אַ נײַער ייִדישער קולטור־צענטער אינעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט ווין A new Yiddish cultural center in the historic Jewish quarter of Vienna
דאָס גרינדן „יונג ייִדיש ווין“ איז אינספּירירט געוואָרן פֿון מענדי כּהנאס „יונג־ייִדיש תּל־אָבֿיבֿ“
אַז ייִדיש זאָל האָבן אַ געהעריקע אינסטיטוציאָנעלע הײם איז הײַנט אַ זעלטנקײט אַפֿילו אין שטעט װוּ ס׳איז דאָ אַ גרעסערער ייִדישער ייִשובֿ. אין װין זענען אָבער איצט דאָ צוויי אַזוינע.
דער פֿאַראײן „פֿרילינג“ פֿאַרנעמט זיך מיט דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער קולטור, דער עיקר — מוזיק. איצט האָט מען חוץ דעם געגרינדעט אַ ייִדישן קולטור־צענטער — „יונג ייִדיש װין“. דער לאָקאַל פֿונעם צענטער געפֿינט זיך אינעם אַמאָליקן ייִדישן קוואַרטאַל לעאָפּאָלדשטאָט און דעם 17טן פֿעברואַר 2024 האָט מען געפּראַװעט זײַן חנוכּת־הבית.
דער נאָמען גיט אָנצוהערן אַז מע האָט זיך גענומען אַ מוסטער פֿון דעם ישׂראלדיקן „יונג ייִדיש“, דער עיקר פֿונעם תּל־אָבֿיבֿער קולטור־צענטער װאָס נעמט אַרײַן אַ ריזיקע ביכער־זאַמלונג אױפֿן פֿינפֿטן שטאָק פֿון דער צענטראַלער אױטאָבוס־סטאַנציע.
מענדי כּהנא, װאָס פֿירט אָן מיטן תּל־אַבֿיבֿער „יונג ייִדיש“, איז טאַקע בײַגעװען בײַם װינער חנוכּת־הבית און איז דער װיצע־פּרעזידענט פֿונעם נײַעם װינער פֿאַראײן. די פּרעזידענטין, קריסטאַ אסתּר סענדרױ, איז אַ פּראָפֿעסאָרשע פֿאַר לינגװיסטיק בײַם װינער אוניװערסיטעט.
סענדרױ, אַ געבױרענע אין בודאַפּעשט, האָט געלעבט אַן ערך צװײ יאָרצענדליקער אין ענגלאַנד אײדער זי האָט זיך מיט איר משפּחה באַזעצט אין װין. זי האָט זיך געפֿרײט מיט דער געלעגנהײט זיך אומצוקערן אין צענטראַל־אײראָפּע, װי זי האָט מיר דערצײלט אין אַן אינטערװיו. אין לאָנדאָן האָט זי זיך במשך די לעצטע יאָרן פֿאַרנומען מיט אַ פֿאָרשפּראָיעקט װעגן חסידיש ייִדיש.
װען סענדרוי האָט אין 2017 אָנגעהױבן זיך לערנען ייִדיש אין לאָנדאָן און בײַם אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט, האָט זי זיך באַלד געכאַפּט אַז אין די קורסן לערנט מען אַן אַנדער סאָרט ייִדיש װי דאָס װאָס מע הערט אױף דער גאַס — ווי, למשל, בײַ די פֿרומע ייִדן אין סטאַמפֿאָרד היל, אַ מערסטנס חסידישע װױנגעגנט אין לאָנדאָן.
סענדרױ האָט זיך דעריבער געסטאַרעט צו געפֿינען אַ לערער װאָס איז אױפֿגעװאַקסן אין אַ חסידישער קהילה און איז גרײט צו רעדן מיט איר אױפֿן הײמישן דיאַלעקט. אַזױ אַרום האָט זי זיך באַקענט מיט מענדי כּהנא װאָס האָט דעמאָלט געלערנט אַ קורס בײַם פֿעסטיװאַל „ייִדיש־זומער װײַמאַר“. ער איז ניט נאָר געװאָרן איר לערער, נאָר מיט דער צײַט אױך אַ גוטער־פֿרײַנד.
באַלד ווי סענדרוי איז געפֿאָרן אין תּל־אָבֿיבֿ און זיך באַקענט מיטן דאָרטיקן „יונג ייִדיש“, האָט זי גענומען חלומען צו שאַפֿן אַזאַ מין אָרט אױך אַנדערשװוּ. כּהנאס תּל־אָבֿיבֿער „יונג ייִדיש“ איז פֿול געפּאַקט מיט טױזנטער ייִדישע ביכער װאָס ער האָט צונױפֿגעזאַמלט במשך די יאָרן. ס׳איז אַ ביבליאָטעק װאָס איז אָפֿן פֿאַר אַלעמען — כאָטש ס׳איז ניטאָ קײן קאַטאַלאָג, אַחוץ דעם בעל־הביתעס מוח. דאָרט גײען אַרײַן סײַ װעלטלעכע, סײַ פֿרומע ייִדן. ס׳קומען פֿאָר קאָנצערטן, פֿאָרלײענונגען, מע טאַנצט, אָדער מע פֿאַרברענגט סתּם בײַ אַ מלװה־מלכּה שבת־צו־נאַכטס. אָפֿט מאָל טרעפֿט מען זיך צונױף ספּאָנטאַנערהײט.
„איך מאָל זיך אױס אַז װען ס׳װערט רויִקער, קען מען כּמעט הערן די ביכער װי אַזױ זײ דערצײלן זײער געשיכטע“, האָט סענדרױ געזאָגט. „זײ זאָגן עדות װעגן אַ גאַנצער קולטור. דורך יעדן בוך איז מען פֿאַרבונדן מיטן מחבר, מיטן זעצער און פֿאַרלעגער, מיטן פֿאַרקױפֿער און מיטן קונה װאָס האָט עס שפּעטער גענומען מיט זיך אױף דער עמיגראַציע. די ביכער שאַפֿן אַן אױסערגעװײנטלעכע אַטמאָספֿער װאָס איז אַנדערש װי, למשל, אין אַ װיסנשאַפֿטלעכער ביבליאָטעק.“
װען סענדרױ האָט זיך באַזעצט אין װין האָט זי זיך באַרעכנט אַז דאָ װעט זײַן גרינגער צו שאַפֿן אַזאַ אָרט װאָס זאָל קענען צוציִען דעם ברײטערן עולם. די דײַטשישע שפּראַך, בפֿרט דאָס װינער דײַטש, איז פֿאָרט זײער ענלעך צו ייִדיש. אַחוץ דעם איז דאָ דאָ אַ חסידישער ציבור פֿון אַן ערך 200 משפּחות װאָס רעדן ייִדיש טאָג־טעגלעך.
דער װינער „יונג ייִדיש“ געפֿינט זיך טאַקע אין האַרצן פֿון חסידישן װין, לעבן אַ כּשרער בעקערײַ און אַקעגן אַ ישיבֿה און אַ בית־מדרש. מע דינגט דעם זאַל פֿון דער „שרױפֿן־פֿאַבריק“. אַ מאָל איז דאָס טאַקע געװען אַ פֿאַבריק־װאַרשטאַט, נאָר הײַנט געפֿינען זיך דאָ די ביוראָען פֿון קלענערע געשעפֿטן און אונטערנעמונגען. די דאָזיקע ביוראָען האָבן קײן שײַכות ניט צום אַרום — אין די שכנותדיקע דירות אױפֿן זעלבן הױף װױנען מערסטן טײל פֿרומע ייִדישע משפּחות. „יונג ייִדיש“ געפֿינט זיך אין אַ באַזונדערן צימער װאָס קוקט גלײַך אױף דער גאַס אַרױס. אפֿשר װעט עס קענען שאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג צװישן דער שרױפֿן־פֿאַבריק און דער ייִדישער סבֿיבֿה.
שױן פֿאַר דער צװײטער װעלט־מלחמה איז די דאָזיקע גאַס געװען אין צענטער פֿון דער ייִדישער װױנגעגנט. אַ סך מיגראַנטן פֿון גאַליציע זײַנען אָנגעקומען אױפֿן װאָקזאַל װאָס געפֿינט זיך ניט װײַט פֿון דאַנען. בעת די נאַציס האָבן געװעלטיקט אין װין, האָט מען פֿאַרשפּאַרט ייִדן אין דעם אָ בנין כּדי זײ שפּעטער צו דעפּאָרטירן אין די לאַגערן און זײ דאָרט צו הרגענען. דורך דעם װאָס „יונג ייִדיש“ האָט זיך אַרײַנגעצױגן אַהער, באַקומט דער בנין עפּעס אַ תּיקון.
פֿאַרשטײט זיך, אַז מע דאַרף ביכער בכדי אַװעקצושטעלן אַ געהעריקן „יונג ייִדיש“. כּהנא האָט צוגעזאָגט אַװעקצושענקען דעם װינער פֿאַראײן דופּליקאַטן פֿון די ביכער אין זײַן זאַמלונג. לכּבֿוד דער שׂימחה, דעם 17טן פֿעברואַר, האָט ער טאַקע געברענגט עטלעכע װאַליזקעס אָנגעפּאַקטע מיט ייִדיש לײענװאַרג. איצט פֿאַרמאָגט דער װינער צענטער שױן אַן ערך 300 ביכער, כּן ירבו.
אַחוץ דעם האָט כּהנא מכבד געװען דעם עולם מיט ייִדיש געזאַנג. ס׳האָבן אױך געזונגען און געשפּילט װינער מוזיקער, צװישן זײ — איזאַבעל פֿרײַ, בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און דעבראַ גזעש. ס׳זײַנען אױך אױפֿגעטראָטן אײדל מאַלאָװיצקי און איר ברודער מיכאל קאַנער װאָס האָבן זיך אױפֿגעהאָדעװעט אין אַ חסידישער הײם דאָ אין װין. קאַנער איז הײַנט אַ חזן אין זאַלצבורג און גראַץ און פֿירט אָן מיטן אַנסאַמבל „נשמה“ װאָס שפּילט ייִדישע און חסידישע מוזיק. זײַן שװעסטער אײדל איז אַ טוערין בײַם פֿאַרבאַנד פֿון ייִדישע סטודענטן אין עסטרײַך. מע האָט געזונגען סײַ דעם אַלט־באַקאַנטן רעפּערטואַר — לידער אַזעלכע װי „אַ ייִדישע מאַמע“ און „קױפֿט זשע פּאַפּיראָסן“, סײַ נײַע שאַפֿונגען. קאַנער האָט, למשל, געזונגען אַ ייִדישע איבערזעצונג פֿון „אײדלװײַס“; פֿרײַ — איר אײגענע קאָמפּאָזיציע צו אַנאַ מאָרגאָלינס ליד „לאַנגזאַם און ליכטיק“.
אין איר באַגריס־רעדע האָט סענדרױ דערקלערט אַז „יונג ייִדיש“ איז אָפֿן פֿאַר כּל־מיני קולטורעלע אונטערנעמונגען, כּל־זמן מע װיל אָפּהאַלטן די אונטערנעמונג אין אַ צימער מיט פּאָליצעס פֿולע מיט ייִדישע ביכער. כאָטש מע האָט ערשט געגרינדעט דעם פֿאַראײן, זײַנען שױן פֿאַר דעם פֿאָרגעקומען עטלעכע אַזעלכע אונטערנעמונגען.
דאָס סאַמע ערשטע מאָל האָט מען זיך פֿאַרזאַמלט אין דעם אָרט פֿאַראַיאָרן, בעת די ימים־נוראָים, בשעת ס׳איז אָנגעגאַנגען אַ קורצע ייִדיש־האַרבסט־פּראָגראַם. אַ װאָך צײַט האָט מען זיך געלערנט װעגן דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. (דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות איז געװען צװישן די לערער.) ס׳האָבן אָנטײל גענומען דער עיקר װינער סטודענטן. עטלעכע פֿון די דאָזיקע סטודענטן זענען װײַטער אַקטיװ אינעם פֿאַראײן.
בעת דער האַרבסט־פּראָגראַם האָבן די אָנטײל־נעמער אױך געשאַפֿן װאַנט־דעקאָראַציעס פֿאַרן נײַעם קולטור־צענטער — למשל, קאָפּיעס פֿון שער־בלעטער פֿון ספֿרים געדרוקטע אין װין אָדער האַנט־געמאָלטע פּלאַקאַטן. אײן מאָל פֿאַר נאַכט איז כּהנא אױפֿגעטראָטן מיט אַ קאַבאַרעט אױף ייִדיש, און זײַן קאָלעגע, דער ייִדישיסט און חסיד־ניט־חסיד אלי בענעדיקט, האָט געטאַנצט חסידישע טענץ. דעם זומער װיל מען װידער פֿאַרבעטן דעם ברייטן עולם אױף אַזאַ װאָך פֿון לערנען ייִדיש.
אין דעצעמבער איז געװען צו גאַסט בײַ „יונג ייִדיש“ דער שרײַבער טובֿיה טענענבױם, וועלכער האָט געװיזן זײַן פֿילם „גאָט רעדט ייִדיש“. חנוכּה האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ קאָנצערט מיט פֿלײט און האַרף, דערנאָך געזונגען אַ חנוכּה־ליד און זיך אָנגעגעסן מיט פֿרישע לאַטקעס. לעצטנס האָט מען בײַ „יונג ייִדיש“ פֿאָרגעשטעלט די ערשטע דײַטשישע איבערזעצונג פֿונעם בבֿא־בוך. אַחוץ דעם טרעפֿט זיך דאָרט אַן ערך צװײ מאָל אַ חודש אַ ייִדיש־לײענקרײַז. לעצטנס איז צו גאַסט געװען אַ גרופּע סטודענטן װאָס לערנט זיך ייִדיש מיט אײדל מאַלאָװיצקי, כּדי צו קוקן אױף דעם פֿילם „מנשה“.
דעם חודש װעט מען פּראַװען פּורים און ס׳וועט פֿאָרקומען אַ טרעפֿונג מיט דער אַמעריקאַנער פּראָפֿעסאָרשע נעמי זײַדמאַן, װאָס װעט האַלטן אַ רעפֿעראַט װעגן דער געשיכטע פֿון די בית־יעקבֿ־שולן פֿאַר מיידלעך.
בײַם חנוכּת־הבית אין פֿעברואַר האָט מען געקענט פֿילן די פֿרייד אין זאַל, וואָס מע שאַפֿט אַ נײַע ייִדיש־אינסטיטוציע אין ווין. נאָך דעם ווי מענדי כּהנא האָט געמאַכט הבֿדלה האָט ער געבענטשט אַלעמען מיטן װוּנטש, אַז מע זאָל אַריבערטראָגן אַ שמץ פֿונעם שבתדיקן ליכט אױך אין די װאָכעדיקע טעג אַרײַן — און צוגעגעבן אַז „יונג ייִדיש“ זאָל פֿאַרשפּרײטן אין װין זײַן ספּעציעל ליכט: דאָס ליכט פֿון ייִדיש.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO