿון אָפּגעפֿרעמדקײט און קאָמוניקאַציע צװישן מענטשן אין דער גרױסער שטאָט. האַלפּערנס העלדן זײַנען כּסדר גובֿר מניעות, װאָס שטערן אױפֿצובױען באַציִונגען מיט אַנדערע לײַט. אין „געבענטשטע הענט“ איז דאָס די ענגלישע שפּראַך.
די מעשׂה „שכנים“ באַרירט די ראַסע־פּראָבלעם, װאָס איִז געװען בולט אין ניו־יאָרק. די העלדין, אַן עלטערע פֿרױ, וואָס הייסט מיסעס סיגעל, איז די אײנציקע ייִדישע אײַנוווינערין פֿון װאָס איז פֿאַרבליבן אין אַ גרױסן טענעמענט־הױז. די נײַע אײַנװױנער זײַנען אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, װאָס האָבן זיך לעצטנס אַרײַנגעצױגן אינעם געגנט. אַ נײַע שכנה, מערי קראָפֿאָרד, קומט זיך צו באַקענען מיט פֿרױ סיגעל, און בהדרגהדיק װערן זײ פֿרײַנדלעך.
„װאָס אָפֿטער מערי איז צו איר געקומען, אַלץ קלענער איז געװאָרן די מחיצה צװישן די צװײ פֿרױען, און אַלץ שטײַפֿער דער קנופּ צװישן די שכנים.“ צום סוף גיט פֿרױ סיגעל איר נײַער חבֿרטע אַ טײַערע מתּנה, דאָס גאָלדענע מגן־דודל וואָס איז תּמיד געהאָנגען פֿון איר האַלדז. די דאָזיקע מעשׂה האָט געשטעלט פֿאַרן איבערזעצער אַ לינגװיסטישע פּראָבלעם. װי אַזױ קען מען איבערזעצן אױף ענגליש „נעגער“, װאָס איז אין די 1960ער יאָרן געװען דאָס ייִדישע װאָרט פֿאַר אַפֿראָ־אַמעריקאַנער? טאַובס באַשלוס איז געװען צו נוצן „בלעק“ אַנשטאָט „נעגראָ“, װאָס װאָלט צוגעפּאַסט צו דער תּקופֿה, װען האַלפּערן האָט געשריבן אירע מעשׂיות.
האַלפּערנס פּערסאָנאַזשן פֿילן זיך אילאָזירט און אײנזאַם אין דער גרױסער פֿרעמדער שטאָט ניו־יאָרק. אָט איז למשל די העלדין פֿון דער מעשׂה „חבֿרטע באַשע“׃ „באַשע איז אײנע פֿון די טױזנטער מײדלעך, װאָס אונדזער מיליאָניקע שטאָט היפּערט איבער און פֿאַרזעט. ניט קײן יונגע, ניט קײן שײנע, שטעלט זיך אױף איר קײנעמס אױג ניט אָפּ, מען גײט זי פֿאַרבײַ.“ אַזאַ מין פּאָרטרעט דערמאָנט דעם לײענער אָן יצחק לײבוש פּרצעס באַקאַנטער מעשׂה „באָנטשע שװײַג“. באַשע פֿילט זיך פֿרעמד אין אַמעריקע, „װאָס לענגער זי איז געװען אַלײן, אַלץ װײַטער איז געװאָרן דער שטח צװישן איר און דעם אַרומיקן לעבן.“ אײן מאָל האָט אַ מײדל פֿון איר שאַפּ אײַנגעלאַדן באַשען אױף אַ לעקציע. דער לעקטאָר האָט בײַ באַשען אױסגענומען׃ „זײַן ייִדיש לשון איז באַשען געװאָרן נאָענט, און װאָס ער האָט גערעדט — צום האַרצן.“ באַשע האָט זיך געפֿילט הײמיש צװישן דעם עולם, בפֿרט װען עמעצער האָט זי אָנגערופֿן „חבֿרטע באַשע“.
האַלפּערן איז קאַרג מיט פּרטים װעגן דעם אינהאַלט פֿון דער לעקציע, אָבער אַ לײענער, װאָס איז אַ ביסל באַהאַװנט אין דער געשיכטע, קען טרעפֿן, אַז עס גײט דאָ מסתּמא װעגן אַ קאָמוניסטישער פֿאַרזאַמלונג. אָבער דער עיקר פֿאַר האַלפּערן איז דאָ ניט דער אידעאָלאָגישער תּוך, נאָר די פֿרײַנדלעכע אַטמאָספֿער, װאָס האָט צוגעצױגן אַזעלכע מענטשן װי באַשע צו דער קאָמוניסטישער סבֿיבֿה. „קאָמוניזם האָט געשפּילט אַן עיקר־ראָלע אין האַלפּערנס משפּחה,“ שרײַבט טאַוב אינעם נאָכװאָרט. עס איז ניט קלאָר, צי פֿרומע האַלפּערן איז טאַקע געװען אַ פּאַרטײ־מיטגליד, אָבער זי האָט געדרוקט אירע מעשׂיות אין דער קאָמוניסטישער פּרעסע און איז געװען פּאָפּולער בײַ די לינקע קריטיקער. טאַוב האַלט, אַז די ענגלישע פּובליקאַציע פֿון האַלפּערנס װערק דאַרף אױספֿילן אַ בלױז, װאָס איז עד־היום פֿאַראַן אין דער אױפֿנאַמע פֿון דער ייִדישער קולטור־ירושה אין אַמעריקע װען עס קומט צו דער אַסאָציאַציע צװישן ייִדיש מיט קאָמוניזם. טאַובס אױפֿטו איז אַ װיכטיקער צוגאָב צו דער װאַקסנדיקער צאָל ענגלישע איבערזעצונגען פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO